ווי אַ סענסאַציע, ווערט אָפּגעשאַצט די טרעפֿונג צווישן די הויכגעשטעלטע פֿאָרשטייער פֿון וואַשינגטאָן און טעהעראַן, וואָס איז די וואָך פֿאָרגעקומען אין באַגדאַד. די איינציקע טעמע, וואָס איז געווען דאָרט באַרירט, האָט געהאַט אַ שײַכות צום קאַטאַסטראָפֿאַלן מצבֿ אין איראַק. אייגנטלעך, האָט טאַקע דער דאָזיקער מצבֿ צונויפֿגעפֿירט די ביידע צדדים, וואָס האָבן זיך צום ערשטן מאָל געטראָפֿן אויף אַזאַ הויכן דיפּלאָמאַטישן אופֿן נאָך 28 יאָר. נאָך דער רעוואָלוציע אין איראַן, וואָס האָט געבראַכט צו דער מאַכט די פֿאַנאַטישע איסלאַמיסטישע רעגירונג, איז איראַן געוואָרן אַ טייל פֿון דעם באַקאַנטן "אַקס פֿון בייז", און די פֿאַראייניקטע שטאַטן האָבן אָנגעהויבן אויסזען אין די אויגן פֿון די פֿאַנאַטיקער ווי דער "גרויסער שׂטן".
דווקא אַמעריקע, וואָס איז געבליבן שטעקן אין דעם איראַקער זומפּ, אַפֿילו נאָכן אַרײַנשיקן אַהין אַ ממשותדיקן צוגאָב אין מיליטער־כּוחות, האָט זיך די ערשטע געוואָנדן צו דער איראַנער רעגירונג, און פֿאָרזיכטיק געעפֿנט אַ שפּאַרונע אין דעם ביז־אַהער פֿאַרשפּאַרטן קאָנפֿראָנטאַציע־טויער. נאָך פֿיר שעה פֿאַרהאַנדלונגען, האָבן ביידע אַמבאַסאַדאָרן זיך אַרויסגעזאָגט וועגן דער באַגעגעניש מער פּאָזיטיוו, איידער פֿאַרקערט, אויב האַלטן, אַז דאָס פּאָזיטיווסטע אין דער טרעפֿונג איז געווען דער פֿאַקט, וואָס ביידע צדדים האָבן מסכּים געווען זיך זעצן צום פֿאַרהאַנדלונג־טיש.
דער אַמעריקאַנער אַמבאַסאַדאָר, ראַיאַן קראָקער, האָט געזאָגט: "אונדזערע פּאָזיציעס זײַנען צונויפֿגעפֿאַלן, וואָס שייך אונטערהאַלטן אַ סטאַבילן, זיכערן, דעמאָקראַטישן, פֿעדעראַלן איראַק, וועלכער וועט אַליין זיך געבן אַן עצה, ווי אַזוי צו באַוואָרענען זײַן סטאַבילקייט און אַ פֿרידלעכע עקזיסטענץ מיט זײַנע שכנים".
דער איראַנער אַמבאַסאַדאָר, קאַזעמי־קומי, האָט געזאָגט: "אין אַלגעמיין, האָט די פֿאַרהאַנדלונג־רונדע געבראַכט גוטע רעזולטאַטן. עס איז אַ וויכטיקער טראָט אין די באַציִונגען צווישן אונדזערע לענדער".
די וואַסערדיקע דיפּלאָמאַטיש־אויסגעהאַלטענע אַרויסזאָגונגען פֿאַר דער פּרעסע האָבן געזאָלט, אַפּנים, צעשווענקען די צווישן־טענות, וואָס יעדער צד האָט געהאַט צום אַנדערן, בעת די טירן זײַנען געווען פֿאַרמאַכט. אַזוי, למשל, האָט קראָקער באַטאָנט, אַז וואַשינגטאָן איז באַזאָרגט דערפֿון, וואָס טעהעראַן שטיצט די מיליטאַנטישע מחנות, וועלכע באַפֿאַלן די איראַקישע־ און קאָאַליציע־כּוחות; אַז ס‘רובֿ אויפֿרײַס־חומר און שיסוואַרג, וואָס די דאָזיקע מחנות נוצן אויס, קומט צו זיי אָן פֿון איראַן.
קאַזעמי־קומי האָט, פֿון זײַן זײַט, אָפּגעוואָרפֿן די אַלע באַשולדיקונגען און אַרויסגעשטעלט זײַנע אייגענע טענות און קודם-כּל, הלמאַי אָקופּירט אַמעריקע איראַק. דער איראַקער פּרעמיער, מאַליקי, וואָס האָט, כּלומרשט, צונויפֿגעפֿירט אין זײַן רעזידענץ ביידע אַמבאַסאַדאָרן, האָט אויך געגעבן צו פֿאַרשטיין, אַז די דאָזיקע באַגעגעניש קאָן ווערן "אַ בריק פֿון צוטרוי צווישן אַמעריקע און איראַן, און שאַפֿן אַ פּאָזיטיווע אַטמאָספֿער, וואָס וועט העלפֿן צו לייזן אויך אַנדערע פּראָבלעמען".
וואָס מיינט דער אָנדײַט אויף "אַנדערע פּראָבלעמען" איז נישט שווער זיך פֿאָרצושטעלן. עס גלייבט זיך אָבער קוים, אַז טעהעראַן, וועט דערלויבן אָנצורירן איר "הייליקייט" — די נוקלעאַרע פּראָגראַם; און עס לייגט זיך נישט אויפֿן שׂכל, אַז וואַשינגטאָן וועט פֿאַרמאַכן כאָטש איין אויג אויף דער נוקלעאַרער שפּיל פֿון טעהעראַן. דערווײַל פֿירט די איראַער רעגירונג זייער פֿיפֿיק און קלוג איר שפּיל. זי זאָגט זיך דירעקט נישט אָפּ צו פֿאַרהאַנדלען מיטן מערבֿ, פֿון איין זײַט, און אין דער זעלבער צײַט צעשטערט איראַן אַלע פֿאַרווערן פֿון דער "יו־ען", אָנגענומען מיט 9 חדשים צוריק.
ווי עס ווײַזט די ערשטע טרעפֿונג, האָבן ביידע צדדים זיך געלאָזט איינער אַנטקעגן דעם אַנדערן מיט צוויי וועגן: פֿון פֿאַרהאַנדלונגען און פֿון דראָונגען. איראַק גופֿא איז אויף זייערע וועגן בלויז אַן אויסטויש־פּונקט; אַן אָרט, וואָס קאָן אויסגענוצט ווערן סײַ פֿאַר אַן אַטאַק און סײַ ווי אַ נייטראַל־פֿעלד צו געפֿינען אַ פּשרה. צי וועט עס ברענגען אַ ישועה דעם איראַקער פֿאָלק? צי וועט עס בלײַבן בלויז אַ פּרוּוו אין דער געשיכטע פֿון מיטעלן מיזרח אײַנצושטעלן דאָרט אַ שלום?...
די כּסדרדיקע אויפֿרײַסן און די טאָג־טעגלעכע פֿילצאָליקע קרבנות זאָגן נישט צו קיין באַפֿרידיקנדיקע ענטפֿערס.