נאָך דער מלחמה, נאָכן נצחון איבערן פֿאַשיזם, איז די וועלט געפּלעפֿט געוואָרן, ווען זי האָט זיך דערוווּסט ווי נידעריק, ביזן מהות פֿון אַ חיה, עס קען פֿאַלן אַ מענטש, און ווי הויך אַ מענטש קען זיך דערהייבן אין זײַן גײַסטיקער און מאָראַלישער גבֿורה.
אין יאָר 1945 האָט אַ גוואַלדיקן רושם געמאַכט יוליוס פֿוטשיקס "רעפּאָרטאַזש מיט אַ תּליה אויפֿן האַלדז". באַלד האָט זיך דאָס בוך באַוויזן אויף אַ סך שפּראַכן. יוליוס פֿוטשיק, אַ קאָמוניסט, אַ שרײַבער און זשורנאַליסט פֿון טשעכאָסלאָוואַקײַ, האָט בעת דער מלחמה אָרגאַניזירט אין לאַנד דאָס אַרויסלאָזן אַן אומלעגאַלע אַנטיפֿאַשיסטישע פּרעסע. אין פֿרילינג 1942 האָבן אים די נאַציס געכאַפּט און אַרײַנגעזעצט אין תּפֿיסה. אין סעפּטעמבער 1943 האָבן זיי אים אומגעבראַכט. כּמעט צוויי יאָר האָט פֿוטשיק יעדן טאָג, יעדע מינוט וואַרטנדיק אויפֿן טויט, געהאַט מוט צו פֿירן אַ טאָגבוך, פֿאַרשרײַבן אַלץ, וואָס עס קומט פֿאָר מיט אים און אַרום אים און דאָס דערציילן דער וועלט. געענדיקט האָט ער זײַן "רעפּאָרטאַזש מיט אַ פּעטליע אויפֿן האַלדז" מיט די ווערטער: "מענטשן, כ'האָב אײַך ליב געהאַט. זײַט וואַכזאַם!"
אין דער זעלביקער צײַט, נאָר אין אַן אַנדער אָרט האָבן מענטשן מיט תּליות אויפֿן האַלדז געשפּילט טעאַטער, געמאַכט קאָנצערטן, דעקלאַמירט לידער, געלייענט לעקציעס, און די אַנדערע מענטשן מיט תּליות אויפֿן האַלדז זײַנען געגאַנגען זיי זען און הערן. נאָר די וועלט האָט וועגן זיי כּמעט ניט געוווּסט. איצט האָט זי זיך וועגן זיי דערוווּסט. דער ווילנער מלוכישער ייִדישער מוזיי האָט צוגעגרייט און אַרויסגעלאָזן אַן אוניקאַל און קאָלאָסאַל ווערק, אַן אַלבאָם־קאַטאַלאָג "פּלאַקאַטן פֿון ווילנער געטאָ" (אויף ליטוויש און ענגליש מיט אַ "וואָרט צום לייענער" אויף ייִדיש).
לאַנג האָט אין דער וועלט געשוועבט דער בילבול, אַז די אייראָפּעיִשע ייִדן זײַנען בעת דער נאַצישער אָקופּאַציע געגאַנגען "ווי שאָף צו דער שחיטה". דעם בילבול האָבן פֿאַרשפּרייט די אַנטיסעמיטן און, ווי מאָדנע דאָס זאָל ניט קלינגען, די ייִדן, וועלכע האָבן דאַן געלעבט אין ארץ־ישׂראל און זיך געהאַלטן פֿאַר ייִדן פֿון "בעסטן סאָרט". זיי, וועלכע האָבן ניט געוווּסט פֿון קיין געטאָס און קאָנצענטראַציע־לאַגערן, האָבן געפּסקנט, אַז די "גלות־ייִדן" האָבן ניט געשטעלט קיין ווידערשטאַנד די נאַציס, זײַנען געגאַנגען צום טויט "ווי שאָף צו דער שחיטה".
