פּובליציסטיק, קהילה־לעבן

ווען מאַקס ווײַנרײַך און די פֿירנדיקע ייִדישיסטן האָבן געגרינדעט דעם "ייִוואָ" אין 1925, האָבן זיי געטראַכט צו שאַפֿן נישט בלויז אַן אַרכיוו, אַ ביבליאָטעק, אַ צענטער פֿאַר פֿאָרשונג און שפּראַך־לערערײַ, נאָר אַן אמתן ייִדישן אוני­ווערסיטעט. אַזוי ווי מען לערנט אין העברעיִשן אוניווער­סיטעט אויף העברעיִש, און אין אָקספֿאָרדער אוניווערסיטעט אויף ענגליש, וואָלט מען געלערנט אין ייִוואָ־אוניווערסיטעט אויף ייִדיש. פֿאַר וואָס זייער חלום איז קיין מאָל נישט מקוים געוואָרן, אויף דעם דאַרפֿן די היסטאָריקער ענטפֿערן, אָבער עס איז אַוודאי אַ גרויסער שאָד.

מיט דרײַ יאָר צוריק, איידער דער "פֿאָרווערטס" האָט מיך אָנגעשטעלט, האָב איך פֿאַרבראַכט עטלעכע חדשים בײַם זוכן אַרבעט אין ניו־יאָרק. איך האָב גאָרנישט נישט געפֿונען, אָבער איך האָב זיך אָנגעשטויסן אין אַן אינטערעסאַנטן געדאַנק אויפֿן וועבזײַטל "קרעגס ליסט": עמעצער האָט געזוכט מיטאַרבעטער צו שאַפֿן אַ מין פֿרײַען "מיטלעלטערישן" אוניווערסיטעט. איך האָב געשיקט דעם מענטשן אַ בליצבריוו און געהאָפֿט זיך צו דערוויסן מער וועגן דעם פּלאַן, אָבער זינט דעמאָלט — קיין וואָרט פֿון אים נישט געהערט.

די מעשׂה איז אַזוי: די ערשטע מערבֿ־אייראָפּעיִשע אוניווערסיטעטן זענען אויפֿגעקומען אין 11טן־12טן יאָרהונ­דערט. זיי זענען נישט געווען אַזוי סאָליד ווי הײַנט, ווען די אוניווערסיטעטן פֿאַרמאָגן ריזיקע שטחים מיט בנינים און צענדליקער טויזנטער סטודענטן. בײַם אָנהייב איז געווען בלויז אַ לערער מיט זײַנע תּלמידים, וואָס האָבן זיך געטראָפֿן בײַ אים אין שטוב. נאָך דער לעקציע, האָט יעדער געגעבן דעם לערער טרינקגעלט. אויף אַזאַ שטייגער האָט מען אויף "קרעגס ליסט" פּלאַנירט צו שאַפֿן אַ פֿרײַען אוניווערסיטעט הײַנט — "סטודענטן" און "פּראָפֿעסאָרן" וואָלטן זיך געטראָפֿן פּריוואַט אין דער היים, אָדער אונטער אַ בוים אין פּאַרק, וווּ די לופֿט איז פֿריש. נאָך דער לעקציע, אַזוי ווי אַמאָל, וואָלט מען באַצאָלט דעם רבין מיט טרינקגעלט. אַזוי קען דער סטודענט אויסמײַדן צו צאָלן די צענדליקער טויזנטער דאָלאַרן פֿאַר די בנינים און פֿאַרוואַלטונג און דעם גאַנצן קלאַפּער־געצײַג, וואָס געהערט צום הײַנטיקן אוניווערסיטעט.

אמת, ס׳איז שווער זיך פֿאָרצושטעלן, ווי אַזוי מע וואָלט געקענט הײַנט שאַפֿן אַן אמתן ייִדישן אוניווערסיטעט. אויב מאַקס ווײַנרײַך האָט עס נישט געקענט, ווען ס׳איז געווען אַ גרויסע ייִדישע באַפֿעלקערונג אין מיזרח־אייראָפּע מיט אַ ייִדיש־רעדנדיקער יוגנט, וואָס קענען מיר שוין טאָן הײַנט? אָבער אַזאַ מין מיטלעלטערישן אוניווערסיטעט, אָן אַ פֿאַרוואַלטונג, אָן אַ בנין — וואָלט מען מסתּמא יאָ געקענט גרינדן.

