געשיכטע
פֿון שיקל פֿישמאַן (ניו־יאָרק)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

זייער אָפֿט פֿאַרגעסן מיר, אַז ענגליש איז ניט מיט אַזוי פֿיל עלטער, און זיכער ניט מיט אַזוי פֿיל "לײַטישער" ("איינהייט­לעכער"), מער רעגולירט און צוגעשליפֿן וואָס שײַך איר אויסלייג און גראַמאַטיק, ווי ייִדיש. מיט 400 יאָר צוריק, ווען אויף ייִדיש האָט מען שוין געהאַט געדרוקט אַזעלכע וויכטיקע ליטעראַרישע ווערק און הילפֿביכער, כּדי ריכטיק צו שרײַבן און גוט קענען די אייגענע שרײַבשפּראַך (ווי למשל דער מרכּבֿת־המשנה פֿון קראָקע, 1534) איז נאָך אויף ענגליש קיין ענלעכס בכלל ניט געווען און יעדער האָט זיך געשריבן ענגליש ווי אים צי איר האָט זיך געגלוסט. נו, און וואָס איז מיט שעקספּירן? מען קען דאָך ניט זאָגן, אַז דערפֿאַר וואָס שעקספּירס אויסלייג אויף ענגליש איז געווען אַ וואַקלדיקער, אַפֿילו וואָס שײַך זײַן אייגענעם משפּחה־נאָמען, זאָל מען אים גופֿא לגמרי מבֿטל זײַן. די גרויסקייט פֿון אַ שרײַבערס אַ ווערק צי די שיינקייט פֿון זײַנס אַ ליד האָט גאָר אַ קנאַפּן שײַכות צו דער אויסגעהאַלטנקייט פֿון זײַן גראַ­מאַטיק צי צו דער אָפּגעהיטקייט פֿון זײַן אויסלייג.

די זאָרג פֿאַר שפּראַכקולטור בכלל (ווי מען פֿלעג אַזעלכע ענינים שפּעטער אָנרופֿן אין מיזרח־אייראָפּע) איז קיין מערבֿ־אייראָפּע ניט דערגאַנגען קיין סך פֿריִער ווי קיין מיזרח־אייראָפּע. אין מיזרח־אייראָפּע איז די שטויסקראַפֿט הינטער שפּראַכקולטור געווען דער לאָקאַלער־נאַציאָנאַליזם און די פֿרײַ­הײַט־באַוועגונג קעגן אַ שכנותדיקן אָקופּאַנט, בעת אין מערבֿ־אייראָפּע איז די טרײַבקראַפֿט געווען ניט מער ווי דער מאָדערניזם גופֿא און די אויסגע­האַלטנקייט אָדער שלימותדיקייט צו וועלכן אַ געבילדעטער מענטש גאַרט. דערפֿאַר האָט אין מיזרח־אייראָפּע די שפּראַכקולטור (וווּ "מיזרח" האָט, בדרך־כּלל, געמיינט צו־מיזרח־צו פֿונעם טײַך "רײַן") געמיינט שפּראַך־דיסציפּלין וואָס חבֿרט זיך כּסדר מיט אויטאָריטעטן און רעגירונג־אינסטאַנצן, און סיסטעמאַטישקייט דערבײַ איז געווען אַ סימן פֿון אַן ערנסטער דערצויגנקייט און ניט סתּם פֿונעם גוטן געשמאַק און איידלקייט. האָבן און באַנוצן זיך מיט אַ ווערטערבוך איז דעריבער אין מיזרח געווען אויסצופֿאָלגן אַ נאַציאָנאַלע שליחות, און אין מערב — אָפֿט ניט מער ווי אַ יחידישע פֿײַנשמעקערײַ.

