פּאָליטיק
פֿון יצחק לודען (‫ישׂראל)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
עמיר פּרץ און זײַן פֿרוי, אחלמה, שטימען אין זייער היימשטאָט שׂדרות
עמיר פּרץ און זײַן פֿרוי, אחלמה, שטימען אין זייער היימשטאָט שׂדרות
Getty Images

"די רעוואָלוציע עסט אויף אירע קינדער"! –
און "עבֿודה" עסט אויף אירע גרינדער...

דער "זיווג" פֿון דער פֿראַנצוישער רעוואָלוציע מיט 218 יאָר צוריק מיט דער רוסלענדישער רעוואָלוציע (פֿון פֿאַר 90 יאָר) האָט געבוירן דאָס באַקאַנטע ווערטל, אַז "די רעוואָלוציע עסט אויף אירע קינדער". אויב מען זאָל דאָס פּאַראַפֿראַזירן מיט דער איצטיקער פּאָליטישער ווירקלעכקייט אין ישׂראל, קאָן מען הײַנט צוגעבן, אין שײַכות מיט די נאָרוואָס פֿאָרגעקומענע "פּרײַמעריס" אין "עבֿודה", אַז — די אַרבע­טער-באַוועגונג אין ישׂראל עסט אויף אירע גרינדער.

אין די לעצטע זיבן יאָר (די ערשטע זיבן יאָר פֿון דעם דריטן מילעניום און פֿון דעם 21סטן יאָרהונדערט...) האָט "עבֿודה" — די דריטע אָדער פֿערטע יורשטע פֿון דער "היסטאָרישער" מפּא״י — שוין צום זיבעטן מאָל געטוישט אירע מנהיגים. זיבן מנהיגים אין זיבן יאָר, לויט דער ריי: שמעון פּערעס (צוויי מאָל געוויילט ווי דער "צײַטווײַליקער פֿאָרזיצער" פֿון דער פּאַרטיי), אהוד ברק, אבֿרהם בורג (48 שעה), בנימין בן־אליעזר, עמרם מיצנע, עמיר פּרץ און — ווער עס וועט זײַן דער נייער מנהיג, וועט אַנטשיידן ווערן אין צוויי וואָכן אַרום, נאָך דער צווייטער רונדע פֿון די פּרײַמעריס, וואָס זענען פֿאָרגעקומען דעם לעצטן מאָנטיק, הײַנטיקע וואָך.

דאָס וועט זײַן דער זיגער אין דעם קומענדיקן פֿאַרמעסט צווישן אהוד ברק און עמי אילון, וועלכע האָבן אין דער ערשטער רונדע באַקומען די גרעסטע צאָל שטימען (35.6% און 30.4%) — אָבער קיינער פֿון זיי האָט נישט איבערגעשריטן דעם מינימום פֿון 40%. זענען זיי דעריבער מחויבֿ זיך נאָך אַ מאָל צו פֿאַרמעסטן, ווערנדיק אָפּהענגיק יעדער איינער פֿון די "דילן און גרילן" מיט די נעכטיקע פֿאַר­ לירערס, ווערנדיק אָפּהענגיק פֿון זייער אונ­טערשטיצונג.

עמיר פּרץ, וועלכער האָט גראָד די פֿירער­שאַפֿט אין דער פּאַרטיי פֿאַרשפּילט. ער האָט זי אָבער פֿאַרשפּילט מיט כּבֿוד, און ווי דער "בכּבֿודיקער פֿאַרשפּילער" האָט ער מיט זײַנע אומדערוואַרטע 22.4% פֿון די שטימען צוריק פֿאַרשטאַרקט זײַן פֿאַר­לוירענע פּאָזיציע אין דער פּאַרטיי און וועט איצט קענען דיקטירן די תּנאים זײַנע קעגנערס, די צוויי פֿירער-קאַנדידאַטן, וועלכע זענען געצוווּנגען אים "נאָכצולויפֿן" און אים צו אַדאָרירן, כּדי צו געווינען זײַן חסד — ווייניקסטנס, אין די נאָענטסטע צוויי וואָכן... עמיר פּרץ, דער ערשטער פּאָליטישער קרבן פֿון דעם לבֿנונישן דורכ­פֿאַל איז געוואָרן דער שופֿט אויפֿן רינג, דער ציילער פֿון די פּונקטן אין דעם פֿאַר­מעסט צווישן זײַנע צווי עיקרדיקע קעגנער. אַזעלכע זענען די כּללים פֿון דער שפּיל, דעם "פֿעיר פּלעי".

