פּובליציסטיק
מעטיו לעוויטאַן
מעטיו לעוויטאַן

ווער פֿון אונדז געדענקט נישט דעם ברויזנ­דיקן, שפּרודלדיקן, זשוואַווען און צעדרייטן — זיראָ מאָסטעל. שוין צײַט אים צו דערמאָנען צום גוטן. ער האָט זיך פֿאַרדינט אַ רעפּוטאַציע פֿון אַ קאָ­מעדיאַנט, אַקטיאָר, פֿילם־ און בינע־קינסט­לער. זײַן ראָלע אין דעם פֿילם "די פּראָדוסערס", געשריבן פֿון מעל ברוקסן (נאָך אַ ייִדישער קאָמי­קער פֿון זעלבן זגאַל), האָט אונדז ממש אונטער­געהויבן. איך האָב זיראָן צום ערשטן מאָל געזען אין "פֿידלער אויפֿן דאַך", מיט אַ פֿערציק יאָר צו­ריק אויף בראָדוויי. מײַנע אַ באַקאַנטע האָט מיר דע­מאָלט דערלאַנגט צוויי בילעטן מיט די ווערטער:

"כ׳האָב זיך דערוווּסט, אַז די פֿאָרשטעלונג איז אַ טשעפּוכאַ, טויג אויף כּפּרות, קענסטו האָבן די בילעטן".

וואָס זאָל איך אײַך זאָגן, ליבע פֿרײַנד, מיטן ערשטן אַרויסטריט אויף דער בינע האָט מען דערפֿילט, אַז דאָ האָט מען צו טאָן מיט אַ טאַנצנדיקן, שוועבנדיקן, לאַכעדיקן טאַלאַנט פֿון גרויס פֿאַרנעם. אויפֿן אויסזען, שטאַרק אַ באַלײַבטער, מיט אַ פּאָר אויסגעשטאַרצטע אויגענעס ווי צוויי "פּינג־פּאָנג"־באַלעמלעך, די פּולכנע פֿינגער האָבן אויסגעקנאַקט דעם טאַקט פֿון "ווען איך בין אַ ראָטשילד", דער עולם האָט אַזש מיטגעהאָפּסט אויף זייערע זיצפּלעצער מיטן טאַקט פֿון דער מוזיק. ער האָט זיך באַוועגט מיט אַזאַ לײַכטקייט, עלעהיי אַ באַלעט־טענצער, ווי ער וואָלט אויף זיך בכלל קיין וואָג נישט געטראָגן.

און דאָ איז מיר אונטערגעקומען אין איינעם פֿון מײַנע קלאַסן, אַ תּלמיד, אַ קרובֿ פֿון זיראָ מאָסטעלן, און ער האָט זיך אונטערגענומען אויס­צופֿאָרשן, פֿון וואַנען די פֿיס וואַקסן, אינ­טער­וויויִרט די קרובֿים און איר ווייסט דאָך, ווי אָפּגעריסן מיר זײַנען דאָ אין דער אַמעריקע פֿון די נאָענטע, שוין אָפּגערעדט פֿון די ווײַטע קרו­בֿים. מײַן סטודענט, מעטיו לעוויטאַן, האָט פֿאַר מיר צוגעגרייט אַן "אומאָפּהענגיקע שטודיע" (Independent Study) וועגן דעם העכסט־באַגאַבטן זיראָ מאָסטעל. וועל איך זיך מיט אײַך טיילן, און אויף זײַן חשבון, אײַך מהנה זײַן מיט דעם סטודענטס אויסגעפֿינס, און דערוויסן זיך אינטימע מאָמענטן. מעטיו איז געווען מײַנער אַ סטודענט אינעם "קאַטעגאָריעס פֿון ייִדישן הומאָר"־קלאַס, וואָס איך האָב געפֿירט אויף ענגליש דעם לעטצן סעמעסטער. און אָט האָט איר אויסצוגן פֿון מעטיו לעוויטאַנס באַשרײַבונג וועגן זײַן באַרימטן קרובֿ.


