דאָס פּינטעלע ייִדיש
א. אַלמי
א. אַלמי

מיר ברענגען דאָ עטלעכע אויסצוגן פֿון א. אַלמיס בוך "חשבון און סך-הכּל" (1959). א. אַלמי איז דער אַדאָפּטירטער נאָמען פֿון אליהו-חיים שעפּט (1892—1963), איינער פֿון די אָנגעזעענסטע ייִדישע זשורנאַליסטן אין די פֿאַראייניקטע שטאַטן. ער האָט געאַרבעט אין אַ צאָל ניו-יאָרקער צײַטונגען, אַרײַנגערעכנט דעם "פֿאָרווערטס", אָבער באַזונדערס לאַנג איז געווען זײַן טעטיקייט פֿאַרבונדן מיט דער אַנאַרכיסטישער "פֿרײַע אַרבעטער-שטימע".

* * *

אין ייִדיש האָט געהערשט אַזאַ תּוהו-ובֿוהו, אַז ס'האָט פּשוט וויי געטאָן דאָס האַרץ. און ס'איז נישט געווען סתּם נאָכלאָזיקייט, נאָר אַ באַוווּסטזיניק הפֿקרות. די מיטאַרבעטער פֿון די ייִדישע צײַטונגען האָבן חוזק געמאַכט פֿון די יאָלדן, די ייִדישע לערער און "דעקאַדענטישע" שרײַבערס, וואָס דרייען אַ היטל מיט נײַע אָרטאָגראַפֿישע כּללים און מיט אַ ריין ייִדיש...

אין די שפּעטערדיקע יאָרן האָט מיר ד״ר חיים זשיטלאָווסקי דערציילט, אַז אַ דעלעגאַציע פֿון ייִדישע לערער און שרײַבער — דאַכט זיך, אויסגעקליבן פֿון אַן אָרטאָגראַפֿישער קאָמיסיע בײַם ראַט פֿון ייִדישע שולן — איז געגאַנגען פֿון רעדאַקציע צו רעדאַקציע און פֿאָרגעשלאָגן די נײַע אָרטאָגראַפֿישע כּללים פֿאַר ייִדיש און דערבײַ, פֿאַרשטייט זיך, אויך אַרײַנגעוואָרפֿן אַ וואָרט פֿאַר אַ געלײַטערט לשון, אָן די ווילדע גערמאַניזמען און אַנגליציזמען.

ווען די דעלעגאַציע איז אויפֿגענומען געוואָרן פֿון אַב. קאַהאַנען, האָט ער זיך אויסגעלאַכט פֿון דער גאַנצער מעשׂה. "די שפּראַך, — האָט ער געזאָגט, — איז בלויז אַ לעפֿל, מיט וועלכן צו קאָרמעווען די לעזער".

די הפֿקרדיקע באַציִונג צו ייִדיש מצד די רעדאַקטאָרן און מיטאַרבעטער פֿון דער ייִדישער פּרעסע אין יענע יאָרן איז נישט דיקטירט געווען פֿון וועלכע ס'איז פּרינציפּן. דער קאַמף צווישן ייִדיש און העברעיִש איז זיי געלעגן אין דער לינקער פּאה, מיט דער אויסנעם פֿון אַב. קאַהאַנען, וואָס פֿאַר אים, ווי פֿאַר די אַנדערע רוסיפֿיצירטע אינטעליגענטן און האַלב-אינטעליגענטן, איז ייִדיש געווען בלויז אַ מיטל צו אַ צוועק, נישט קיין צוועק פֿאַר זיך אַליין. דער צוועק איז געווען — "סאָציאַליזמוס", ווי זיי האָבן דאָס דעמאָלט געשריבן און אַרויסגערעדט, אָדער סתּם "אויפֿקלערונג", אָדער אַ צוגרייטונג צום איבערגאַנג צו ענגליש, וואָס דערמיט האָט קאַהאַן, למשל, באַרעכטיקט די אינוואַזיע פֿון ענגלישע ווערטער און גאַנצע אויסדרוקן אין דער ייִדישער שפּראַך.

