אײראָפּע
פֿון סערגאָ בענגעלסדאָרף (מאָלדאָווע)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
די בוי־אַרבעט אויף דעם אַלטן בית־עולם אין קעשענעוו
די בוי־אַרבעט אויף דעם אַלטן בית־עולם אין קעשענעוו

די אַרבעט אויפֿן בית־עולם וואָלט געוויס אָנגעגאַנגען ווײַטער, אָבער די פֿירערשאַפֿט פֿון דער שטאָטישער אָרגאַניזאַציע "ריטועלע באַדינונגען", וואָס אין איר רשות גייט אַרײַן אויך דער ייִדישער בית־עולם אויף סקוליאַנקע, האָט געפֿאָדערט, אַז אַלע פֿינאַנציעלע מיטלען פֿונעם ייִדישן פֿאָנד "דור לדור" זאָל מען איבערגעבן איר. דער סוף איז געווען, אַז דער ייִדישער פֿאָנד האָט געמוזט פֿאַרלאָזן דעם בית־עולם, און איצט איז ער געבליבן אויף הפֿקר, ווײַל די שטאָט האָט נישט קיין געלט.

נאָך אין די סאָוועטישע צײַטן האָבן די דעמאָלטיקע קעשענעווער באַלעבאַטים פֿון דער שטאָט באַשלאָסן אָפּצושנײַדן אַ טייל פֿונעם בית־עולם און דאָרט מאַכן אַן אָפּרו־פּאַרק אויפֿן נאָמען פֿונעם רעוואָלוציאָנער קויִבישעוו. די קרובֿים פֿון די פֿאַרשטאָרבענע האָט מען געהייסן אַריבערפֿירן דאָס געביין פֿון זייערע באַגראָבענע משפּחה־מיטגלידער אויף אַן אַנדער אָרט ביזן 1טן אַפּריל 1958. נישט אַלע האָבן עס באַוויזן צו טאָן צו דער באַשטימטער דאַטע. דערצו, זײַנען בעת דער צווייטער וועלט־מלחמה אַ סך קעשענעווער ייִדן, נעבעך, אַליין אומגעקומען אויף די וועגן צו טראַנסניסטריע, אין די געטאָס און לאַגערן. מיט די געבליבענע קבֿרים האָבן די שטאָט־גדולים זיך נישט אַרומגעטראָגן — זיי אויסגעגלײַכט מיט דער ערד און די מצבֿות אָנגעוואָרפֿן אויף אַ קופּע אינעם אייבערשטן טייל פֿונעם בית־עולם. דעמאָלט האָט מען אויך איבערגעטראָגן דעם קבֿר פֿון הרבֿ צירעלסאָן זצ"ל.

אָבער אויף דעם האָט זיך די געשיכטע מיטן בית־עולם נישט פֿאַרענדיקט. לעצטנס, האָבן זיך אינעם פּאַרק (איצט טראָגט ער שוין דעם נאָמען "אַלונעל"־ניסל) באַוויזן בוי־מאַשינען, וואָס האָבן אָנגעהויבן דאָרט גראָבן אַ ריזיקע גרוב. לאַנג האָט נישט גענומען, ווי די אײַזערנע ציין פֿון די גראָב־מאַשינען האָבן זיך אײַנגעביסן אין מענטשלעכע ביינער. מענטשן, וואָס האָבן עס דערזען, האָבן אויפֿגעהויבן אַ געשריי. עס איז געקומען די פּאָליציי, אָבער די אַרבעטער פֿון דער בוי־פֿירמע האָבן געוויזן די דערלויבעניש, אַרויסגעגעבן פֿון דער שטאָטישער מוניציפּאַליטעט, צו פֿירן אויף דעם אָרט בוי־אַרבעטן.

נאָך דעם ווי די פֿאָרשטייער פֿון דער קעשענעווער קהילה האָבן זיך אַרײַנגעמישט, און נאָך אַן אַרטיקל אין דער אָרטיקער ייִדישער צײַטונג "דאָס ייִדישע שטעטל", האָט די מוניציפּאַליטעט אָפּגעשטעלט די אַרבעט אינעם פּאַרק. אינעם באַשלוס איז באַטאָנט געוואָרן, אַז אַלע אַרבעטן אויפֿן אָרט פֿונעם געוועזענעם בית־עולם מוזן פֿריִער אַרומגערעדט ווערן מיט דער קהילה.

