|
ייִדן פֿון דער באָמבאַרדירטער שטאָט שׂדרות באַזעצן זיך אויף אַ פּאָר טעג אין אַ געצעלט אין פּאַרק־הירקון אין תּל־אָבֿיבֿ, אַ דאַנק דעם נגיד אַרקאַדי גײַדאַמאַק, דעם 24סטן מײַ 2007. |
Getty Images |
די “קאַסאַם"־ראַקעטן אויף דער שטאָט שׂדרות און די שכנותדיקע ייִשובֿים בײַם עזה־פּאַס, הערן ניט אויף צו פֿאַלן, סײַ בײַ טאָג און סײַ בײַ נאַכט. מיר געפֿינען זיך איצט אין אַן אָנגייענדיקן, אוימאויפֿהערלעכן קאַמף מיט אַ קאָמפּראָמיסלאָזן בלוטיקן שׂונא, אַ געמיש פֿון דער פֿאַנאַטישער “כאַמאַס"־פּאַרטיי, צוזאַמען מיט אַ צאָל באַוואָפֿנטע שפּליטער־באַנדעס, ווי די מוסולמענישע "דזשיהאַד"־גרופּע, און אַנדערע, וואָס דערקלערן אָפֿן, אַז זיי וועלן קיין מאָל ניט אָנערקענען די עקזיסטענץ פֿון דער ייִדישער מדינה אין פּאַלעסטינע, אַז זיי זענען גרייט מקריבֿ צו זײַן “ביז זייער לעצטן קעמפֿער", כּדי אָפּצוּווישן מדינת־ישׂראל פֿון דער ערד־אייבערפֿלאַך און באַפֿרײַען די אָקופּירטע טעריטאָריעס פֿון דער ייִדישער הערשאַפֿט. זיי ווערן דערמוטיקט און געשטיצט פֿון איראַן, סיריע און אַנדערע אַראַבישע, מוסולמענישע לענדער.
צוויי טעג פֿאַר שבֿועות, האָבן צוליב טעכנישע סיבות ניט פֿונקציאָנירט די אַלאַרעם־סירענעס אין שׂדרות, און מען האָט ניט געהערט די וואָרענונגען אין די הילכערס “צבֿע אָדום" — רויטער קאָליר, וואָס האָבן גערופֿן די אײַנוווינער צו לויפֿן צו די שוצקעלער, בונקער און אַנדערע באַהעלטענישן. מענטשן זענען אָנגעגאַנגען מיט זייער טאָג־טעגלעכער רוטין און געהאָפֿט, אַז די שטילקייט אויף דעם “קאַסאַם"־פֿראָנט וועט ניט געשטערט ווערן.
די 32־יאָריקע שיראַל פֿרידמאַן און איר 54־יאָריקע מוטער אַדעלאַ זענען אין יענעם נאָכמיטאָג געזעסן אין דרויסן אויף אַ באַנק, כּדי צו כאַפּן אַ ביסל פֿרישע לופֿט, נאָך דעם ווי זיי זענען געווען אַ גאַנצע נאַכט פֿאַרשפּאַרט צווישן די פֿיר ווענט פֿון זייער קליינער דירה. די מוטער האָט דערפֿילט, אַז עס בלאָזט אַ קיל ווינטל, האָט שיראַל באַשלאָסן צו גיין אַהיים, כּדי צו ברענגען איר אַ סוועדער, זי זאָל חס־וחלילה זיך ניט צוקילן. צוויי מינוט, איידער זי האָט דערגרייכט די טיר פֿון איר וווינונג, איז פּלוצלינג געפֿאַלן אַ “קאַסאַם"־ראַקעט אויף אַ דערבײַיִקן אויטאָ. שפּליטער פֿון דער ראַקעטע האָבן געטראָפֿן אין איר האַלדז און אין דעם אונטערשטן טייל פֿון איר קערפּער. עס איז שנעל אָנגעקומען אַן אַמבולאַנס און דער דאָקטער, צוזאַמען מיט דעם פּאַראַמעדיק, האָבן זיך שטאַרק באַמיט אויפֿצוהאַלטן זי בײַם לעבן, אָבער ליידער, איידער זיי זענען אָנגעקומען צום מעדיצינישן צענטער “ברזילי" אין אַשקלון, איז זי אויסגעגאַנגען.