דער אָנפֿאַנג פֿון ענגלישע ווערטער­ביכער

אין משך פֿון די ערשטע יאָרן זענען ס'רוב ענגלישע ווערטערביכער געווען צוויישפּראַכיקע אָדער גאָר מער שפּראַכי­קע (ביז אַפֿילו 5 און 6־שפּראַכיקע). זיי זענען געווען פּראַקטישע מכשירים פֿאַר פּראַקטי­שע לײַט: רײַזנדיקע, סוחרים, איבערזע­צערס, בריוונשרײַבערס און אָנגעשטעלטע אין ספּעציאַליזירטע רעגירונג־אינסטיטוטן און ביוראָען (ווי למשל, שטײַער־אײַנזאַמ­לערס און אָנגעשטעלטע אין שטײַעראַמטן און אין בענק). איינשפּראַכיקע ווערטערבי­כער זענען ווייניקער פּראַקטישע און האָבן אין זין דעם סתּם־לייענער און דעם סתּם שרײַבער און ניט דווקא דעם וואָס דאַרף האַלטן אַן אויג דער עיקר אויף אייגענע צי אויף פֿרעמדע הוצאות און הכנסות.

דאָס ערשטע ענגליש־ענגלישע ווער­טערבוך

דאָס ערשטע איין־לשונדיקע ווערטער­בוך אויף ענגליש (1604) האָט געטראָגן דעם טשיקאַווען נאָמען "דער אַלפֿאַבעטיש אויסגעסדרטער טיש". וואָס איז דער חידוש אַז אַ ווערטרבוך איז אויסגעסדרט אַלפֿאַ­בעטיש? איידער דער לייענער וועט אַ פֿרעג טאָן האַלב סאַרקאַסטיש "אין וואָס דען פֿאַר אַ סדר זאָל מען אויסשטעלן די זוכווערטער פֿון אַ ווערטערבוך?", איז כּדאַי זיך צו דערמאָנען, אַז די מערשפּראַכי­קע ווערטערביכער האָבן גראָד מער גע­האַלטן פֿון אַ טעמאַטישן סדר (ווערטער וועגן מינים אַרבעט; ווערטער וועגן מינים שפּײַזן; ווערטער וועגן נעמען פֿון פֿעלקער און לשונות, אאַז"וו). די אַלע ווערטער זענען געבראַכט געוואָרן יעדער אין זײַן שײַכותדיקן קאָלום און יעדער קאָלום האָט זיך פֿאַרנומען בלויז מיט איין לשון: למשל, די ווערטער אויף ייִדיש וועגן חפֿצים און אַנדערע שטוביקע זאַכן וואָס מען האָט בדעה צו זוכן זייערע טײַטשן, געפֿינען זיך אין קאָלום (1), די טײַטשן פֿון אָט די זעלבע זוכווערטער אויף פֿראַנצייזיש, אין קאָלום (2), אויף דײַטשיש, אין קאָלום (3), אויף ענגליש, אין קאָלום (4) און אַזוי ווײַטער. ס'איז קלאָר, אַז אַזאַ מין מערשפּראַכיק ווערטערבוך קען זײַן זייער נוציק פֿאַר אַ קונה וואָס איין טאָג איז ער אין איין לאַנד און מאָרגן אין אַן אַנדערס, אָבער די נוציקייט ווענדט זיך כּסדר אין דער צאָל און צוגע­פּאַסטקייט פֿון די זוכווערטער און אין דער צאָל און צוגעפּאַסטקייט פֿון די טײַטש־לשונות. און טאַקע דערפֿאַר וואָס דער סוחר איז אָפֿט געפֿאָרן האַנדלען אין דימענטן אין לענדער, וועלכע זענען אָפֿט נישט־גענוג פֿאַר­טראָטן אין די מערשפּרכיקע ווער­טער­ביכער, האָט מען זייער פֿרי געמוזט זוכן און געפֿינען אַן אַנדער צוגאַנג צום גאַנצן ענין פֿון צונויפֿשטעלן ווערטערביכער.

