אַהרן שטיינבערג מיט זײַנע עלטערן, 1910 |
צווישן אַ סך אינטערעסאַנטע ליטעראַרישע און היסטאָרישע פּובליקאַציעס אין דער לעצטער רוסישער פּעריִאָדיק וואַרפֿן זיך אין די אויגן די אויטאָביאָגראַפֿישע נאָטיצן פֿון אַהרן שטיינבערגס פּריוואַטן אַרכיוו, וואָס געפֿינט זיך אינעם צענטראַלן אַרכיוו פֿונעם ייִדישן פֿאָלק אין ירושלים. די דאָזיקע פּובליקאַציעס ווערן צוגעגרייט צום דרוק דורך דער פֿאָרשערין פֿון דער רוסיש־ייִדישער קולטור נעלי פּאָרטנאָוואַ. זיי נעמען אַרײַן שטיינבערגס אינטימע קאָרעספּאָנדענץ, זכרונות, פֿראַגמענטן פֿון זײַנע טאָגביכער.
אַהרן שטיינבערג (1891־1975) איז אַ באַקאַנטער נאָמען אין דער געשיכטע פֿון דער מאָדערנער ייִדישער קולטור. געבוירן אין אַ פֿאַרמעגלעכער סוחרישער משפּחה אין דווינסק (איצט דאַוגאַוופּילס אין לעטלאַנד), האָט ער באַקומען אַ בילדונג אין פֿילאָסאָפֿיע בײַם הײַדלבערגער אוניווערסיטער אין דײַטשלאַנד, און האָט דערנאָך געווידמעט זײַן גאַנץ לעבן דער קולטורעלער און געזעלשאַפֿטלעכער טעטיקייט. ער איז געווען אַן אַקאַדעמישער סעקרעטאַר פֿון דער "פֿרײַער פֿילאָסאָפֿישער אַסאָציאַציע", וועלכע איז געווען די לעצטע אומאָפּהענגיקע עפֿנטלעכע אינטעלעקטועלע אָרגאַניזאַציע אין סאָוועטן־רוסלאַנד. נאָך דער עמיגראַציע קיין דײַטשלאַנד האָט זיך שטיינבערג גענומען איבערצוזעצן פֿון שמעון דובנאָווס היסטאָרישע ווערק פֿון רוסיש אויף דײַטש. ער האָט זיך אַקטיוו באַטייליקט אין פֿאַרשידענע קולטורעלע פּראָיעקטן, אַזעלכע ווי ייִוואָ און די "אַלגעמיינע ענציקלאָפּעדיע". נאָך היטלערס קומען צו דער מאַכט, אין 1933, האָט ער זיך אַריבערגעצויגן קיין לאָנדאָן. לאַנגע יאָרן האָט ער געדינט ווי דער פֿאַרוואַלטער פֿונעם קולטור־אָפּטייל בײַ דעם ייִדישן וועלט־קאָנגרעס.
אַהרן שטיינבערג איז געווען אַ פֿרוכטבאַרער פֿילאָסאָפֿישער און פּאָליטישער פּובליציסט און אַן אָריגינעלער ליטעראַטור־קריטיקער. לרובֿ האָט ער געשריבן אויף רוסיש, ייִדיש, דײַטש און ענגליש, אָבער חוץ דעם האָט ער פֿרײַ באַהערשט אויך העברעיִש און פֿראַנצויזיש. אויף דער עלטער האָט ער זיך אַ סך אָפּגעגעבן מיט זײַנע מעמואַרן. זײַן בוך זכרונות וועגן זײַן טעטיקייט אין דער רוסישער קולטור, דערשינען אויף רוסיש אין 1991, איז אַ וויכטיקער מקור פֿון דער רוסישער קולטור־געשיכטע. דער טיפֿער אינטערעס צו דער רוסישער קולטור האָט געפֿונען אַן אויסדרוק אויך אין שטיינבערגס עטלעכע אַרבעטן וועגן דאָסטאָיעווסקין.
דער פּריוואַטער אַרכיוו פֿון אַהרן שטיינבערג פֿאַרמאָגט אַ היפּשע צאָל דאָקומענטן, וועלכע דער מחבר האָט געשריבן פֿאַר זיך אַליין. דאָ מאַכט ער אַ דין־וחשבון מיט זײַן געוויסן, גיסט אויס זײַן נשמה אין די שווערע און ביטערע מאָמענטן, אָדער סתּם פֿאַרנאָטירט זײַנע געדאַנקען און אָבסערוואַציעס. דער דאָזיקער אינטימער צד פֿון שטיינבערגס פּערזענלעכקייט איז תּמיד געבליבן פֿאַרבאַהאַלטן פֿון דער וועלט. ערשט איצט, העכער ווי דרײַסיק יאָר נאָך זײַן טויט, טרעט שטיינבערגס קאָמפּליצירטע, דעליקאַטע און רײַכע פּערזענלעכקייט אַרויס פֿונעם שאָטן.