אין "טאַגעבלאַט", "מאָרגן-זשורנאַל" און "וואַרהייט" איז אַפֿילו אַזאַ טענדענץ, אָדער "פּרינציפּ", נישט בנמצא געווען. זייער באַציִונג, אָדער אומבאַציִונג, צו ייִדיש איז געווען דיקטירט פֿון אַ מיאוסן ציניזם, וואָס האָט בכלל דאָמינירט זייער גאַנץ לעבן.

אין דער רעדאַקציע פֿון דעם אָרטאָדאָקסישן "טאַגעבלאַט" איז נישט געווען קיין איין אָרטאָדאָקס. שבת נאָכמיטאָג פֿלעגן די מיטאַרבעטערס פֿון דעם אָרטאָדאָקסישן אָרגאַן — וואָס האָט עפֿנטלעכט געקעמפֿט פֿאַר שמירת-שבת, ייִדישע טראַדיציעס, ישיבֿות — קומען צו דער אַרבעט, צוצוגרייטן דעם זונטיקדיקן נומער.

* * *

די הויפּט-קריטיקער פֿון ליטעראַטור און טעאַטער אויף דער ייִדישער גאַס זענען פֿאַר דער ערשטער וועלט-מלחמה און איבער אַ צענדליק יאָר שפּעטער געווען אַב. קאַהאַן און ש. יאַנאָווסקי, רעדאַקטאָר פֿון דער "פֿרײַע אַרבעטער-שטימע", וואָס האָט דעמאָלט געשפּילט אַ גרויסע ראָלע. די ליטעראַרישע קריטיקן פֿון יואל ענטין און חיים ליבערמאַן, ביידע ראָמאַנטיקער, זענען געווען פֿאַר קליינע קרײַזן ליטעראַרישע פֿײַנשמעקער. דאָס אייגענע קען מען זאָגן וועגן די קריטיקן פֿון פֿ. ראָזענבלאַט (בן יקיר), כאָטש ער איז געווען, וואָס מע רופֿט, אַ רעאַליסט; אָבער קאַהאַנס און יאַנאָווסקיס קריטיקן זענען געווען אַ מאַסן-פּראָדוקציע. די גרויסע מאַסן טעאַטער-גייער און לייענער פֿון ייִדישע ביכער, ווי די טעאַטער-לײַט און די מחברים גופֿא, האָבן מיט דער גרעסטער שפּאַנונג געוואַרט אויפֿן אָפּרוף פֿון אָט די צוויי "גדולים"... פֿון זייער אָפּרוף איז אָפּגעהאַנגען דער גורל פֿון פּיעסן און ביכער.

קאַהאַן האָט כּסדר מאַניפּולירט מיטן ווערטל "רעאַליזם" און זײַן באַגריף פֿון רעאַליזם איז געווען אַ פּרימיטיווער און צעשוווּמענער. אָבער לויט אָט דעם מטושטשן "רעאַליזם" האָט ער, אין זײַן סטיללאָזן און פֿאַרענגלישטן ייִדיש, געפּסקנט שאלות. האָט אַ בוך, אָדער אַ פּיעסע געשטימט מיט זײַן השׂגה פֿון רעאַליזם, האָט ער געלויבט ביזן הימל; אויב נישט, האָט ער ממש אַראָפּגעריסן מיט רציחה.

* * *

איך דערמאָן זיך אין אַזאַ אינצידענט. איך גיי אין גאַס און לייען דאָס "טאַגעבלאַט" — ס'איז געווען אין 1913, אָדער 1914. פּלוצלינג דערהער איך געלעכטערס פֿון אַלע זײַטן. איך קוק זיך אַרום — דאָס לאַכט מען טאַקע פֿון מיר. מע לאַכט, מע טײַטלט אויף מיר מיט די פֿינגער און מע מאַכט אַלערליי באַמערקונגען, ווי איך וואָלט געווען אַ משוגענער.

אַז אַ יונגער בחור, "מאָדערן" געקליידט, אַ געגאָלטער — דאָס הייסט: נישט עפּעס אַ פֿרומאַק — זאָל לייענען דאָס "טאַגעבלאַט" און נישט אַ "פֿאָרווערטס", אָדער כאָטש די "וואַרהייט" — דאָס האָט דעם עולם אויף דער איסט-סײַד, אָדער אין האַרלעם, וואָס איז דעמאָלט געווען אַ געדיכטע ייִדישע געגנט — אויסגעזען אַזוי ווילד, אַז מע האָט אַזאַ איינעם באַהאַנדלט ווי אַ שטאָט-משוגענעם.