אָט די ווילדע אויסטראַכטעניש איז שוין לאַנג דעמאַסקירט און אָפּגעלייקנט געוואָרן, עס זײַנען דערשינען אַ סך ביכער וועגן ייִדישן אויפֿשטאַנד אין טויטלאַגער "סאָביבאָר", אויפֿשטאַנד אין וואַרשעווער געטאָ, ווידערשטאַנד־אָרגאַניזאַציעס, פּאַרטיזאַנער אין וועלדער, קאָוונער, מינסקער און אַנדערע געטאָס, וועגן אָנדערטהאַלבן מיליאָן ייִדן, וועלכע האָבן געקעמפֿט אויף די פֿראָנטן. דער נאַצישער גענעראַל, פֿאָן שטראָף, וועלכער האָט אָנגעפֿירט מיטן שטורעם פֿון וואַרשעווער געטאָ, האָט נאָך דער מלחמה, זיצנדיק אין אַ פּוילישער תּפֿיסה, דערציילט אַ פּוילישן זשורנאַליסט, אַז די דײַטשישע טיילן האָבן זיך געקענט אַרײַנרײַסן אין געטאָ ערשט נאָכן דריטן אַטאַק: די ערשטע צוויי מאָל האָבן זיי ניט געקענט אײַנברעכן דעם ייִדישן ווידערשטאַנד און געמוזט אָפּטרעטן. דער גענעראַל איז זיך מודה געווען, אַז ער איז איבערראַשט געוואָרן, זײַנע אייגענע אויגן ניט געגלייבט, ווען ער האָט דערזען, ווי די ייִדישע מיידלעך מיט ביקסן שטעלן זיך קעגן די דײַטשישע סאָלדאַטן...
אָבער וועגן גײַסטיקן, מאָראַלישן ווידערשטאַנד אין די געטאָס האָט מען ווייניק געוווּסט. די נאַציס האָבן געהאַט געשאַפֿן אַ גאַנצע פֿאַרניכטונג־וויסנשאַפֿט. די "ייִדן־פֿראַגע" האָט מען טאַקע געדאַרפֿט לייזן, אָבער ביזן פֿאַרניכטן דאָס פֿאָלק האָט מען עס געדאַרפֿט צעברעכן, מאַכן פֿאַר שקלאַפֿן, יעדן ייִד מאַכן פֿאַר אויס מענטשן: מאָרען מיט הונגער, קאַטאָרזשנע אַרבעט, האַלטן אין ענגשאַפֿט, שמײַסן מיט בײַטשן, פֿאַרבאָטן דער יוגנט זיך לערנען, צערײַסן משפּחות, צונעמען פֿון די מאַמעס זייערע קינדער, שפּאַלטן זיי די קעפּלעך אויף דער מאַמעס אויגן, דערשיסן פֿאַר יעדער קלייניקייט, דערשטיקן יעדע האָפֿענונג זיך אויסצולייזן, האַלטן די אַסירים אין אַ לאַגע פֿון אַ מינוט פֿאַרן טויט...
דער אַלבאָם־קאַטאַלאָג "פּלאַקאַטן פֿון ווילנער געטאָ" ווײַזט אונדז באַשײַמפּערלעך דעם פֿענאָמען פֿון ייִדישן גײַסטיקן, מאָראַלישן ווידערשטאַנד דער שקלאַפֿערײַ. די מחברים — צונויפֿשטעלער פֿון אַלבאָם־קאַטאַלאָג יעווגעניאָ ביבער, רחל קאַסטאַניאַן און יודיטאַ ראָזינאַ, דער הויפּט־רעדאַקטאָר אילאָנאַ מוראַוסקײַטע און די איבעריקע מיטאַרבעטער — האָבן געשאַפֿן אַן אוניקאַלע, בילדערישע ענציקאָלפּעדיע פֿון ייִדישן גײַסטיקן ווידערשטאַנד אין ווילנער געטאָ: זיי האָבן צונויפֿגעקליבן די פּלאַקאַטן, אַפֿישן וועגן די אונטערנעמונגען אין געטאָ (כּמעט אַלע זײַנען געווען אויף ייִדיש, איינציקע אויף העברעיִש אָדער דײַטש) — אונטערנעמונגען פֿון געטאָ־טעאַטער (!), קאָנצערטן, ליטעראַרישע אָוונטן, לעקציעס אויף פֿאַרשיידענע טעמעס פֿון קולטור, מעדיצין, סאַניטאַריע א"אַ, רעפּראָדוצירט זיי אין אַלבאָם, באַשריבן, איבערגעזעצט אויף ליטוויש און ענגליש די טעקסטן פֿון די פּלאַקאַטן, צונויפֿגעקליבן די דערינערונגען פֿון עדות וועגן די אונטערנעמונגען, וועגן וועלכע די פּלאַקאַטן מעלדן, און דערציילט וועגן דעם לעבן און גורל פֿון די מענטשן, וועלכע ווערן דערמאָנט אויף די פּלאַקאַטן — אַרטיסטן, מוזיקאַנטן, שרײַבער, קולטור־טוער, דאָקטוירים.