אַהרן שטיינבערג שטאַמט פֿון אַ משפּחה, וואָס האָט געגעבן דער וועלט עטלעכע אָריגינעלע פּערזענלעכקייטן. דאָס איז געווען אַ פֿאַרמעגלעכע ליטוואַקישע פֿאַמיליע, וואָס האָט קאָמבינירט מתנגדישע פֿרומקייט מיט מעסיקער השׂכּלה. אהרנס פֿעטער פֿון דער מאַמעס צד איז געווען דער באַרימטער ליטעראַטור־קריטיקער בעל־מחשבֿות, זײַן מומע אסתּר עליאַשעוו האָט באַקומען אַ דאָקטאָראַט אין פֿילאָסאָפֿיע אין דײַטשלאַנד און האָט געשריבן אויף ליטעראַרישע און פֿילאָסאָפֿישע טעמעס. אַהרנס ברודער, יצחק־נחמן שטיינבערג האָט פֿאַרנומען דעם פּאָסט פֿונעם פֿאָלקס־קאָמיסאַר פֿון יוסטיץ אין דער ערשטער סאָוועטישער רעגירונג; אָבער ער איז גיך אַנטוישט געוואָרן אין דער באָלשעוויסטישער דיקטאַטור און איז שפּעטער געוואָרן טעטיק אין דער טעריטאָריאַליסטישער באַוועגונג און אַנדערע פּאָליטישע און קולטורעלע אונטערנעמונגען. זייער שוועסטערקינד, שמואל אלישובֿ, איז געווען אַ חשובֿער ישׂראלדיקער דיפּלאָמאַט און האָט געדינט ווי דער אַמבאַסאַדאָר פֿון מדינת־ישׂראל אין סאָוועטן־פֿאַרבאַנד אין 1953־1955.
די משפּחה, בפֿרט די קרובֿים פֿונעם עליאַשעוו־צווײַג, האָבן פֿאַרנומען אַ וויכטיק אָרט אין שטיינבערגס געדאַנקען. זײַן באַגריף פֿון ייִדישן פֿאָלק ווערט באַשטימט דורך די משפּחה־באַציִונגען. אין זײַן טאָגבוך האָט ער פֿאַרשריבן: "די ייִדישע משפּחה איז געבויט אויפֿן איבער־פּערזענלעכן יסוד [...] ווי אַ משפּחה־מיטגליד, באַציט זיך דער ייִד צו זײַן אייגענער פֿאַמיליע מיטן געפֿיל פֿון יראת־הכּבֿוד." אין שטיינבערגס לעבנס־פֿילאָסאָפֿיע שפּילן אַזעלכע באַגריפֿן ווי "משפּחה" און "דור" די ראָלע פֿון פֿאַרבינדונגס־גלידער צווישן דעם יחיד און דעם געזעלשאַפֿטלעכן און היסטאָרישן כּלל. דורך זײַנע באַציִונגען מיט זײַן משפּחה אַנטפּלעקט שטיינבערג די פֿאַרבאַהאַלטענע טיפֿענישן פֿון זײַן אייגענער פּערזענלעכקייט.
צוויי מאַטעריאַלן, וועלכע זײַנען פֿאַרעפֿנטלעכט געוואָרן אין דעם מאָסקווער זשורנאַל "נאָווי מיר" (די נײַע וועלט), זײַנען באַזונדערס רירעוודיק און אינטערעסאַנט: שטיינבערגס אַ לאַנגער בריוו צו זײַן פֿרוי, אָנגעשריבן גלײַך נאָך איר פּטירה אין מערץ 1966 ("נאָווי מיר", יאַנואַר 2006). דאָס איז אַ פּײַנלעכער ווידוי, אין וועלכן ער אַנאַליזירט זײַן האַלטונג לגבי זײַן אָקערשט געשטאָרבענער פֿרוי. אַהרן און סאָפֿיאַ שטיינבערג האָבן זיך באַקענט נאָך אין פּעטראָגראַד, און שפּעטער זיך געטראָפֿן כּמעט טעגלעך אין בערלין, וווּ זי האָט אים געהאָלפֿן מיט זײַן אַרבעט. אָבער זייער חתונה איז פֿאָרגעקומען ערשט אין 1935, און בלויז צוליב דעם, וואָס דאָס איז געווען דער איינציקער אופֿן צו ראַטעווען סאָפֿיאַ פֿון היטלערס דײַטשלאַנד.