אַזוי ווי איך האָב קיין מאָל נישט ליב געהאַט צו ציִען אויפֿמערקזאַמקייט צו זיך, האָב איך זינט דעמאָלט מער נישט געלייענט דאָס "טאַגעבלאַט", אָדער "מאָרגן-זשורנאַל", עפֿנטלעך אין גאַס...

בײַ נאָך אַ געלעגנהייט האָט מען מיך באַהאַנדלט ווי אַ משוגענעם. דאָס איז געווען ווען מײַנע אַ פֿרײַנדין האָט מיך מיטגענומען צו אירן אַ פֿרײַנד, אַן אַנאַרכיסט, אַ ברודער פֿון דעם ראָמאַנען-שרײַבער לעאָן גאָטליב. די שטוב איז פֿול געווען מיט אַנאַרכיסטישע יונגעלײַט און מיידלעך. חבֿרה האָט דיסקוטירט אַנאַרכיזם, פֿרײַע ליבע, רעליגיע, עמאַ גאָלדמאַן, אַלעקסאַנדער בערקמאַן, יאַנאָווסקי, דערבײַ געשאָלטן רעליגיע און אַלע "פֿינצטערלינגע", וועלכע גלייבן אין גאָט. איך האָב געמאַכט אַ באַמערקונג, אַז אַן אַנאַרכיסט מוז נישט דווקא זײַן אַן אַטעיִסט. מע קען זײַן אַ גוטער אַנאַרכיסט און גלייבן אין גאָט, אָדער גלייבן אין גאָט און זײַן אַן אַנאַרכיסט.

גאָטליב האָט זיך איבערגעקוקט מיט זײַנע געסט. עטלעכע מינוט האָט קיינער גאָרנישט געזאָגט. טויט שטיל. פּלוצלינג האָבן אַלע מיט אַ מאָל — ווי ס'וואָלט געווען אויסגערעזשיסירט פֿון פֿריִער — אויסגעשאָסן אין אַ הילכיק געלעכטער. מײַן פֿרײַנדין איז געזעסן פֿאַרשעמט און פֿאַרלוירן. דערנאָך, אַז דאָס געלעכטער האָט אויפֿגעהערט, האָט מען ווײַטער דעבאַטירט, נישט קוקנדיק אין מײַן זײַט, ווי איך וואָלט גאָרנישט געזאָגט, ווי איך וואָלט בכלל נישט געווען. איך האָב ווידער געמאַכט עפּעס אַ באַמערקונג, אָבער קיינער האָט זיך אַפֿילו נישט צוגעהערט, נישט געקוקט אין מײַן זײַט.

איך האָב זיך אויפֿגעהויבן און געזאָגט אַ "גוטע נאַכט" און אַרויס. קיינער האָט נישט געענטפֿערט. מײַן פֿרײַנדין איז מיר נאָכגעגאַנגען שווײַגנדיק. נאָך איידער איך האָב רעכט פֿאַרמאַכט די טיר, האָב איך ווידער דערהערט אַ הילכיק געלעכטער. מײַן פֿרײַנדין האָט מיר מיט אַ שטיקל צײַט שפּעטער דערציילט, אַז דער ייִנגערער גאָטליב האַלט מיך פֿאַר אַ צעדרייטן. אויב אַ מענטש קען משדך זײַן גאָט מיט אַנאַרכיזם — איז ער זיכער אַ משוגענער.

דאָס זענען דעמאָלט געווען די באַגריפֿן פֿון גרויסע מאַסן אימיגראַנטן, וואָס האָבן זיך גענערט אויפֿן "פֿאָרווערטס", וווּ מע פֿלעגט אין יענע יאָרן דעבאַטירן, צי מע מעג אום שבֿועות עסן בלינצעס, נישט באַגייענדיק קיין פֿאַרברעכן קעגן קלאַסן-קאַמף און אַטעיִזם... אָדער וואָס האָבן זיך געשפּײַזט אויף דעם שלעכט-פֿאַרדרייטן אַנאַרכיזם פֿון יאַנאָווסקיס "פֿרײַע אַרבעטער-שטימע".