זיראָ מאָסטעל איז געווען איינער פֿון די באַרימטסטע האָליוווּדער פּערזענלעכקייטן פֿון 20סטן יאָרהונדערט. דער מענטש האָט זיך אויסגעצייכנט אויף פֿאַרשיידענע גע­ביטן פֿון אויפֿטריט, צווישן זיי: אַקטיאָר, קאָ­מעדיאַנט, און מאָלער. דער עיקר, פֿלעגט ער שאָקירן דעם עולם — פֿרײַנד און קרובֿים — מיט זײַנע וווּלגאַרע אויסבראָכן, אָבער אַלץ מיט גרויס אינטעליגענץ און חכמה. ווער עס האָט אים געקענט האָט נישט גע­האַט קיין שוועריקייטן צו אָנערקענען, אַז דער מענטש איז געווען פֿעיִק צו דערלאַנגען אַ העכסט טעאָרעטישע אָפּהאַנדלונג פֿון "קוביזם" אין דער מאַניפֿעסטאַציע פֿון פּאַב­לאָ פּיקאַסאָ. און אין דער זעלבער צײַט אַרי­בער אויף דער וווּלגאַרער באַשרײַבונג פֿון אַ פֿרויס אַנאַטאָמיע, און דאָס אַלץ פֿאַר אַ קלאַס פֿון עלעמענטאַר־שול־קינדער. אָט דער אומ­באַשרײַבלעכער דואַליזם אין זײַן פּער­זענלעכקייט שטעלט מיט זיך פֿאָר אַ פּראָ­בלעמאַטישן מצבֿ פֿאַר יענע, וואָס האַלטן בײַם צונויפֿשטעלן מאָסטעלס ביאָ­גראַ­פֿי­שע שטריכן. זיראָ האָט בכלל נישט גע­זען קיין קאָנפֿליקט צווישן פֿאַקטן און נישט־געשטויגענע באָבע־מעשׂיות. איז ווי קומט עס, אַז אַזאַ זבאַלעוועט ייִדיש ייִנגל פֿון דער "איסט סײַד" זאָל קענען דערגרייכן אַזאַ רום?

זיראָ מאָסטעל איז געבוירן געוואָרן ווי שמואל־יואל מאָסטעל, אָבער זײַנע נאָענטע און פֿרײַנד האָבן אים גערופֿן "סעמי". ער איז געבוירן געוואָרן דעם 28סטן פֿעברואַר, 1915. מענטשן זאָגן, אַז זײַנע כאַראַקטער־שטריכן קען מען צושרײַבן צו זײַנע עלטערן. ביידע עלטערן האָבן אימי­גרירט פֿון מיזרח־אייראָפּע און זיך באַזעצט אין ניו־יאָרק. זײַן טאַטע, ישׂראל, און די מו­טער, צינע, זײַנען אָנגעקומען אַהער אין 1898.

דער פֿאָטער איז אַרויסגעקומען פֿון אַ פֿרו­מער ייִדישער משפּחה. דזשאַרעד בראַון, אַ פּראָפֿעסאָר פֿון טעאַטער־קונסט אין "וועס­טערן־אילינוי אוניווערסיטעט", שרײַבט, אַז זיראָ האָט זיך אויסגעקענט אויף אַ שפּאָר ביסל שפּראַכן, געווען פֿליסיק אין דײַטש, איטאַ­ליעניש, אַראַמעיִש, העברעיִש, ייִדיש, פּויליש און ענגליש. די שפּראַכן האָט ער גע­הערט אין דער היים. זײַן מאַמע צינע האָט באַוויזן צו פֿאַרענדיקן קאָלעדזש און גע­האַט וואָס צו זאָגן ווען ס׳איז געקומען צו פּאָלי­טיק. דאָס האָט זיראָן שפּעטער כּמעט ווי גע­קאָסט זײַן קאַריערע. דערווײַל זײַנען אָנגע­קומען אַ כאָפּטע קרובֿים פֿון אייראָפּע און זיך אָנגעזעצט אויף די מאָסטעלס. זײַן פֿאָטער ישׂראל האָט געפֿונען אַרבעט בײַ אַ ווײַן־מאַכער, שפּעטער האָט ער אַליין געמאַכט ווײַן אין דער וואַנע. מיט דער צײַט האָט ער געקויפֿט אַ פֿאַרם אין קאָנעטיקעט, און בײַ דער זײַט איז ער געווען אַ שוחט. שווער געווען צו מאַכן אַ לעבן. צינע, ווידער, האָט געבענקט נאָך דער "איסט סײַד" מיט איר קולטורעל ייִדיש לעבן.