סוף מערץ הײַיאָר האָט אַ גרופּע חבֿרים און פֿאַראינ­טע­רסירטע אָנגעהויבן לערנען תּורה אויף ייִדיש בײַם "קולטור־קאָנגרעס" אין מאַנהעטן. דער שיעור, וועגן דער סדרה פֿון דער וואָך, קומט פֿאָר יעדע וואָך, דאָנערשטיק, געוויינטלעך, 7:30 אין אָוונט. מיט אַ וואָך שפּעטער האָט זיך אָנגעהויבן אַ צווייטע אונטערנעמונג, אַן אַלט־ייִדיש לייען־קרײַזל, וואָס טרעפֿט זיך פֿאַרן שיעור, געוויינטלעך, 6 אַ זייגער. דאָרט לייענען מיר פֿונעם קלאַסישן "בבֿא־בוך" פֿון עליע בחור, ווי אויך פֿון די אַלט־דײַטשע לידער. אַלט־ייִדיש ציט צו אַ קלענערע גרופּע ווי דער תּורה־שיעור, אָבער דער אינטערעס אין ביידע האַלט אָן ווײַטער און ס׳זעט אויס, ווי זיי זענען געוואָרן פֿעסט אײַנגעוואָרצלט אין דער ייִדישער לאַנדשאַפֿט.

ווי גרויס איז דער מהלך צווישן דעם נײַעם תּורה־שיעור אָדער אַלט־ייִדיש קרײַזל און דעם געחלומטן פֿרײַען אוניווערסיטעט? אַז עס קומען שוין פֿאָר צוויי אונטערנעמונגען אַזעלכע, פֿאַר וואָס זאָלן נישט זײַן דרײַ אָדער פֿיר? אַז מע קען לערנען תּורה און "בבֿא־בוך" אויף ייִדיש, קען מען דאָך אויך לערנען פֿילאָסאָפֿיע, געשיכטע, מאַטעמאַטיק, די נאַטור־וויסנשאַפֿטן. אָדער אויך זינגען, שפּילן שאָך, טאַנצן באַלעט, קבלה, רעדן עספּעראַנטאָ — וואָס קען מען נישט לערנען אויף ייִדיש? אויב עס געפֿינען זיך ווײַטער בעלנים, סײַ צו לערנען, סײַ צו ווערן געלערנט, איז אונדזער פֿרײַער אוניווערסיטעט שוין פֿאַראַן.

אַזעלכע קלאַסן קומען פֿאָר שוין יאָרן לאַנג, יעדן זומער אויף דער "ייִדיש־וואָך". זיי זענען נישט שטרענג אָרגאַניזירט : נישטאָ קיין היים־אַרבעט — אַזוי ווי אונדזער שיעור. די לערער גרייטן זיך נישט צו שעהען לאַנג צו די לעקציעס. די עיקר־זאַך איז (כאָטש בײַם אָנהייב), אַז די קלאַסן זאָלן בכלל פֿאָרקומען.

ביז אַהער זענען מיר געסט בײַם "קולטור־קאָנגרעס", אינעם "צוקונפֿט־זאַל", וואָס איז פֿול מיט ביכער, פּאַפּירן און האָט אַ ייִדישן טעם. כּדי צו שאַפֿן געלט פֿאַרן "פֿרײַען אוניווערסיטעט", האָבן מיר אײַנגעפֿירט בײַם אַרײַנגאַנג צו די וואַשצימערן אַ "צדקה"־פּושקע, וווּ יעדער קען לאָזן אַ פּאָר דאָלאַר. ביז אַהער האָבן מיר געזאַמלט בסך־הכּל בלויז $55, אָבער דאָס האָט צו טאָן (לאָמיר האָפֿן) מער מיטן פֿאַרגעסן צו דערמאָנען וועגן דער פּושקע, ווי מיט דער קאַרגשאַפֿט פֿונעם עולם.

כּדי צו קאָאָרדינירן די אַקטיוויטעטן פֿונעם "פֿרײַען אוניווערסיטעט", איז דאָ אין אינטערנעץ אַ ספּעציעלע "גוגל־גרופּע":

http://groups.google.com/group/der-frayer-universitet

דאָרט קען מען ווערן אַ מיטגליד, זיך דערוויסן, וואָס סע טוט זיך מיטן פּראָיעקט, און פֿאָרלייגן אייגענע געדאַנקען פֿאַר קלאַסן און אַנדערע אַקטיוויטעטן. דאָרט זעט מען אויך אַ בילד פֿון אונדזער אינספּיראַציע —נחום סטוטשקאָוו, ע"ה.

זיכער וואָלט ד״ר מאַקס ווײַנרײַך נישט נתפּעל געוואָרן פֿון דער באַשיידענער אונטערנעמונג. בעסער אַפֿילו נישט צו טראַכטן, וואָס ווײַנרײַך וואָלט געהאַלטן פֿון אונדז הײַנט, אויב ער וואָלט נאָך געלעבט! אָבער, ווי דער פֿאָרזיצער מאַאָ פֿלעגט זאָגן: די נסיעה פֿון אַ טויזנט מײַל הייבט זיך אָן פֿונעם ערשטן טראָט.