וואָס פֿאַר אַ אומגעהײַערע רעוואָלוציע ס'האָט דורכגעמאַכט דער "פֿאָרווערטס", וואָס איז שפּעטער — צווישן דער ערשטער און צווייטער וועלט-מלחמה — געוואָרן אַ נאַציאָנאַל-ייִדישע צײַטונג, רײַך אין אַ סך גוטן ליטעראַרישן מאַטעריאַל און אַ קעמפֿער קעגן דער שענדלעכער קאָמוניסטישער באַוועגונג! פּונקט אַזאַ עוואָלוציע, אָדער רעוואָלוציע, האָט דורכגעמאַכט די "פֿרײַע אַרבעטער-שטימע".

* * *

איך וויל זאָגן איין שבֿח אויף קאַהאַנען: ער האָט קיין מאָל נישט פֿאַרריכט מײַן ייִדיש. ס'איז אָנגענומען, אַז אַב. קאַהאַן האָט אַכטונג געגעבן, אַז אַלץ אין "פֿאָרווערטס" זאָל זײַן געשריבן אין "פּליינע אידישע אידיש". איך האָב מיט אַזאַ ייִדיש נישט געקענט שלום מאַכן און איך האָב וועגן דעם אָפֿן געזאָגט קאַהאַנען און די זונטיק-רעדאַקטאָרן, וואָס מיט די לעצטע, איבערהויפּט חיים ליבערמאַן, מענדל אָשעראָוויטש און לעאָן קרישטאָל האָב איך קיין שוועריקייטן נישט געהאַט. איך האָב געשריבן: "פֿאַלן", "רעדאַקטאָרן", "קוואַלן" אַנשטאָט "פֿעלע", "רעדאַקטערע", "קוועלע"; "דאָס מיידל" אַנשטאָט "די מיידל" — און ס'איז אַזוי געדרוקט געווען. איך האָב קיין מאָל אין "פֿאָרווערטס", ווי אין אַנדערע צײַטונגען און זשורנאַלן, וווּ איך האָב מיטגעאַרבעט, נישט געברויכט קיין אַנגליציזמען (און אויך נישט קיין ליטוויציזמען)...

קאַהאַן האָט אויך עטלעכע מאָל מיר פֿאָרגעשלאָגן צו שרײַבן ראָמאַנען פֿאַרן "פֿאָרווערטס". ער איז אַפֿילו גרייט געווען מיט טעמעס. צוויי מאָל האָט ער מיר פֿאָרגעשלאָגן צו פֿאַרענדיקן ראָמאַנען, וואָס אַנדערע האָבן אָנגעהויבן. איין מאָל האָט עס זיך געהאַנדלט וועגן אַ ראָמאַן פֿון מרים קאַרפּילאָוו, וועלכער איז נישט געווען לויט קאַהאַנס געשמאַק, כאָטש דער ראָמאַן איז שוין "געגאַנגען" שיינע עטלעכע וואָכן. איך האָב קאַהאַנען צום וויפֿלטן מאָל דערקלערט, אַז איך בין נישט קיין ראָמאַניסט און שרײַבן שונד-ראָמאַנען — דאָס האָב איך נישט געטאָן אַפֿילו דעמאָלט, ווען מײַן חיונה איז אָפּהענגיק געווען דורכויס פֿון צײַטונגס-שרײַבערײַ.

אַב. קאַהאַן האָט אייניקע מאָל טענות געהאַט צו מיר, פֿאַר וואָס געוויסע אַנטי-קאָמוניסטישע אַרטיקלען מײַנע, וועלכע זענען דערשינען אין דער "פֿרײַע אַרבעטער-שטימע", האָב איך נישט בעסער געגעבן דעם "פֿאָרווערטס". איך האָב אים אָפֿנהאַרציק געזאָגט, אַז מײַן קעגנערשאַפֿט צום קאָמוניזם איז אויך אַ קעגנערשאַפֿט צום מאַרקסיזם בכלל, טאָ ווי קאָן איך געבן אַן אַנטי-מאַרקסיסטישן אַרטיקל אין דעם סאָציאַל-דעמאָקראַטישן "פֿאָרווערטס"?... קאַהאַן האָט סײַ-ווי גוט געוווּסט, אַז איך בין אַן אויסגעשפּראָכענער קעגנער פֿון תּורת-מאַרקס, אָבער עס האָט אים נישט געאַרט, ווי ס'האָט אים, אייגנטלעך, דאַכט זיך מיר, דער גאַנצער מאַרקסיזם נישט געאַרט... אָבער מײַן נישט געבן אין "פֿאָרווערטס" מײַנע אַנטי-קאָמוניסטישע מאמרים איז נישט נאָר געווען צוליב דעם פֿריִער-דערמאָנטן מאָטיוו, נאָר אויך צוליב דער פּערזאָן אַב. קאַהאַן.