דער ריכטער אמנון סטראַשנאָוו, וועל­כער האָט דינסטיק פֿאַרטאָג אָפֿיציעל פֿאַר­עפֿנטלעכט די רעזולטאַטן פֿון די "פּרײַ­מעריס", האָט אונטערגעשטראָכן זייער זעל­טענעם און מוסטערהאַפֿטן דעמאָקראַטישן פֿאַרלויף, אָן די מינדסטע שטערונגען און אָנקלאַגעס. דער גאַנצער וואַל-פֿאַרמעסט איז אָבער צוגעגאַנגען שלאַבערדיק, בײַ אַן אַפּאַטישער גלײַכגילטיקייט נישט נאָר מצד דער ברייטער עפֿנטלעכקייט, נאָר אויך אין דער פּאַרטיי גופֿא, אין "מפֿלגת עבֿודה". און בכלל האָט מען שוין די "עבֿודה" מספּיד געווען ווי אַ פּאָליטישן בר-מינן, איר מנהיג, עמיר פּרץ, איז שוין באַטראַכט געוואָרן ווי "נישט רעלעוואַנט". ער איז שוין כּמעט "נישט געציילט געוואָרן" אין די פּובליק-טעסטן, אין די אַנקעטעס און מעסטונגען פֿון דער עפֿנטלעכער מיינונג. זײַן "רייטינג" איז געפֿאַלן צוזאַמען מיט דער פּאַרטיי ביז צום דריטן אָדער פֿערטן אָרט אויף דער פּאַרטיייִשער מאַפּע — נאָכן "ליכּוד" בראש מיט נתּניהו, וועלכער האָט "אָנגעצויגן" שוין 28 מאַנדאַטן, און נאָך ליבערמאַנס "ישׂראל ביתּנו", נאָך "קדימה", וואָס האָט פֿאַרלוירן אַ העלפֿט, און אפֿשר אַפֿילו נאָכן ש"ס... נישט געקוקט דערויף, וואָס עמיר פּרץ, ווי איינער פֿון די דרײַ הויפּט-פאָראַנטוואָרטלעכע פֿאַר דער לבֿנוני­שער מלחמה, איז "אַרויסגעקומען צום בעסטן" פֿון דעם פּראָטאָקאָלן-באַריכט פֿון דער ווינאָגראַד-קאָמיסיע — זענען אָבער די שאַרפֿסטע פֿײַלן געוואָרן געריכטעט קעגן דעם "אומדערפֿאַרענעם" עמיר פּרץ. ער איז, צום מערסטן, פֿון אַלע געוואָרן אַטאַ­קירט, באַשמוצט, אָפּגע­חוזקט און דע­לע­גיטימירט דורך דער פּרעסע און דער עלעקטראָנישער קאָ­מוניקאַציע. אַפֿילו אין אונדזער "פֿאָרווערטס" איז וועגן אים געשריבן געוואָרן, אַז ער איז נישט געבילדעט, וואָס אין דער אמתן האָט ער אַן אַקאַדעמישן טיטל אין עקאָנאָמיע, און אַז ער, "דער שוץ-מיניסטער עמיר פּרץ, אַ תושבֿ פֿון שׂדרות, באַווײַזט זיך דאָרט זייער זעלטן". דער אמת איז, אַז ער קומט יעדן אָוונט נעכ­טיקן אין שׂדרות און ער באַווײַזט זיך דאָרט זייער אָפֿט — אָבער אויך זשורנאַליסטן אין אויס­לאַנד שפּײַזן זיך מיט די אינפֿאָרמאַציעס, וואָס זיי באַקומען פֿון ישׂראל, און פֿון די שאַנדפֿלעקן, וואָס פּאָליטיקער פּראָדו­צירן אין לאַנד.