ישׂראל האָט פֿאַרקויפֿט זײַן פֿאַרם דעם שוואָגער זײַנעם און אַריבערגעפּעקלט די משפּחה צוריק קיין ניו־יאָרק. דאָ איז זיראָ אַוועק זיך לערנען אין "פּאָבליק סקול 188", און דער קלאַנג איז אַרויס אין גאַס וועגן דעם געשליפֿענעם בחור מיט אַ פֿאָ­טאָגראַפֿישן זכּרון. דער טאַטע האָט געוואָלט ער זאָל ווערן אַ רבֿ, אָבער זיראָ האָט זיך אַרײַנגעוואָרפֿן אין מאָלערײַ. ער האָט זיך באַקענט מיט דער אַמאָליקער וווּנדערלעכער אינסטיטוציע "עדיוקיישאָנעל עלײַענס", וואָס איז געגרינדעט געוואָרן אין 1889 און באַדינט די נײַע אימיגראַנטן ווי אַ דערציִונגס־ און קולטור־אַנשטאַלט. דאָ האָט מען געלערנט ענגליש, גריכישע און רוימישע געשיכטע, נייען, קאָכן, מען האָט געשטעלט קאָנצערטן, טעאַטער־שטיק און קונסט־אויסשטעלונגען. זיראָ האָט אויפֿגעלעבט, דאָ האָט ער גענומען מאָלן.

אין יענער צײַט איז שפּילן טעאַטער אים אַפֿילו נישט אײַנגעפֿאַלן און פֿון זײַן אַ קאָ­מעדיאַנט איז געווען אויסגעשלאָסן. נאָכן ענדיקן "סואַרט פּאַרק הײַ־סקול", איז ער אין 1931 אַרײַן אין סיטי־קאָלעדזש און באַלד גענומען זיך אַמפּערן מיטן דעקאַן, מאָר­טאָן גאָטשאַל. זײַנע לערער האָבן זיך גע­קלאָגט, אַז זיראָ האָט פֿאַרפֿעלט 21 קלאַסן, אָבער דער דעקאַן האָט אים דערלויבט צו בלײַבן אין קאָלעדזש. אין 1935, צו נײַנצן, האָט ער פֿאַרענדיקט קאָלעדזש און איז אַרײַן אין ניו־יאָרקער אוניווערסיטעט. דאָס איז אים אויך נישט געווען צום האַרצן, האָט ער זיך אַרויסגעלאָזט זוכן אַרבעט. זײַן קאַ­ריע­רע האָט זיך געהאַלטן אין איין אַראָפּ­גליטשן וואָס טיפֿער און טיפֿער, ביז פּרע­זידענט רוזוועלט האָט אָנגעהויבן שטיצן דעם "קונסט־פּראָיעקט". רוזוועלט איז גע­ווען פֿאַראַנטוואָרטלעך פֿאַרן גרינדן די אינ­סטיטוציע ווי אַ פּרוּוו צו העלפֿן די עקאָנאָמיע אין צײַט פֿון דער דעפּרעסיע, און אָנגענומען קינסטלער אויף אַרבעט. קינסטלער האָבן פֿאַר­דינט פֿאַר מאָלן וואַנטגעמעלן. זיראָ האָט דערצו אויך געגעבן קונסט־קלאַסן אין "92סטע סטריט ווײַ", אַרומגעפֿירט מענטשן איבער די מוזייען, און פֿאַרדינט סך־הכּל $23.86 אַ וואָך.

זיראָ האָט חתונה געהאַט מיט קלאַראַ סווערד. איר איז נישט געווען צום האַרצן דאָס אָרעמאַנסקע לעבן און אין אַ קורצער צײַט אַרום האָט זי אים פֿאַרלאָזט. איין אויפֿ­דערנאַכט, ווען ער איז אַהיים געקומען, איז אים פֿינצטער געוואָרן פֿאַר די אויגן. זײַן ווײַב האָט אים געשטעלט בדלות, אויס­גע­רוימט דאָס גאַנצע מעבל פֿון זייער דירה, און אים געלאָזט די גאָלע ווענט. האָט אים אָבער דאָס מזל צוגעשפּילט, אַז בײַם פֿירן "טורס" אין די מוזייען, האָט מאָסטעל אויס­גענוצט די געלעגנהייט צו פֿאַרווײַלן דעם עולם. מיט אַ מאָל איז ער פֿאַרבעטן געוואָרן אויפֿצוטרעטן אין פּריוואַטע קלובן, וווּ ער האָט גענאָסן פֿון בחינומדיקע "פּאַסטראַמי־סענדוויטשן". נאָך איינער אַזאַ פֿאַרווײַלונגס־אָוונט, האָט זיראָ באַקומען אַן אײַנלאַדונג פֿון אַן אונטערנעמער פֿון "קאַפֿע־סאָסײַעטי קלאָב", וווּ זײַן געהאַלט האָט זיך שוין גע­הויבן אויף 40 דאָלאַר אַ וואָך. אַלץ וואָס ער האָט באַדאַרפֿט איצט איז אַ צונאָמען, וואָס זאָל זיך אַראָפּגליטשן פֿון די ליפּן. זיראָ האָט צוגעטראַכט אַ צונאָמען פֿאַר זיך, "פֿייגל־בייגל", אָבער אַנשטאָט דעם האָט מען זיך דערטראַכט צו "זיראָ".

