|
אַזוי האָט זיך אָנגעהויבן דער קאָנצערט לטובֿת |
|
די הויפּט־טעמע אינעם פֿאַרגאַנגענעם מײַ־חודש האָט דאָמינירט די טעמע — ישׂראל. פֿאַרשטייט זיך, אַז די צענטראַלע אונטערנעמונג איז געווען געווידמעט דעם "יום־העצמאות" און "יום־ירושלים". אמת, צוליב דעם בײַט פֿון די אַמבאַסאַדאָרן, האָבן מיר דאָ געפֿײַערט דעם אומאָפּהענגיקייט־טאָג נישט אין אַפּריל, נאָר מיט אַ פֿאַרשפּעטיקונג, דעם 14טן מײַ. אויפֿן אָרט פֿון דער אַמבאַסאַדאָרין נעמי בן־עמי, איז געקומען דער קורצווײַליקער דיפּלאָמאַטישער ישׂראל־שליח אין מאָלדאָווע שחר אַריאלי. ער האָט טאַקע אָרגאַניזירט דעם פֿײַערלעכן אויפֿנעם, אויף וועלכן עס זײַנען בײַגעווען די מיטגלידער פֿון דער מאָלדאַווישער רעגירונג, פּארלאַמענט־דעפּוטאַטן, אַקטיוויסטן פֿון דער ייִדישער קהילה און אַנדערע געסט.
כ׳וויל אָבער מער זיך אָפּשטעלן אויפֿן יום־טובֿדיקן קאָנצערט, וואָס איז פֿאָרגעקומען אינעם גרויסן זאַל פֿון דער מאָלדאַווישער פֿילהאַרמאָניע. אָנגעהויבן האָט ער זיך פֿונעם אַרויסטראָגן אויף דער בינע 12 אָנגעצונדענע ליכט, וואָס האָבן סימבאָליזירט די 12 ישׂראל־שבֿטים. געטראָגן האָבן די ליכט פֿאָרשטייער פֿון פֿאַרשידענע ישׂראל־אָרגאַניזאַציעס אין מאָלדאָווע — קאָנסולאַט, סוכנות, "דזשוינט"; די אָנגעזעענע פּערזענלעכקייטן פֿון דער קהילה, פֿאָרשטייער פֿון קולטור, געשעפֿטלײַט, געזעלשאַפֿטלעכע טוער. דער עולם אין זאַל האָט האַרציק באַגריסט די מאַניפֿעסטאַציע.
דער לײַטמאָטיוו פֿונעם קאָנצערט איז אַוודאי געווען ישׂראל — לידער, טענץ, באַריכטן וועגן די דערגרייכונגען אין פֿאַרשידענע געביטן — די נאָראַטאָרס האָבן וועגן דעם דערציילט אויפֿן הינטערגרונט פֿון צוויי ריזיקע קינאָ־עקראַנען, אויף וועלכע מ׳האָט געקאָנט זען קאָלירפֿולע בילדער פֿון ישׂראל־פּייסאַזשן. די אָרטיקע קונסט האָבן פֿאָרגעשטעלט די אָנגעזעענע מוזיקער און אַרטיסטן. מיר, פּערזענלעך, איז זייער געפֿעלן געוואָרן דאָס שפּילן פֿון קאָנסטאַנטין מאָסקאָוויטש אויפֿן מאָלדאַווישן פֿאָלקס־אינסטרומענט — נאַי. די באַקאַנטע ישׂראל־ניגונים האָבן באַקומען גאָר אַ נײַע באַפֿאַרבונג, זיך אָנגעגאָסן מיט ווייכע, ליכטיקע קלאַנגען.
נאָכן קאָנצערט זײַנען די געסט פֿאַרבעטן געוואָרן אינעם בײַיִקן רעסטאָראַן "מאָנטענעלי". שחר אַריאלי האָט אין זײַן רעדע באַטאָנט, אַז די באַציִונגען צווישן מאָלדאָווע און ישׂראל זײַנען הײַנט זייער וואַרעמע, און אַז די דאָזיקע וואַרעמקייט האָט ער באַלד דערפֿילט, קומענדיק קיין קעשענעוו. דאָס לעצטע יאָר איז געווען אַ הצלחהדיקס, בפֿרט נאָך דעם ווי דער מאָלדאַווישער אויסערן־מיניסטער האָט באַזוכט ישׂראל.
און נאָך איין וויכטיקע ייִדישע אונטערנעמונג איז דורכגעפֿירט געוואָרן אין דעם פֿאַרגאַנגענעם חודש. איך מיין, דעם "רונדן טיש", אָרגאַניזירט דורך דעם ישׂראלדיקן קולטור־צענטער אין מאָלדאָווע און דעם דעפּאַרטמענט פֿון עטנישע צווישנבאַציִונגען. עס זײַנען פֿאָרגעלייענט געוואָרן דרײַ אינטערעסאַנטע רעפֿעראַטן אויף דער אַלגעמיינער טעמע "59 יאָר אויפֿן וועג צום שלום". רעפֿערירט האָבן דרײַ וויסנשאַפֿטלער: דער היסטאָריקער, ד״ר סערגיי נאַזאַריאַ ("סאָוועטיש־ישׂראלדיקע באַציִונגען, 1948־1967"); דער עקאָנאָמיסט, ד״ר יורי לאַריושין ("דער וועג צום שלום דורך דעם עקאָנאָמישן פּראָגרעס"); און ד״ר ריטאַ קליימאַן, די פֿאַרוואַלטערין פֿון יודאַיִקאַ־סעקטאָר בײַ דער מאָלדאַווישער וויסנשאַפֿט־אַקאַדעמיע. איר רעפֿעראַט האָט געטראָגן דעם נאָמען "דער בײַטראָג פֿונעם בעסאַראַבער ייִדנטום בײַם אַנטוויקלען די ישׂראל־קולטור".
פֿאַרשטייט זיך, אַז יעדער רעפֿעראַט און די דיסקוסיע אַרום אים איז ווערט מע זאָל עס באַהאַנדלען באַזונדער. עס וויל זיך אָבער בלויז אונטערשטרײַכן, אַז די אַלגעמיינע שטימונג בעת דעם "רונדן טיש" איז געווען אַ דערהויבענע. אַלע זײַנען געווען באַגײַסטערט פֿון די דערגרייכונגען, מיט וועלכע דאָס ייִדישע לאַנד איז געקומען צו איר 59סטן געבוירן־טאָג.