מען דאַרף זיך אַרײַנטראַכטן אין די פֿאַקטן: די ווילנער געטאָ האָבן די נאַציס געשאַפֿן אין סעפּטעמבער 1941, ליקווידירט — אין סעפּטעמבער 1943. אין משך פֿון די צוויי יאָר, ווען ס'האָט עקזיסטירט די ווילנער געטאָ, האָבן די אַסירים אַרויסגעשטעלט 252 פּלאַקאַטן (אַזוי פֿיל האָט מען געפֿונען), דאָס הייסט, אַז אומגעפֿער כּמעט אַזוי פֿיל זײַנען אין געטאָ געווען קולטורעלע אונטערנעמונגען! אין אַלבאָם־קאַטאַלאָג זײַנען רעפּראָדוצירט 83 פּלאַקאַטן.
* * *
וואָס מער איך בלעטער דעם אַלבאָם־קאַטאַלאָג, ווער איך אַלץ מער נתפּעל: דער טעאַטער־רעפּערטואַר אויף אַ גאַנצער וואָך, אַ חנוכּה־אָוונט, קאָנצערט פֿון עסטראַדע־אָרקעסטער, סימפֿאָנישע קאָנצערטן, דערעפֿענונג פֿון אַ קונסט־אויסשטעלונג, אַן אָוונט, געווידמעט דער 27סטער יאָרצײַט פֿון שלום־עליכם, די 28סטע יאָרצײַט פֿון י.ל. פּרץ, אַן אָוונט "געטאָ אין קרומען שפּיגל", פֿעליעטאָנען, סאַטירע. מיר געפֿינען אַ רשימה פֿון אַרטיסטן און טעאַטער־מיטאַרבעטער — 39 מאַן; אַ רשימה פֿון ייִדישן כאָר — 83 זינגער; פֿון העברעיִשן כאָר — 75 זינגער! דעם 7טן פֿעברואַר 1942 האָט זיך געשאַפֿן דער ייִדישער ליטעראַטן־פֿאַראיין, דעם 8טן פֿעברואַר — יוריסטן־פֿאַרבאַנד, דעם 24סטן אויגוסט — פֿאַראייניקונג פֿון ליטעראַטן און קינסטלער אין ווילנער געטאָ.
אַן אויסערגעוויינלעך אינטערעסאַנטע און, כ'וואָלט געזאָגט, אַן אומדערוואַרטע פֿײַערלעכע פֿאַרזאַמלונג איז פֿאָרגעקומען אין דעצעמבער 1942. אָט איז דער פּלאַקאַט:
"זונטיק, דעם 13 דעצעמבער, 12 אַ זייגער "100,000 ביכער אין געטאָ!" פֿײַערונג לכּבֿוד דעם אַרויסגעבן הונדערט טויזנט ביכער אין געטאָ־ביבליאָטעק. מיטן אָנטייל פֿון אַרטיסטן פֿון געטאָ־טעאַטער".
* * *
רחל מאַרגאָליס, וועלכע האָט געבראַכט אין דער געטאָ־ביבליאָטעק (דער פֿאַרוואַלטער איז געווען דער באַוווּסטער הערמאַן קרוק, מחבר פֿון "טאָגבוך פֿון ווילנער געטאָ"), שרײַבט אין איר בוך "אַ ביסל ליכט אין חושך":
"מענטשן האָבן געלייענט — אין אַזוינע שרעקלעכע באַדינגונגען, אַ מינוט פֿאַרן טויט, הונגעריקע, צעשלאָגענע, צונויפֿגעשפּאַרטע צו צען־פֿופֿצן אין אַ צימער, אָן אַן אייגענעם ווינקל (...) אַ באַזונדערע קאַטעגאָריע זײַנען געווען די אינטעליגענטן. זיי האָבן געלייענט די קלאַסיקער, פֿילאָסאָפֿן, און איך האָב זיך געוווּנדערט, ווי אַזוי האָט זיי אין אַזוינע שרעקלעכע באַדינגונגען געקלעקט כּוחות צו לייענען קאָמפּליצירטע ביכער (...) דאָס לייענען האָט געשאַפֿן אַ מעגלעכקייט אויסצוהיטן דעם מענטשלעכן מהות".