דעריבער איז קיין וווּנדער נישט, וואָס אין אָנבליק פֿון אָט דער קאַמפּאַניע האָט ער שוין אויסגעזען צו זײַן פֿאַר­לוירן, און טייל האָבן אים שוין געזען ווי "באַגראָבן", נישט מער צום אויפֿשטיין. אַ סך פֿון זײַנע אָנהענגער און נאָענטע האָבן זיך פֿון אים אָפּגעקערט. אַ סך פֿון זיי זענען אַריבער אין לאַגער פֿון זײַן עיקרדיקן קעגנער — צו אהוד ברקן, וועלכער איז געווען אין דער פּאַרטיי פֿאַרהאַסט — צוליב זײַן אַראָגאַנטי­שער אויפֿפֿירונג, צוליב זײַן איבערלאָזן די פּאַרטיי אויף הפֿקר נאָכן פֿאַרשפּילן די וואַלן צו שרונען און צוליב אַ גאַנצער רשימה פֿון כאַראַקטער־חסרונות, וואָס אויך ער אַליין האָט נישט פֿאַרלייקנט. זעלטן ווער עס האָט געגלייבט — און גלייבט — אין זײַן פֿאַרזיכערונג, אַז ער האָט געלערנט און זיך געענדערט. וואָס מע קאָן בײַ אים אָבער נישט צונעמען, איז — זײַן הויכע אינטעליגענץ און אויסטויגעוו­דיקייט. ער איז געקומען צו די וואַלן אויפֿן פֿאָן פֿון דער מלחמה-געפֿאַר מיט זײַן רעפּוטאַציע פֿון אַ דערפֿאַרענעם מיליטער-קאָמאַנדיר, אָבער זײַנע פּאָליטישע פּלענער האָט ער נישט מגלה געווען — אַזוי ווי שרון בשעתּו — און אויף דער עצה פֿון זײַנע פּראָפֿעסיאָנעלע ראַטגעבערס האָט ער, אַזוי ווי שרון, אָנגענומען אַ פֿול מויל מיט וואַסער און געשוויגן — אַזוי ווי זײַן עיקרדיקער קעגנער, עמי אילון, וועלכער "האָט גראָד אַ סך גערעדט, אָבער גאָרנישט געזאָגט", ווי מען האָט אים אָפּגעשאַצט אין די קאָמענטאַרן צו די וואַלן. עמיר פּרץ, וועלכער האָט מיט אַ יאָר און זיבן חדשים צוריק אויפֿגעטרייסלט דאָס לאַנד מיט זײַן אויסוואַל און דעם סאָציאַלן סדר-היום, וועלכן ער האָט אָנגעוואָרפֿן דער מדינה, האָט זיך איצט צוריקגעקערט צו דעם סאָ­ציאַלן סדר-היום און צוגעזאָגט צו פֿאַר­לאָזן דעם אַמט פֿון זיכערהייט-מיניס­טער, וועלכן דער פּרעמיער אהוד אָלמערט האָט אים אַרײַנמאַנעוורירט און אין וועלכן ער איז שוין געוואָרן פֿאַרליבט — ביז דער אומ­גליקלעכער צווייטער לבֿנוני­שער מלחמה, וואָס האָט צעמישט אַלע קאָרטן פֿון פּאַר­טיייִשן און געזעלשאַפֿטלעכן סדר און גע­דאַנק.

אָבער אַפֿילו אין טאָג פֿון די וואַלן האָט די כּלל־באַפֿעלקערונג אין לאַנד נישט צוגעשריבן די פּאַרטיייִשע פּרײַמעריס קיין איבעריקע חשיבֿות, בעת די טעלעווי­זיע און דער ראַדיאָ זענען געווען באַשעפֿ­טיקט מער מיט דער ראַ­קעטן-אָפֿענסיווע פֿון "כאַ­מאַס" קעגן שׂדרות און די ייִשובֿים אַרום עזה, ווי אויך מיט גײַדאַ­מאַקס אָלי­גאַרכיש-גבֿירישער אינ­טער­ווענץ אין דעם פּאָליטישן יאַריד.

די זיך פֿאַרמעסטנדיקע פֿינף קאַנדידאַטן צו די פּרײַ­מעריס האָבן טיף אַדורכגע­אַקערט דעם "שטח", — און ערשט אין די סאַמע לעצטע טעג פֿאַר די וואַלן, און גאָר באַזונדערס בעתן ציילן די שטימען אין דער נאַכט נאָכן שליסן די וואַל-אורנעס, האָט די "שוין באַגראָבענע" פּאַר­טיי, די עבֿודה, צוגעשטעלט דעם פֿאָלק אַ שפּאַנענדיקע דראַמע, וואָס איז עלול משפּיע צו זײַן אויף דעם גורל פֿון דער רעגירונג און פֿון דער מדינה — און אפֿשר אַפֿילו אויף די אַנטוויקלונגען אין מיטעלן מזרח.

דאָס עיקרדיקע גע­ראַנגל איז אַנגעגאַנגען צווישן דעם גענעראַל און דעם אַדמיראַל, צווישן אהוד ברק דעם געוועזענעם הויפּט-קאָמאַנדיר פֿון דער אַרמיי און עמי אילון דעם געוועזענעם קאָמאַנדיר פֿונעם ים-פֿלאָט און דערנאָך דער אָנפֿירער פֿון שב"כּ, דעם אַלגעמיינעם געהיימדינסט. ערבֿ דער אַנטשיידונג אין דער צווייטער רונדע איז דער גורל פֿון דער דאָזיקער אַנטשיידונג אַריבער אין די הענט פֿון דעם מנהיג, וואָס איז דורך זיי געוואָרן באַזײַטיקט...

מיט זײַן אויסוואַל וועט דער זיבעטער מנהיג פֿון "עבֿודה" אין די לעצטע זיבן יאָר אַוועקגעשטעלט ווערן פֿאַר דער דילעמע בנוגע דעם ווײַטערדיקן אָנטייל פֿון דער פּאַרטיי אין דער רעגירונג פֿון אהוד אָלמערט. ווער זאָגט עס אָבער, אַז אַ מנהיג איז מחויב מקיים צו זײַן הבֿטחות.

ווי האָט דאָס אשכּול געזאָגט: וואָסי, צוזאָגן טאָר מען שוין אויך נישט?

תּל־אָבֿיבֿ, מײַ 29, 2007