איך בין אַלע מאָל געווען אונטערן אײַנ­דרוק, אַז זײַן מאַמע האָט אים גערופֿן "גאָר­נישט", און דערפֿון איז אַרויס "זיראָ", אָבער ווי עס ווײַזט זיך אַרויס, האָב איך נישט געטראָפֿן. ער האָט געשפּילט פֿאַר גע­פּאַק­טע זאַלן, דרײַ פֿאָרשטעלונגען אַ נאַכט, זעקס טעג אַ וואָך, ווי זיראָ מאָס­טעל. דער קריטיקער בראַון דילדערט האָט גע­שריבן וועגן אים: "זיראָ שוועבט צווישן טשאַרלס באָיעי, דזשימי דוראַנטי און אַדאָלף היטלער, צווישן פּאָליטישער סאַטירע און גלאַט שטותים. עס איז קלאָר געוואָרן, אַז זיראָן דערוואַרט אַ גרויסע קאַריערע ווי אַ קאָמעדיאַנט". זײַן פֿאַר­דינסט האָט זיך געהויבן פֿון 40 ביז 100 ביז 450 דאָלאַר אַ וואָך. אין 1942 האָט בראָד­וויי אים אויפֿגעכאַפּט, און באַלד זײַ­נען געקומען די פֿילמען. דאָ האָט ער שוין פֿאַר­דינט נאָענט צו פֿינף טויזנט דאָלאַר אַ וואָך.

אין 1943 איז ער מאָביליזירט געוואָרן אין דער אַמעריקאַנער אַרמיי. אַלע האָבן שוין געוווּסט, אַז פּאָליטיש איז דער בחור "אויסגעלינקט", און זײַנע אָפֿיצירן זײַנען אים דערגאַנגען די יאָרן, זיי האָבן אים באַ­שולדיקט אין געהערן צו דער קאָמו­ניסטישער פּאַרטיי. און כאָטש ער האָט פֿאַרענדיקט זײַן סאָלדאַטסקע קאַריערע, און אַרויס מיט נישט קיין בכּבֿודיקע דאָקומענטן, האָט מען אים גלײַך אויפֿגעכאַפּט אויף בראָדוויי. אין 1944 האָט זיראָ חתונה געהאַט צום צווייטן מאָל מיט קייט האַרקין (נישט קיין ייִדישע). זי איז געווען אַ "ראַקעט"־טענצערין אין "ריידיאָ סיטי מיוזיק־האָל" און נאָך דער חתונה האָט זיך באַזעצט מיט זיי איר מוטער. זיראָ האָט זיך דערווײַל איבערגעוואָרפֿן צום ווערן אַ פֿולקומער אַקטיאָר. ער איז אויפֿגעטראָטן אין אַ שלל מיט פּיעסעס און פֿילמען מיט גרויס דערפֿאָלג, געוווּנען די גרעסטע אויסצייכענונגען, אָבער אין 1945, האָט זיך דאָס רעדעלע געביטן. דער "הויז־קאָמיטעט פֿאַר אומאַמעריקאַנישע אַקטי­וויטעטן" האָט אים פֿאַרבעטן אין סענאַט זיך מודה־ומתוודה זײַן אין זײַן געהערן צו דער קאָמוניסטישער פּאַרטיי, און אין דער זעלבער צײַט מסרן און אויסגעבן נאָענטע פֿרײַנד און באַקאַנטע, וועלכע האָבן געהערט צו דער קאָמוניסטישער פּאַרטיי.