ווען איך שרײַב דעם דאָזיקן באַריכט, הער איך, אַז הײַנט איז ווידער געפֿאַלן נאָך אַ קרבן פֿון די “קאַסאַם"־ראַקעטן. דער 36־יאָריקער אושרי עוז פֿון דער שטילער, ווײַטער שטאָט הוד־השרון איז געטראָפֿן געוואָרן פֿון אַ “קאַסאַם"־שפּליטער, ווען ער איז געקומען קיין שׂדרות צורעכטמאַכן אַ קאָמפּיוטער בײַ איינעם פֿון זײַנע פֿרײַנד. ער איז געזעסן אין זײַן אויטאָ ווען דער ראַקעט איז געפֿאַלן אין צענטער פֿון דער שטאָט.
אַ גרויסער טייל פֿון די שטאָט־אײַנוווינער האָט פֿאַרלאָזט שׂדרות און איז אַריבערגעפֿאָרן צו די משפּחות אין צפֿון אָדער אַנדערע פּלעצער, ווײַט פֿון דער דרום־גרענעץ, וווּ זיי קענען געפֿינען אַ זיכערן דאַך איבערן קאָפּ, אַ שטילן טאָג און אַ רויִקע נאַכט.
אונדזערע רעגירונג־אינסטיטוציעס זענען, ווי באַוווּסט, באַשעפֿטיקט מיט אַזוי פֿיל זאָרגן און פּראָבלעמען, אַז זיי האָבן ניט קיין צײַט, און קיין פֿינאַנציעלע רעסורסן צו רעאַליזירן די פּלאַנירטע, נייטיקע מאָסמיטלען פֿאַר דער ציווילער באַפֿעלקערונג.
האָט דער אייבערשטער, וואָס זיצט אויבן, ווידער צוגעשיקט דעם שוין גוט־באַקאַנטן "רעטער און אויסלייזער", דעם מיליאַרדער אַרקאַדי גײַדאַמאַק, וועלכער קומט מיט זײַנע מיליאָנען אַרויסצוהעלפֿן ייִדן אין נויט און פֿאַרצווייפֿלונג (אויך העלפֿן געוויסע ספּאָרט־קלובן אין לאַנד).
איידער די רעגירונג־אינסטאַנצן האָבן אָנגעהויבן צו טראַכטן ווי אַזוי צו העלפֿן די אײַנוווינער פֿון שׂדרות, האָט דער דאָזיקער גײַדאַמאַק אַרויסגעשיקט אויטאָבוסן, כּדי אַרויסצונעמען פֿון דער מלחמה־זאָנע פֿון שׂדרות, די קינדער און אַלטע לײַט, און באַזעצן זיי כאָטש אויף אַ קורצער צײַט אין האָטעלן, אָפּרו־הײַזער, קיבוצים און מושבֿים איבערן לאַנד. עס איז זייער שווער געווען צו זען אויף די טעלעוויזיע־עקראַנען, ווי טויזנטער עלטערן און קינדער, אויך אַלטע לײַט, האָבן זיך געשטופּט און זיך געראַנגלט אין דער געפֿענקעניש, כּדי אַרויפֿצוקלעטערן אויף די אויטאָבוסן און געפֿינען אין זיי כאָטש אַ שטיקל זיצפּלאַץ.
דער דאָזיקער גײַדאַמאַק האָט פֿאַרשאַפֿט חרפּה און בושה צו די אַלע רעגירונג־פֿונקציאָנערן, ווען זיי האָבן געזען, וואָס עס איז געשען צו זייערע אײַנוווינער אַרום די אויטאָבוסן. גײַדאַמאַק, דער פֿילאַנטראָפּ, האָט מיט זײַנע מיליאָנען, און מיט זײַן דרייסטקייט, זיי אַלעמען באַוויזן, ווי אַזוי מען דאַרף האַנדלען אין געוויסע שעות־חרום — אויסנעם־צושטאַנדן.
מיט אַ וואָך צוריק, אין אָנבליק פֿון די ראַקעטן־אַטאַקן, האָט אַרקאַדי גײַדאַמאַק באַשלאָסן אויפֿצושטעלן אַ קאָלאָסאַל געצעלט אין דעם סאַקער־פּאַרק אין ירושלים, ניט ווײַט פֿון דער כּנסת, פֿאַר איבער 1,000 פּליטים פֿון שׂדרות.
אָלמערטן האָט עס ניט אָנגעגאַנגען. סטײַטש: גײַדאַמאַק האָט בײַ אים ווידער אַרויסגעכאַפּט דעם דאָזיקן אײַנפֿאַלערישן געדאַנק! האָט ער זיך באַמיט אויסצואיבן אַ דרוק אויף דעם בירגערמײַסטער פֿון ירושלים אורי לופּוליאַנסקי ער זאָל אים ניט געבן די נייטיקע דערלויבעניש. דער ראָש־העיר האָט עס טאַקע געטאָן, מיט דער טענה אַז עס פּאַסט ניט פֿאַר דער הויפּטשטאָט פֿון דער מדינה צו ברענגען איבער טויזנט מענער, פֿרויען און קינדער פֿון שׂדרות, וועלכע וועלן אויסזען פֿאַר דער וועלט ווי “קבצנים" און “נעבעכדיקע נפֿשות".