ניט געקוקט אויף דעם, וואָס אַהרן שטיינבערג איז זײַן גאַנץ לעבן פֿאַרבליבן אַ פֿרומער ייִד, איז ער געווען טיף אײַנגעוואָרצלט אין דער רוסישער קולטור. זײַן פֿילאָסאָפֿישער וועלטבאַנעם איז אויסגעפֿורעמט געוואָרן דורך די השׂגות פֿונעם רוסישן מאָדערניזם און דעקאַדענץ. די דאָזיקע וועלט־אַנשויונג האָט באַווירקט אויך זײַן פֿאַרשטאַנד פֿון ליבע און זײַן קוק אויף די פֿרויען. אין דער ווײַבערישער געשטאַלט האָט ער געזען דאָס רוחניות און דאָס גשמיות, וואָס האָבן געהערט צו צוויי פֿאַרשידענע ספֿערעס. אַהרנס טיפֿסטע ראָמאַנטישע ליבע איז געווען זײַן מומע אסתּר עליאַשעוו (גורלאַנד), די פֿרוי, וועלכע האָט שטאַרק באַווירקט זײַן גײַסטלעכע אַנטוויקלונג. ער האָט בדעה געהאַט צו פֿאַרבלײַבן אַן אַלטער בחור און צו ווידמען זײַן גאַנץ לעבן דעם שליחות זײַנעם, וואָס איז געווען די אינטעלעקטועלע און קולטורעלע טעטיקייט לטובֿת דעם ייִדישן פֿאָלק. און דאָך, איז ער געווען זייער צוגעבונדן צו זײַן פֿרוי סאָפֿיאַ, מיט וועלכער ער האָט פֿאַרבראַכט צוזאַמען מער ווי דרײַסיק יאָר. איר טויט האָט אויף שטייבערגן געמאַכט זייער אַ שטאַרקן און ביטערן רושם.
אין די לעצטע יאָרן פֿון זײַן לעבן איז אַהרון שטיינבערג געווען זייער אַקטיוו. ער האָט זיך אָפֿט אומגעקערט אין זײַן זכּרון צו זײַנע קינדער־יאָרן, כּדי בעסער צו באַגרײַפֿן די קוואַלן פֿון זײַן פּסיכאָלאָגישן און גײַסטלעכן מהות. אין זײַן טאָגבוך האָט ער פּרטימדיק באַשריבן אַן עפּיזאָד פֿון זײַן קינדהייט, וועלכן ער האָט געהאַלטן פֿאַר זײַן ערשטן באַוווּסזיניקן חטא, וואָס האָט אויפֿגעוועקט זײַן מאָראַלישן געוויסן (פֿאַרעפֿנטלעכט אין "נאָווי מיר", מערץ 2007). די דאָזיקע דראַמאַטישע מעשׂה־שהיה מיט אַ "ריינער" קינדער־ליבע צו אַ קליין מיידל, אין וועלכער עס האָבן זיך צונויפֿגעמישט צאַרטקייט מיט ווילדקייט, וואָלט געווען פּאַסיק פֿאַר זכרונות פֿון אַ רוסישן דיכטער, אָנהייב 20סטן יאָרהונדערט, אין פּעטערבורג אָדער מאָסקווע. אָבער זי איז פֿאַרשריבן געוואָרן דורך אַן עלטערן פֿרומען ייִד אין לאָנדאָן אין 1968.
אַהרן שטיינבערג איז ביז די סאַמע לעצטע טעג זײַנע פֿאַרבליבן געטרײַ די אידעאַלן פֿון דער רוסיש־ייִדישער אינטעליגענץ פֿון דער "זילבערנער תּקופֿה", ערבֿ דער רעוואָלוציע־צײַט. נאָכן טויט פֿון זײַן עלטערן ברודער יצחק־נחמן האָט ער געלאָזט אין זײַן טאָגבוך אַזאַ באַמערקונג: "איך פֿיל זיך ווי אַ יורש פֿונעם ליידיק געוואָרענעם טראָן". ער האָט ממשיך געווען צו נוצן דעם אַלטן רוסישן אויסלייג, און רוסיש איז פֿאַרבליבן בײַ אים די שפּראַך פֿון סאַמע אינטימע איבערלעבונגען זײַנע: "מיר איז גרינגער זיך אויסצודריקן אויף רוסיש. אָבער ווען איך טראַכט וועגן דעם בײַ נאַכט, הער איך פֿאַרשידענע שפּראַכן, און באַזונדער אָפֿט דעם לשון־קודש". שטיינבערג האָט צומאָל באַטראַכט זײַן פֿילשפּראַכיקייט ווי אַ מניעה, וואָס האָט אים געשטערט אויסצודריקן זײַן נשמה קלאָר און פּשוט. דערפֿאַר האָט ער אַזוי הויך געשעצט דווקא די רוסישע שפּראַך, וואָס איז געווען די שפּראַך פֿון זײַנע שטאַרקסטע געפֿילן און טיפֿסטע מחשבֿות.