דאָ בלײַב איך שטיין. זיראָ מאָסטעל האָט געוווּסט גאַנץ גוט, אַז זײַן קאַריערע ווי אַן אַקטיאָר און קאָמעדיאַנט קומט צום שלוס. זיראָ האָט געחוזקט פֿונעם סענאַטאָר דזשאָסעף מעקאַרטי און זײַן גאַנצער סוויטע, ציטירט דעם פֿינפֿטן "אַמענדמענט" פֿון דער קאָנסטיטוציע, געווען אויס­געהאַלטן און נישט אויסגעגעבן קיין איינעם פֿון זײַנע גוטע פֿרײַנד, ווי עס האָבן עס געטאָן אַזעלכע באַרימטע אַקטיאָרן ווי ראָבערט טיילאָר, אַדאָלף מאַנזשו און דער באַרימטער רעזשיסאָר איליאַ קאַזאַן. און אַזוי ווי איך ציטיר בלויז אויסצוגן פֿון דער באַשרײַבונג, וואָס מײַן סטודענט האָט צוגעגרייט, בין איך געצוווּנגען צעטיילן דאָס אַרטיקעלע אין צווייען.

זיראָ מאָסטעל
זיראָ מאָסטעל

דאָ רעדט זיך וועגן דעם גראַנדיעזן ייִדישן אַקטיאָר און קאָמיקער זיראָ מאָסטעל, אַ קרובֿ פֿון מײַן סטודענט מעטיו לעוויטאַן. זײַן אַרבעט וועגן דעם קאָמיקער האָט מיך שטאַרק אימפּאָנירט. איך האָב געהאַט אַ סך באַקאַנטע וואָס האָבן אין יענע יאָרן געוווינט אין "גרעניטש־ווילעדזש", און זיי האָבן מיר דערציילט שוידערלעכע עפּיזאָדן וועגן דעם פֿאַנטאַסטישן אַקטיאָר און קאָמעדיאַנט — זײַן אויפֿפֿירונג צווישן מענטשן, זײַן באַציִונג צו דער משפּחה, זײַנע משוגענע שטיק אויסער דער בינע און פֿילם־אינדוסטריע, האָט אים נישט צוגעגעבן יענעם גלאַנץ וואָס ער האָט זיך פֿאַרדינט ווי אַ פֿאַרווײַלער. זעט אויס, אַז די באַרימטקייט איז אים אַרײַן אין דער נאָז און ער האָט גענומען פּראַווען שוואַרץ־שבת. אַ סך קינסטלער לײַדן פֿון דער קרענק. זיי נעמען זיך ערנסט, גלייבן וואָס די קריטיקער שרײַבן וועגן זיי, און פֿאַרגעסן וווּ זיי האַלטן אין דער וועלט.

איך האָב ערשט געזען צום וויפֿלסטן מאָל דעם פֿילם "אַ קאָמישע זאַך האָט פּאַסירט אויפֿן וועגן צום פֿאָרום" מיט זיראָ מאַסטעל אין דער הויפּט־ראָלע. זײַן שפּילן האָט מיט זיך פֿאָרגעשטעלט אַ מענטש וואָס האָט זיך באַפֿרײַט פֿון אַלע אײַנהאַלטן, ווי ער וואָלט פֿון זיך אַראָפּגעוואָרפֿן יעדן פֿונק פֿון אײַנגעהאַלטנקייט, יעדן טראָפּן געצוימטקייט. ער פֿליט ממש איבערן עקראַן ווי דער רוח וואָלט אים געטראָגן, און אין דער זעלבער צײַט האָט אים עפּעס געפּיקעט, עפּעס ווי שפּילקעס וואָלטן אים געשטאָכן, מיט כּסדרדיקע אויסבראָכן פֿון אַ קאָכעדיקן וווּלקאַן וואָס קאָמאַנדעוועט מיט אים און לאָזט אים נישט רוען. מײַן סטודענט מעטיו האָט געכאַפּט אַ שמועס מיט זיראָס שוועגערין אסתּר מאָסטעל און זי לאָזט אים וויסן אַז:

"זיראָ האָט פֿאַרמאָגט אַ ברויזנדיקן כאַראַקטער, ליב געהאַט מען זאָל זיך צו אים צוהערן, געווען איבערגעצײַגט אין זײַנע מיינונגען, און אויפֿגעצוווּנגען אַנדערע אײַנצושטימען מיט אים. ער איז געווען אַגרעסיוו אָבער וואַרעם. איך בין געווען זײַן שוועגערין. זײַן ברודער ביל איז מײַן מאַן. איידער זיראָ איז געוואָרן אַזוי באַרימט, זײַנען ביידע ברידער געווען שטאַרק נאָענט. זיראָ פֿלעגט קומען צו אונדז צו גאַסט. די ברידער האָבן דעמאָלט אַ סך געלאַכט. אַפֿילו ווען זיראָ האָט זיך נישט אויפֿגעפֿירט ווי ס'באַדאַרף צו זײַן, האָט מען אים מוחל געווען. די משפּחה האָט זיך נישט געהאַלטן צו נאָענט. זיראָ פֿלעגט אַלע מאָל איבערלאָזן בילעטן פֿאַר אונדז אין דער קאַסע ווען ער איז אויפֿגעטראָטן אויף בראָדוויי. איך וואָלט געזאָגט אַז בײַ יעדער פֿון זײַנע פֿאָרשטעלונגען זײַנען מיר נישט נאָר געווען אַנטציקט פֿון זײַנע רייד, נאָר אויך פֿון זײַן מאַנעוורירן מיט זײַן לײַביקן גוף. ער פֿלעגט אַרומשפּרינגען איבער דער בינע ווי אַ משוגענער. איך וואָלט אויך געזאָגט, אַז דאָס באַרימט ווערן האָט אים אַ ביסל אַראָפּגעפֿירט פֿון וועג. נאָך דער פֿאָרשטעלונג זײַנען מיר אַלע מאָל געווען אין זײַן גאַרדעראָב־צימער בעת ער האָט גענומען אַ דוש, און ווען ער האָט געענדיקט באָדן זיך, האָט מען גערעדט וועגן זײַן פֿאָרשטעלונג און וועגן דער משפּחה. דערווײַל האָט עמעצער אָנגעקלאַפּט אין טיר. מײַן מאַן האָט געעפֿנט. דער מענטש האָט געזוכט זיראָן. האָט ער געפֿרעגט:

"ווער זײַט איר?' האָט ער געענטפֿערט: 'אַ קרובֿ!' האָט מען דאָך באַלד געזען אַז ער בלאָפֿט. האָט אים זיראָ אויסגעזידלט און אַרויסגעוואָרפֿן. האָט מען כאָכאָטשעט אַ האַלבע נאַכט".

אַ סך פֿון די קינדער פֿון נײַע אימיגראַנטן אין יענע יאָרן, האָבן געוואָלט דערגרייכן דאָס טעלערל פֿון הימל. אינטערעסאַנט, אַז אַ גרויסע צאָל פֿון זיי האָבן עס באַוויזן. די אייניקלעך פֿון די נײַע אימיגראַנטן האָבן שוין ווייניקער אויפֿגעטאָן אין לעבן, און זייערע קינדסקינדער — נאָך ווייניקער. דער צווייטער דור פֿון די נײַע אימיגראַנטן האָט זיך באַמיט אויסצוצייכענען זיך, באַווײַזן וווּנדער, אָנטאָן די עלטערן נחת. הײַנט צו טאָג האָט איר די אַזיאַטישע קינדער פֿון אימיגראַנטישע עלטערן, קאָרעער, וויעטנאַמער, קאַמבאָדיער. די עלטערן אַרבעטן ווי די פֿערד, די קינדער זאָלן דערגרייכן אין לעבן און צוקומען צו עפּעס אין דעם אַמעריקע. ייִדן האָבן פֿאַרנומען בכּבֿודיקע ערטער אין דער האָליוווּדער אינדוסטריע און אויף בראָדוויי. פֿון זיי זײַנען אַרויס מוזיקער, באַלעט־מײַסטער, רעזשיסאָרן און אַ שלל אַנדערע אויפֿטוען. עס קען ממש אָפּנעמען דעם אָטעם. זיראָס פֿעטער דערציילט:

"זיראָ איז געווען אַ פֿײַנער מאַן, אַ גוטער מענטש און אַ מכניס־אורח. איך טראָג זיך אַרום מיט אַ סך גוטע זכרונות וועגן אים. מיר האָבן זיך געהאַלטן נאָענט. ווען מ'פֿלעגט זיך זען, פֿלעגט ער שרײַען און שעלטן. פֿרעגן אַ שלל מיט פֿראַגעס, ביז מיר זײַנען אויסגעגאַנגען פֿון געלעכטער. שפּעטער, ווען ער איז געוואָרן אַזוי וועלט באַרימט, האָט מען זיך שוין זעלטן געזען. ער איז געווען אַ פֿאַרנומענער מענטש, ליב געהאַט צו מאָלן. ער האָט געהאַלטן אַז זײַן גאונות שפּיגלט זיך אָפּ אין יעדן פֿון זײַנע מאָלערײַען, און אַז אין יעדן בילד זײַנס שטעקט אַ פֿאַרבאָרגענער סוד. איין מאָל, ווען איך בין געווען אין זײַן 13־צימערדיקער וווינונג אויף דער 86סטער גאַס, האָבן זיך דאָרט פֿאַרזאַמלט אַ גאַנצע כאָפּטע סנאָבן, אַזוי גערופֿענע ׳קונסט־מבֿינים׳".