נאָך אַן אופֿן פֿון אויססדרן די ווער­טער וואָס עס פֿאַרמאָגן ווערטער­ביכער, אַלץ־איינס צי זיי זײַנען איינ­שפּראַכיקע צי מערשפּראַכיקע ווער­טער­ביכער, איז לויט דער זעלטנקייט פֿון די זוכווערטער. מערסטע שפּראַך־מבֿינים האַלטן, אַז בײַם אָנהייב פֿון באַקענען זיך מיט אַ פֿרעמד לשון דאַרף מען זיך באַגרענעצן צו די אָפֿטסטע און אויך די נוצלעכסטע, און דעריבער די נייטי­קסטע ווערטער. אָט דער כּלל־גדול גייט האַנט אין האַנט מיטן כּלל, אַז קיין וואָרט זאָל ניט דערקלערט ווערן דורך ווערטער וואָס מען טרעפֿט אָן אויף זיי זעלטענער ווי די זוכווערטער וואָס מען וויל מלכתּחילה אויפֿקלערן. מען סטאַרעט זיך צו דערקלערן שווערערע און זעלטענערע ווערטער דורך פֿאַרבינדן זיי מיט גרינגערע און אָפֿטערע. צו טאָן פֿאַרקערט איז "פֿאָלג מיך אַ גאַנג", ווײַל ס'פֿירט דאָך צו אַן "אין לדבֿר סוף", ווײַל כּדי צו דערלערנען איין נײַ וואָרט דאַרף מען זיך פֿריִער ספּראַווען מיט שיינע עטלעכע נאָך שווערערע און נאָך מער אומפֿאַרשטענדלעכע ווערטער. דאָס וואָלט געווען אַ נאַרישער און זייער ניט־פּעדאַ­גאָגישער צוגאַנג, אָבער אין גאַנצן אים אויס­מײַדן קען מען אויך ניט, ווײַל כּדי דאָס צו דערגרייכן דאַרף מען ממש ציילן און ציילן — דאָס הייסט, שאַפֿן פֿאַר פֿאַרשיידענע מינים לייענערס און פּאָטענציעלע לייענערס די "קאָנטראָלירטע וואָקאַבולאַרן" אָן וועל­כע מען קען זיך קיין ריר ניט טאָן אין דער ריכטונג פֿון שאַפֿן ווערטערביכער לויטן פּרינציפּ פֿון ווערטער־אָפֿטקייט. איצט, אַז מיר האָבן שוין גיגאַנטישע קאָמפּיוטאָרן, וואָס ציילן איבער און פֿאַרגעדענקען אַלץ אויטאָמאַטיש, איז דאָס שוין דערגרייכ­לעך.

דערפֿאַר איז דער לעקסיקאָלאָג פֿונעם ערשטן ענגליש־ענגלישן ווערטערבוך גע­פֿאַלן אויף אַ שׂכל, און ער האָט זיך גענומען פֿאַרגרעסערן די שוין צונויפֿגעשטעלטע אַלפֿאַבעטישע און אַפֿילו די אָן־אַ־סופֿיקע און־אָן־אַן־"עקישע" ווערטערביכער (unabridged). ווען דער עולם האָט אָבער שפּע­טער גענומען לייענען אי אַ סך אָפֿטער, אי אַ סך מער, אי מען האָט זיך געקענט פֿאַרגינען קויפֿן אַ סך מער אייגענע ביכער, איז דעמאָלט ערשט פֿון דאָס נײַ דער אַלף־בית געוואָרן אַ חשובֿער שטוביקער מכשיר און בײַ ווערטערביכער, אַוודאי און אַוודאי.