ענלעך האָט געשריבן אליעזר זילבער וועגן די קאָנצערטן אין קאָוונער געטאָ ("דאָקומענטן זאָגן עדות"): "די קאָנצערטן האָבן געהאַט דערפֿאָלג. ניט געקוקט אויף דעם, וואָס אין דעם 'רויִקן פּעריאָד' זײַנען פֿאָרגעקומען שוידערלעכע מעשׂים, ווען אַרום האָבן אַלע געליטן צרות און פּײַן, ווען טאָג־טעגלעך זײַנען אַרומגעגאַנגען אומגליקלעכע, צעשלאָגענע ייִדן, האָבן די קלאַנגען פֿון 'אלי, אלי', 'כּל־נדרי' און 'התּיקווה' זיי דערהויבן, געמאַכט אויפֿציטערן זייערע נשמות (...) טײַכן טרערן פֿלעגן זיך גיסן פֿון זייערע אויגן, אָבער דאָס זײַנען געווען מינוטן פֿון מענטשלעכער דערוואַכונג".
מאַרק דוואָרזשעצקי באַשרײַבט אין זײַן בוך "ירושלים דליטא אין קאַמף און אומקום" אַ קינדער־פֿרימאָרגן אין ווילנער געטאָ דעם 10טן מײַ 1942. דאָס קליינוואַרג איז אויסגעפּוצט, טאַנצט אויף דער סצענע. די עלטערן און לערער האָבן מורא אַ קוק צו טאָן איינער אויפֿן אַנדערן, אין זייערע אויגן איבערצולייענען די שוידערלעכע פֿראַגע, אומברחמנותדיקע און רעאַלע: וואָס וואַרט די קינדער מאָרגן אָדער איבערמאָרגן, און אפֿשר הײַנט בײַ נאַכט?
אָט די פֿראַגע איז ווי דאַמאָקלעס שווערד געהאַנגען איבער די ייִדן אין דער געטאָ. זי האָט איינע, דער עיקר די יונגע, געפֿירט צו דער פֿפּ"אָ (פֿאַראייניקטע פּאַרטיזאַנער־אָרגאַניזאַציע), וואָס אירע מיטגלידער האָבן שפּעטער געקעמפֿט אין די איינהייטן פֿון די סאָוועטישע פּאַרטיזאַנער, און די אַנדערע — זיך אײַנגעשפּאַנט אינעם גײַסטיקן ווידערשטאַנד.
הײַנט, איבער זעכציק יאָר נאָך דער בלוטבאָד, ווען די נײַע דורות באַקענען זיך מיט די געשעענישן, געשילדערט אינעם אַלבאָם, קענען זיי אַ קוועטש טאָן מיט די אַקסלען: אפֿשר איז די געטאָ גאָר ניט געווען אַזאַ גיהנום, אויב מען איז געזעסן אין טעאַטער און אויף קאָנצערטן? דערפֿאַר גיבן די מחברים פֿון אַלבאָם־קאַטאַלאָג "פּלאַקאַטן פֿון ווילנער געטאָ" אַן איבערבליק פֿון דער עקזיסטענץ, אין וועלכער מען האָט געשפּילט די פֿאָרשטעלונג:
דעם 6־7 סעפּטעמבער 1941 האָט מען אומגעבראַכט 13,000 ווילנער ייִדן.
בעתן אָרגאַניזירן די געטאָ, דעם 15טן סעפּטעמבער האָט מען אין פּאָנאַר דערשאָסן 1,267 ייִדן פֿון דער ווילנער געטאָ.
דעם 1טן אָקטאָבער, יום־כּיפּור, האָט מען דערהרגעט 3,900 ייִדן.