"מיט אַ מאָל האָט ער גענומען שעלטן און באַנוצן זיך מיט ניבול־פּה. דער עיקר האָט ער גענומען אויפֿן צימבל איינע אַ פֿרוי. שפּעטער האָט ער מיר דערציילט, אַז די חבֿרה האָט דאָ געוואָלט זען זײַן קונסט. האָט ער אַזוי מאַניפּולירט ביז זיי זײַנען אַנטלאָפֿן. אַז עמעצער אויף דער בינע פֿלעגט זאָגן עפּעס קאָמישס, אַלץ וואָס ער האָט געדאַרפֿט טאָן איז אויסדרייען זיך מיטן פּנים צום עולם, אויפֿהייבן אַ ברעם און דער עולם פֿלעגט קײַכן פֿון געלעכטער". דער פֿעטער דערציילט ווײַטער:

"איין מאָל, ווען איך האָב זיך אַראָפּגעכאַפּט קיין מאַנהעטן צו זיראָן, איז פּונקט געווען פּסח. די קריסטלעכע שוויגער האָט אים דערלאַנגט קיכעלעך מיט קאַווע. זיראָ האָט זיך צעשריגן אויף אַ הויך קול, אַז פּסח עסט מען נישט קיין קיכעלעך. פּסח עסט מען מצות".

סאָניע מאַסטעל איז מעטיוס באָבע, און זי רעדט זיך אַראָפּ פֿון האַרצן:

"איך געדענק אַז ער איז געווען אַ קאָמפּליצירטער פּאַרשוין. ער האָט געהאַט אַ שוועסטער און זי האָט געלעבט אויף קיצבֿה. ער האָט איר נישט אַרויסגעהאָלפֿן פֿינאַנציעל מיט קיין פּרוטה. עס ווײַזט זיך אַרויס, אַז זיראָס פֿאָטער האָט צוויי מאָל חתונה געהאַט. מיט דער ערשטער פֿרוי האָט ער געהאַט צוויי קינדער. זיראָ איז געווען אַ קינד פֿון זײַן צווייטער ווײַב, אַזוי אַז די שוועסטער פֿון ערשטן ווײַב איז געווען אַ שטיפֿשוועסטער. זיראָ האָט מיט דער ערשטער פֿרוי געהאַט צוויי קינדער, אָבער מיר האָבן זיי נישט געקענט. ער האָט געהאַט פֿיר קינדער פֿון צווייטן ווײַב. אים האָבן אויסגעפֿעלט מענטשלעכע קוואַליטעטן. ער איז נישט געווען קיין מענטש. ער איז געווען וואָס מיר וואָלטן אָנגערופֿן — משוגע אויפֿן גאַנצן קאָפּ. ער פֿלעגט נעמען די 'סאָבוויי' אין מיטן דער נאַכט, זיך פֿאָרשטעלן פֿאַר אַ בלינדן בעטלער, אָנגעטאָן אין שוואַרצע ברילן, זיך אַרומגעטראָגן מיט אַ טעפּעלע אין איין האַנט און אַ שטעקן אין דער אַנדערער, געוואָלט איבערצײַגן די פּאַסאַזשירן אַז ער איז אַ בלינדער בעטלער. אַלע אַרום האָבן געהאַט רחמנות אויף אים, מען האָט אים אָפּגעגעבן אַ זיצאָרט. האָט ער זיך אַוועקגעזעצט, אַרויסגענומען אַ צײַטונג און גענומען לייענען. איין מענטש איז געוואָרן אויפֿגעקאָכט, ער איז צוגעקומען צו אים און אים אָנגעהאַקט אַ מאָרדע.

