דער פֿאַרלעגער שמואל נאָריך
ווענדט זיך צו די לייענער
פֿונעם פֿאַרלאָזטן "פֿאָרווערטס"־ביוראָ אין מאַנהעטן.

דעם 9טן נאָוועמבער 2012

Forverts publisher Sam Norich
addresses the readers of the newspaper in Yiddish
from the abandoned office in downtown Manhattan.
November 9, 2012

דאָס פּינטעלע ייִדיש
א. אַלמי

מיר ברענגען דאָ עטלעכע אויסצוגן פֿון א. אַלמיס בוך "חשבון און סך-הכּל" (1959). א. אַלמי איז דער אַדאָפּטירטער נאָמען פֿון אליהו-חיים שעפּט (1892—1963), איינער פֿון די אָנגעזעענסטע ייִדישע זשורנאַליסטן אין די פֿאַראייניקטע שטאַטן. ער האָט געאַרבעט אין אַ צאָל ניו-יאָרקער צײַטונגען, אַרײַנגערעכנט דעם "פֿאָרווערטס", אָבער באַזונדערס לאַנג איז געווען זײַן טעטיקייט פֿאַרבונדן מיט דער אַנאַרכיסטישער "פֿרײַע אַרבעטער-שטימע".