מיר איז אויסגעקומען טראַגי-קאָמיש, וואָס אַב. קאַהאַן, וועלכער איז בטבֿע געווען אַ פֿאַרביסענער דיקטאַטאָר אין דעם קליינעם וועלטל, וווּ ער האָט געהערשט און ער האָט קיינעם נישט געלאָזט אויפֿהייבן דעם קאָפּ — זאָל באַקעמפֿן סטאַלינס דיקטאַטור. איך האָב אַלע מאָל געגלייבט, אַז ווען צו קאַהאַנען אין די הענט פֿאַלט אַרײַן די מאַכט איבער אַ לאַנד, וואָלט ער נישט געבליבן הינטערשטעליק סטאַלינען...

אָבער איך מוז מודה זײַן, אַז בײַ אַלע זײַנע שוידערלעכע חסרונות, איז קאַהאַן מאָמענטנווײַז געווען מענטשלעך — און דאָס דערפֿאַר, וואָס ער האָט געהאַט אַ גוטן חוש פֿון הומאָר; ער האָט געקענט ווערן צוגעלאָזן, באַגײַסטערט; און איבערהויפּט איז ער מענטשלעך געווען מיט מענטשן, וואָס האָבן צו אים נישט געדאַרפֿט אָנקומען. בײַ אַזעלכע האָט ער פֿאַרזען זאַכן, וואָס ער וואָלט בײַ זײַנע "אונטערטעניקע" קיין מאָל נישט געדולדיקט.

אָט איז צווישן מײַנע ערשטע אַרטיקלען, וואָס איך האָב קאַהאַנען געגעבן און וואָס ער האָט פֿאַרעפֿנטלעכט אויף דער ליטעראַרישער זײַט, געווען אַן אַרטיקל וועגן דער ייִדישער שפּראַך און קולטור. דאָס איז געווען אַ באַגײַסטערטער מאמר וועגן דער ייִדישער קולטור, ייִדישער שפּראַך און אַ שאַרפֿע קריטיק אויף די אַלע, וואָס פֿאַרמיאוסן דאָס ייִדישע לשון אויף אַזאַ אָדער אַן אַנדער אופֿן.

דער דאָזיקער אַרטיקל איז געדרוקט געווען וואָרט פֿאַר וואָרט, ווי איך האָב עס געשריבן. קאָלעגן האָבן אויסגעדריקט זייער חידוש און אַ גאָר גרויסע איבערראַשונג איז עס געווען פֿאַר די "פֿאָרווערטס"-מיטאַרבעטער אַליין, וואָס קאַהאַן האָט דורכגעלאָזט אַזאַ "אַפּיקורסישן" אַרטיקל, וואָס איז פֿאַקטיש אַן אומדירעקטער אַטאַק אויף אים אַליין, אויף זײַן באַציִונג צו דער ייִדישער שפּראַך און קולטור.

אין עטלעכע טעג אַרום האָב איך באַגעגנט דעם דעמאָלטיקן "פֿאָרווערטס"-פֿאַרוואַלטער, ב. וולאַדעק, אין דער ווינדע פֿון דער "פֿאָרווערטס"-געבײַדע. אַרויפֿלייגנדיק אַ האַנט אויף מײַן אַקסל, האָט ער מיט אַ שמייכל געזאָגט: "איר פֿירט דעם 'פֿאָרווערטס' אַראָפּ פֿון דרך-הישר"... אָבער איך באַטראַכט דעם פֿאַל בשום-אופֿן נישט ווי אַ העלדישקייט פֿון מײַן זײַט, וואָרעם, ווי איר ווייסט שוין, האָב איך זיך נישט גענייטיקט אין די עטלעכע דאָלאַר האָנאָראַר פֿון "פֿאָרווערטס" און איך האָב זיך געקענט פֿאַרגינען צו זײַן אַ שייגעץ.