דעם 3, 4, 16, 21 אָקטאָבער — דערהרגעט 5,496 ווילנער ייִדן אאַז"וו.
אין אַלגעמיין האָבן אין דער צווייטער העלפֿט פֿון יאָר 1941 די ליטווישע און דײַטשישע פֿאַשיסטן און רוצחים דערהרגעט 30,000־40,000 ווילנער ייִדן.
אין יולי 1942 האָט מען אַוועקגעפֿירט אין פּאָנאַר און דערשאָסן 84 זקנים און קראַנקע. דעם 9 נאָוועמבער האָט מען אין שטעטל קעמעלישקעס, ווילנער קרײַז, אויסגעשאָסן אַלע ייִדן. אין אַפּריל 1943 האָט מען אין פּאָנאַר דערשאָסן 4,000 ייִדן. אין יולי 1943 איז די געסטאַפּאָ געלונגען צו אַרעסטירן די אָנפֿירער פֿון ווילנער קאָמוניסטישן אונטערגרונט. די געהיים־פּאָליציי איז געפֿאַלן אויף די שפּורן פֿון די אָנפֿירער פֿון שטאַב פֿון דער פֿאַראייניקטער פּאַרטיזאַנער־אָרגאַניזאַציע (פֿפּ"אָ) אין געטאָ, דעם קאָמוניסט איציק וויטענבערג און געפֿאָדערט די געטאָ זאָל אים אַרויסגעבן. ניט ווילנדיק, אַז צוליב אים זאָלן אַלע אומקומען, האָט ער זיך אונטערגעגעבן. דעם 16טן יולי איז ער אומגעקומען. אין אויגוסט און אָנהייב סעפּטעמבער 1943 האָט מען אַריבערגעפֿירט פֿון ווילנער געטאָ 7,000 ייִדן אינעם קאָנצענטראַציע־לאַגער אין עסטלאַנד.
באַגינען דעם 23סטן סעפּטעמבער 1943 האָט די דײַטשישע אַרמיי אַרומגערינגלט די ווילנער געטאָ, וווּ ס'זײַנען נאָך געווען געבליבן אַרום 10,000 ייִדן. די דײַטשן האָבן געמאָלדן, אַז די געטאָ איז ליקווידירט, די ייִדן ווערן דעפּאָרטירט. דאָס איז געווען דער סוף פֿון ווילנער געטאָ.
אין "וואָרט צום לייענער" שרײַבט איינע פֿון די מחברים יעווגעיניאַ ביבער: "דערמעגלעכנדיק דער ברייטער געזעלשאַפֿטלעכקייט זיך צו באַקענען מיטן גײַסטיקן ווידערשטאַנד פֿון ווילנער געטאָ, ווילן מיר פֿאַראייביקן דעם מאָראַלישן העלדנטאַט פֿון די קרבנות פֿון חורבן. מיר ווילן אַנטפּלעקן דעם פֿענאָמען פֿון דער לעבנס־פֿעיִקייט פֿון ייִדישן פֿאָלק: ער האָט אין משך פֿון דער געשיכטע, וואָס איז געווען פֿול מיט ליידן און באַגרענעצונגען, ניט געלאָזט די מענטשן זיך אײַנברעכן, געצוווּנגען צו זוכן מעגלעכקייטן נאַציאָנאַל זיך אויסצולעבן, שטרעבן צו פֿרײַהייט, אַנטוויקלענדיק די ייִדישע טראַדיציעס און קולטור, בלײַבן מענטשן אין נאַצישער געפֿאַנגענשאַפֿט".
איך וואָלט צוגעגעבן, אַז דער אַלבאָם־קאַטאַלאָג "פּלאַקאַטן פֿון ווילנער געטאָ" איז געווענדט ניט נאָר צו דער פֿאַרגאַנגענהייט. די העכסטע מדרגה פֿון אַ מענטש איז שטענדיק, אַלע מאָל און אומעטום בײַ אַלע באַדינגונגען, זײַן אַ מענטש. נאָר דאַן איז ער ווערט מען זאָל צו אים האָבן דרך־ארץ. וועגן דעם דערציילט דער אַלבאָם. און דאָס איז דווקא הײַנט כּדאַי אונטערצושטרײַכן.