אָבער גאָר אין גאַנצן גרינג איז עס בכלל ניט אָנגעקומען. "כּל התחלות קשות", זאָגט דאָס פֿאָלק: "יעדער אָנהייב איז שווערלעך" און די הויפּט־שוועריקייט איז אינעם איצטיקן פֿאַל געווען דער סאַמע סדר פֿון די אותיות גופֿא. די לייענערשאַפֿט האָט אָט דעם סדר גאַנץ פּשוט לחלוטין ניט געקענט און זײַן סדר גופֿא איז אי אַ שווערערער און אי אַ סך נאָך אַ לענגערער ווי דער פֿריִערדיקער. ס'האָט ממש גע­דויערט אַ יאָר אַנדערטהאַלבן ביז גאָר אַ סך פֿון די שפּאָגל נײַע לייענערס האָבן ריכ­טיק און ספּאָנטאַן זיך באַקענט צי דער­מאָנט אינעם סדר־אַלף. די מוכר־ספֿרימס האָבן זיך שנעלער גענומען אין די הענט אַרײַן. זיי האָבן שוין מיט עטלעכע דורות פֿריִער אַנטדעקט די נוצלעכקייט פֿון אַלטערטימ­לעכע ווערטער וואָס זענען פֿאַרבליבן אין ענגליש נאָך פֿון דעניש און אַנדערע סקאַנ­דינאַווישע מקורים און פֿרעמדע ווערטער פֿון לאַטײַנישע און פֿון גריכישע ווערטער וואָס אַדוואָקאַטן האָבן פֿאַראייגנט. זיי האָבן אויך שנעל פֿאַרשטאַנען, אַז די פּראָבלעם בײַ אַ שלל "ענגלישע" ווערטער איז גאָר בכלל ניט זייער אויסלייג און ניט זייער מיין נאָר גאָר זייער אַרויסרעד. און כּדי אָט דעם אָנגעווייטיקטן ענין צו פֿאַר­ענטפֿערן, האָט דער צונויפֿשטעלער, ראָבערט קאָודרי (1537 אָדער 1538 ביז 1604), כּסדר און ווידער געעצהט דעם עולם גוט אײַצו­לערנען דעם ריכטיקן סדר פֿון אותיות בײַ פֿאַרשידענע מינים ווערטער, און צו דער­קענען, למשל, אַז אַזא וואָרט ווי CAR דאַרף מען זוכן פֿריִער לויטן אַלף־בית. כּדי צו פֿאַרשנעלערן דעם פּראָצעס פֿון אויפֿזוכן ווערטער האָט ער שטאַרק, כּסדר און ווידער געעצהט דעם עולם גוט אײַנצו­לערנען דעם ריכטיקן סדר פֿון די אותיות בײַ פֿאַרשידענע ווערטער. אָן דעם "נאַטיר­לעכן סדר" פֿון די אותיות קען קיין ווער­טערבוך ניט פֿונקציאָנירן.

קאָודרי איז געווען אי אַ קלוגער, אי אַ בראַווער, אי אַן אײַנפֿאַלערישער. ער האָט אָבער געמוזט פֿאַרלאָזן זײַן פֿאַרלעגערישע אַרבעט לטובֿת בעסערע און גרעסערע ענגלישע ווערטערביכער, וועמענס עווענ­טועלער דערפֿאָלג איז אין אַ גרויסער מאָס אים געווען צו באַדאַנקען, ווײַל פֿאַר אַנדערע איז אַזאַ ווערטערבוך פֿון סינאָני­מען גלײַכצײַטיק באַטראַכט געוואָרן ווי צו "קאַטויליש" (צוליב אַלע אירע פֿראַנצויזישע, איטאַליענישע און אַפֿילו שפּאַנישע לײַ­ווערטער) אין אַזאַ פּוריטאַנער מדינה ווי ענגלאַנד.

ענגליש פֿאַרמאָגט צו פֿיל פֿאַרשידענ­ערליי שורשים כּדי מען זאָל קענען דערגיין גראַמאַטישע פֿאָרמען דורך ענלעכקייטן אין זאַצגעבוי אָדער ווערבאַלע קאָנסטרוק­ציעס. ענגליש איז אויך צו שווער אין איר פֿאָנאָלאָגיע כּדי דער פֿרעמדער זאָל האָפֿן זיך סוף־־כּל־סוף צו קענען פֿאַרשטעלן ווי אַן אייגענער.

פֿאַר וואָס איז ענגליש אַזוי שווער?