אָבער אויך נאָך דעם באַשלוס האָט דער ענין זיך נישט פֿאַרענדיקט. די בוי־פֿירמע האָט דערלאַנגט אַן אָנקלאָג קעגן דער מוניציפּאַליטעט און ממשיך געווען דאָס בויען. יעדן טאָג האָט זיך געביטן דאָס שילדן מיטן נאָמען, וואָס מע גייט דאָרט בויען: "אַ מעדיצינישער צענטער", דערנאָך "אַ פֿאַרווײַלונג־צענטער פֿאַר קינדער" (אַ פֿריילעכע פֿאַרווײַלונג אויף ייִדישע ביינער!). סוף־כּל־סוף, נאָך די פּראָטעסטן פֿון דער ייִדישער קהילה, נאָך בריוו, געשיקט פֿון דער ישׂראל־פֿאַראייניקונג פֿון די בעסאַראַבער ייִדן, נאָך די אָנקלאָגן פֿון די אײַנוווינער פֿון דער גענגט, האָט מען דעם בוי־פּראָיעקט אָפּגעשטעלט. ווי ווײַט איז דאָס ערנסט איז שווער צו זאָגן. צו אַ "פֿעט שטיקל ערד" איז עס אינעם צענטער פֿון דער שטאָט, מע זאָל עס אַזוי פּשוט לאָזן צו רו.

אַן אויסטשטעלונג "אַנאַ פֿראַנק — געשיכטע־לימוד"

אַ באַוועגלעכע אויסשטעלונג מיטן נאָמען "אַנאַ פֿראַנק — געשיכטע־לימוד" — האָט זיך געעפֿנט אינעם מלוכישן מוזיי פֿון עטנאָגראַפֿיע און געשיכטע. די אויסשטעלונג ווערט דורכגעפֿירט אין די ראַמען פֿונעם אינטערנאַציאָנאַלן דערציִונג־פּראָיעקט "חורבן און זיך לערנען טאָלעראַנץ", געשטיצט פֿון דעם מיניסטעריום פֿאַר געזונט, וווילשטאַנד און ספּאָרט פֿון האָלאַנד; אינעם פּראָיעקט האָבן זיך באַטייליקט אַזעלכע אינסטיטוציעס ווי "דאָס הויז פֿון אַנאַ פֿראַנק" (האָלאַנד), "דער ייִדישער פֿאָנד פֿון אוקראַיִנע" (קיִעוו), דער פֿאָנד "דור לדור" (קעשענעוו).

די אויסשטעלונג האָט צוגעצויגן אַ סך באַזוכער — סײַ ייִדן און סײַ נישט־ייִדן. נאָך דער הויפּטשטאָט קעשענעוו וועט מען די עקספּאָזיציע ווײַזן אין אַנדערע שטעט פֿון מאָלדאָווע.

די ישׂראל־אַמבאַסאָדאָרין האָט פֿאַרענדיקט איר שליחות

די ישׂראל־אַמבאַסאַדאָרין אין אוקראַיִנע און מאָלדאָווע, נעמי בן־עמי, האָט פֿאַרענדיקט איר דיפּלאָמאַטישע מיסיע. איידער זי האָט פֿאַרלאָזט דאָס לאַנד, האָט דער פּרעזידענט פֿון מאָלדאָווע, וולאַדימיר וואָראָנין, צוגעטיילט איר די הויכע באַלוינונג "ערן־אָרדן", פֿאַר איר בײַטראָג בײַם אַנטוויקלען און פֿאַרטיפֿן די באַציִונגען צווישן מאָלדאָווע און ישׂראל.

ער האָט באַגריסט די ישׂראל־אַמבאַסאַדאָרין און געוווּנטשן איר דערפֿאָלג אין איר ווײַטערדיקער אַרבעט. פֿון איר זײַט, האָט נעמי בן־עמי באַדאַנקט דעם פּרעזידענט און באַשטעטיקט, אַז ישׂראל איז ווײַטער פֿאַראינטערעסירט צו אַנטוויקלען די באַציִונגען צווישן ביידע לענדער, לטובֿת די פֿעלקער.

נעמי בן־עמי האָט איצט באַקומען אַ נײַע פּאָזיציע, ווי די אָנפֿירערין פֿון דעם רעגירונג־ביוראָ "נתּיב", וואָס זײַן אויפֿגאַבע איז אָנהאַלטן פֿאַרבינדונגען מיט די ייִדישע קהילות אויפֿן שטח פֿונעם געוועזענעם ראַטן־פֿאַרבאַנד.