"עליאָנאָר רוזוועלט האָט אים פֿאַרערט. יעדן ראָש־השנה פֿלעגט זי שיקן אַ בוקעט רויזן פֿאַר זיראָס מאַמע. זי האָט זיך ממש פֿאַרליבט אין אים. פּרעזידענט רוזוועלט — דאָס גלײַכן. זיראָ איז געווען זייער אָפֿט אין 'ווײַסן הויז' בעת רוזוועלט איז געווען פּרעזידענט. מײַן ברודער איז געווען אַ קאָמפּליצירטער מענטש. ביסט קיין מאָל נישט געווען זיכער וואָס ער גייט באַלד אָפּשפּילן, קלוג און אינטעליגענט. ס'איז געווען אַ צײַט ווען ער איז געווען שטאַרק רעליגיעז, ווי אַ ייִנגל איז ער געגאַנגען אין חדר, מיטגעגאַנגען יעדן פֿרײַטיק מיטן טאַטן אין שיל און געווען אַ משורר אין בית־כּנסת. ווי גוט ער איז געווען צו זײַנע עלטערן בין איך נישט זיכער. אונטערן קאַפּעליוש פֿלעגט ער אַמאָל טראָגן אַ יאַרמלקע, אָבער מיט דער צײַט איז עס פֿאַרשוווּנדן".

פֿון דעם־אָ בילד כאַפּן מיר זיך אַז זיראָ מאַסטעל איז מסתּמא נישט אַנדערש פֿון די אַנדערע ייִדישע קאָמעדיאַנטן, אַקטיאָרן און פֿאַרווײַלער. די בראָדוויי־ און האָליוווּדער ייִדישע קונסט־קאָלאָניע איז באַשטאַנען פֿון אַ באַזונדערן שבֿט. איך האָב געלייענט בײַ נח שטיינבערגן וועגן אַ ייִדן וואָס האָט אַמאָל שטאַרק ליב געהאַט צו באַשרײַבן משה נאַדירן. אין צווישן האָט ער דערמאָנט אַז דער זון פֿלעגט אָפֿט קומען אין דער רעדאַקציע פֿון דער "פֿרײַהייט", אָפּזיצן דאָרט שעהען לאַנג, און אַז מ'האָט אים געפֿרעגט וואָס ער טוט דאָ, פֿלעגט ער אַלע מאָל ענטפֿערן: "איך בין געקומען הרגענען מײַן טאַטן".

פֿאַרשטייט זיך אַז ער האָט עס קיין מאָל נישט באַוויזן, אָבער מיר קריגן אַ בילד פֿון זײַן טאַטן, דעם גרויסן הומאָריסט.

אַרײַנקוקנדיק אין זיראָס מאָלערײַען, זעט מען אַ קאָלירפֿולן עקראַן מיט קאָמפּליצירטע רינגעלעך, ווי אַ דיאַגנאָזע וואָס מ'זעט דורך אַ מיקראָסקאָפּ. צעלן — גרעסערע און קלענערע, פֿרומע פּנימער וואָס זײַנען אַרײַנגעפֿאַלן אין אַ בהלה און באַנעמען נישט וואָס זיי טוען דאָ; אַ קאָלירפֿולע וועלט פֿון פֿאַרבנרײַכע זייפֿנבלאָזן וועלכע דערמאָנען אין מענטשלעכע שאַרבנס, קײַקעלעך וואָס שוועבן אַרום ערגעץ אין רוים און קענען זיך קיין אָרט נישט געפֿינען. ווי זיראָ אַליין האָט אַמאָל געזאָגט, אין יעדן פֿון זײַנע בילדער באַהאַלט זיך אויס אַ סוד. אינטערעסאַנט, ער אַליין האָט אויסגעזען ווי אַ פּולכנע פּאָנטשקע, אפֿשר האָט ער זיך געזען אין די קײַקעלעך און רינגעלעך, אָפּגעריסן איינס פֿון ס'אַנדערן אין אַן אינערלעכן פּלאָנטער. דעם סוד פֿון יעדן בילד בין איך נישט בכּוח צו דעשיפֿרירן. כ'ווייס נאָר איין זאַך — די בילדער זײַנען אָנגענעם פֿאַרן אויג. זײַנע בילדער הענגען הײַנט אין אָנגעזעענע מוזייען און זײַנען ווערט אַ מאַיאָנטיק. ער אַליין איז מסתּמא געווען אַ מיסטעריע פֿאַר זיך, אַ טראַגיש־קאָמישע פֿיגור וואָס האָט אָנגעוווירן דעם קאָנטאַקט מיט דער ווירקלעכקייט. די וועלט שאַצט אָפּ דעם קינסטלער אין אים און יעדעס מאָל וואָס איך זע אים אין זײַנע פֿילמען, קען איך זיך נישט אָפּוווּנדערן פֿון זײַן ריזיקן טאַלאַנט.