גײַדאַמאַק האָט זיך ניט געפֿוילט. ער האָט זיך גלײַך געוואָנדן צו דעם בירגערמײַסטער פֿון תּל־אָבֿיבֿ רון חולדאַי, און יענער האָט אים געגעבן די דערלויבעניש אויפֿצושטעלן דאָס געצעלט, מיט אַלע נייטיקע עלעקטרישע און סאַניטאַרישע אויסשטאַטונגען אין “פּאַרק הירקון" און געבראַכט אַהין מיט עטלעכע טעג צוריק קרובֿ צו 1,400 פּליטים פֿון שׂדרות. נאָך עטלעכע טעג, וועלן די אויסגערוטע צוריקפֿאָרן קיין שׂדרות און אַן ענלעכע גרופּע וועט פֿאַרנעמען זייערע פּלעצער אין תּל־אָבֿיבֿ.
פֿון דער קאַנצעלאַריע פֿון דעם פּרעמיער־מיניסטער האָט מען אָפֿיציעל איבערגעגעבן, אַז עס איז ניט געווען נייטיק פּריוואַטע פּערזאָנען זאָלן זיך פֿאַרנעמען מיט דעם דאָזיקן פּראָיעקט, ווײַל די רעגירונג־אינסטאַנצן טוען עס אַ סך בעסער. דערקעגן האָט די שטעלפֿאַרטרעטערין פֿון דעם בירגערמײַסטער פֿון תּל־אָבֿיבֿ יעל דיין (די טאָכטער פֿון משה דיין ז"ל), אויף דעם געענטפֿערט, אַז, אויב די רעגירונג באַשעפֿטיקט זיך באמת אַזוי גוט מיט די פּליטים פֿון שׂדרות, פֿאַר וואָס האָט זי עס געהאַלטן בסוד, און געוואַרט ביז גײַדאַמאַק וועט איר ווײַזן דעם וועג, ווי אַזוי מען דאַרף עס טאָן?
נעכטן אָוונט האָב איך זיך געטראָפֿן מיט אייניקע פֿון די דאָזיקע פּליטים. זיי האָבן מיר דערציילט אַז אין תּל־אָבֿיבֿ, ווײַט פֿון שׂדרות, וווּ עס איז רויִק, וווּ עס דראָען ניט די מערדערלעכע “קאַסאַם"־ראַקעטן, האָבן זיי פֿרײַ אָפּגעאָטעמט. זיי זענען געשלאָפֿן עטלעכע נעכט אָן שרעק און אָן פּחד, זיי האָבן אַנטשפּאַנט זייערע אָנגעשטרענגטע נערוון און וועלן זײַן גרייט צוריקקערן זיך צו זייערע היימען, אין דעם “גיהנום" פֿון שׂדרות. נאָך זיי וועלן קומען אַנדערע פּליטים, צו פֿאַרנעמען זייערע פּלעצער אין “גײַדאַמאַקס געצעלט".
אויף מײַן פֿראַגע, צי עמעצער פֿון זיי וואָלט געוואָלט פֿאַרלאָזן שׂדרות אויף שטענדיק, האָב איך באַקומען דעם אַבסאָלוטן ענטפֿער: “לא" מיט אַ גרויסן אַלף!
“מיר האָבן אויפֿגעבויט אונדזער היימען אין שׂדרות, אונדזערע קינדער זענען דאָרט געבוירן געוואָרן, זיי האָבן ליב שׂדרות. מען טאָר זיך ניט אונטערגעבן דעם אַראַבישן שׂונא, וואָס אַטאַקירט אונדז מיט די 'קאַסאַם'־ראַקעטן אָן אויפֿהער. מיר דאַרפֿן שטיין הינטער דער ישׂראל־אַרמיי, וואָס וועט סוף־כּל־סוף אײַנשטילן די דאָזיקע אַטאַקן און פֿאַרזיכערן דאָרטן אונדזער קיום און די גרענעצן פֿון אונדזער לאַנד!" האָט אויסגערופֿן אַ פֿרוי מיט אַ קליין קינד אין אירע אָרעמס.
די איבעריקע אַרום איר האָבן געשאָקלט מיט זייערע קעפּ, זײַענדיק מסכּים מיט איר עמפּאַטישער פּאַטריאָטישער דעקלאַראַציע...