די גרויסע לשונות פֿון גאָטס וועלטל זענען מער געמישטע ווי די קליינע. זיי פֿאַרמאָגן מער שכנים און, ווילנדיק צי ניט ־ווילננדיק, לײַען זיי מער ווערטער בײַ אַנדערע. זייער סטאַנדאַרדיזירונג איז שוואַ­כער. אַזאַ שם האָט ענגליש נאָך פֿון זינט די סאַמע עלטסטע צײַטן, ווען דאָס לשון

איז צום ערשטן מאָל אויפֿגעקומען ווײַל די רוימישע לעגיאָנען האָבן זיך ראַפּטאָם רעפּאַטריִיִרט (צוריק צום קאָנטינענט און אַוועק פֿון אַנגליאַ) און מיטגענומען אַהין צוריק זייער מיששפּראַכיקן פֿראַנקאָ־נאָר­מאַניש. כּמעט פֿון יענע פֿריסטע יאָרן זענען אָט די צוויי לשונות (שפּעטער מיט עטלעכע הונדערט יאָר האָט די וועלט זיי שוין געקענט ווי ענגליש און פֿראַנצויזיש) כּסדר געווען אָנגעבלאָזן איינע אויף דער אַנדערער. פֿון אַזאַ סיכסוך קען מען שוין מיט גאַנצע ביינער ניט אַרויס. יעדער מאַכט דעם צווייטן אָן געבראָטענע צרות און פֿאַרשווערט דעם אַנדערן די יאָרן מיט אומנייטיקער שׂינאה און קינאה. די חסידי־ענגליש האָבן זיך באַ­מיט אַז ס'זאָלן זיך אין ענגליש ניט אַרײַנ­גנבֿענען כּל־מיני טריפֿהנע אַנגליציזצען. די חסידי־פֿראַנצויזיש, פֿאַרקערט, שטורעמען די באַריקאַדעס אַז זייער ליבלינג־קינד זאָל ניט חלילה פֿאַרלירן קיין שמץ פֿון דער אייגנאַרטיקייט און פֿון דער ראַפֿינירטקייט וואָס שמעקט דערפֿון פֿאַר אַלע די וואָס זענען לגבי דער וועלט פֿון קונסט און שיינ­קייט ניט בפֿירוש טויב און בלינד.

און וואָס הערט זיך איצט מכּוח אַ נײַעם ווערטערבוך אויף ייִדיש?

שפּראַך איז אַ לעבעדיקער מכשיר. אַ לשון וואָס ענדערט זיך ניט איז שוין האַלבוועגס אַ געשטאָרבנס. דערפֿאַר איז ניט קיין וויץ צו זאָגן, אַז אַ נײַ ווערטערבוך איז שוין פֿאַרעלטערט ווען עס דערשײַנט. נײַע ווערטער און נײַע טײַטשן פֿאַר אַלטע ווערטער קומען כּסדר אויף. נײַע דערפֿינ­דונגען, נײַע אימיגראַנטן, נײַע איבערצײַ­גונגען, זײַנען כסדר גורם נײַע אנטוויקלונגען אין יעדן לשון, בפֿרט אין אַ לשון וואָס מישט זיך זייער אין דער וועלט פֿון פּראָדוקטן, אויסאַרבעטונגען, מאַשינעריע, האַנדל־וואַנדל, אאַז"וו. פֿאַרבײַ שוין יענע צײַטן ווען מען קען אויף דער אמתן זיך באַגיין אָן אַ נײַעם ווערטערבוך בלויז צוליב דעם ווײַל "מען האָט שוין איינעם". אַפֿילו וואָס שײַך ייִדיש איז דאָך אויך שוין די העכסטע צײַט דעראויף. וועלן מיר אויף דעם אויך האַלטן אַן אויג. אַבי מען זאָל געדײַען ווידער אַז שבֿועות וועט זײַן שבֿועותדיקס (בײַ זיך אין האַרצן, בײַ זיך אין הויז און בײַ זיך אין די געדאַנקען), מען זאָל געדענקען ווידער אַ מאָל מקבל צו זײַן די תּורה באַהבה, וועלן מיר נאָך אַ מאָל און נאָך אַ מאָל מקבל־פּנים זײַן נײַע און בעסערע ווערטערביכער אויף יידיש אויך!