די מאַניפֿעסטאַציע קעגן דער איראַקער מלחמה, דעם 27סטן יאַנואַר, אין וואַשינגטאָן |
די אַנטי־מלחמה-אָרגאַניזאַציע, וואָס האָט לעצטנס אָנגעפֿירט מיט דער ריזיקער מאַניפֿעסטאַציע אין וואַשינגטאָן קעגן דער איראַק־מלחמה, פּלאַנירט איצט אַ צווייטע מאַסן־דעמאָנסטראַציע אין דער אַמעריקאַנער קרוינשטאָט. דאָס מאָל וועט דער ציל פֿון זייער אומצופֿרידנקייט זײַן מדינת־ישׂראל.
דעם מאַרש פֿונעם 27סטן יאַנואַר, בײַ וועלכן עס האָבן זיך באַטייליקט צענדליקער טויזנטער מענטשן, האָט אָרגאַניזירט די גרופּע United for Peace and Justice (פֿאַראייניקט לטובֿת שלום און גערעכטיקייט) — אויך באַקאַנט דורך די ראשי־תּיבֿות "יו־עף־פּי־דזשיי". די זעלבע גרופּע האָט איצט אָנגעהויבן פּלאַנירן, בשותּפֿות מיט דער אָרגאַניזאַציע "אַמעריקאַנער קאַמפּאַניע צו לייזן די ישׂראל־אָקופּאַציע", אַ צוויי־טאָגיקע דעמאָנסטראַציע אין יוני, מיטן נאָמען "די וועלט זאָגט ׳ניין׳ צו דער ישׂראלדיקער אָקופּאַציע". די אונטערנעמונג, וואָס דאַרף אָפּמערקן 40 יאָר זינט ישׂראל האָט אײַנגענומען דעם מערבֿ־ברעג, עזה און מיזרח־ירושלים, בעת דער זעקס־טאָגיקער מלחמה אין יוני 1967, וועט אַרײַננעמען אַ מאַסן־פֿאַרזאַמלונג, אַ סעריע רעדעס און אַ היפּש ביסל שתּדלנות־אַרבעט.
"דער ציל איז, האָפֿנטלעך, צו ברענגען מער אויפֿמערק סײַ צו דער ישׂראלדיקער אָקופּאַציע פֿון די פּאַלעסטינער טעריטאָריעס, סײַ צו דער ראָלע, וואָס די פֿאַראייניקטע שטאַטן שפּילט בײַם שטיצן די אָקופּאַציע, און בפֿרט די פֿינאַנציעלע ראָלע, פֿאַרשטייט זיך," האָט דערקלערט די נאַציאָנאַלע קאָאָרדינירערין פֿון "יו־עף־פּי־דזשיי", לעסלי קייגען.
דער ייִדישער ציבור האָט אַ קאָמפּליצירטע באַציִונג מיט דער אַנטי־מלחמה־באַוועגונג. לויט די אַנקעטעס, איז אַ ממשותדיקע מאַיאָריטעט פֿון די אַמעריקאַנער ייִדן קעגן דעם באַשלוס אָנהייבן אַ מלחמה אין איראַק, אָבער ביז איצט האָבן ס׳רובֿ ייִדישע אָרגאַניזאַציעס נישט אויסגעדריקט זייער מיינונג וועגן דעם ענין. אַ צאָל ישׂראל־שטיצער זאָרגן זיך, אַז די אַנטי־מלחמה־באַוועגונג איז געוואָרן אַ מיטל צו פֿאַרשפּרייטן צום ברייטן עולם די שטיצע פֿאַר פּאַלעסטינער רעכט.
דזשאַש רובנער, דער קאָאָרדינאַטאָר פֿון דער "אַמעריקאַנער קאַמפּאַניע צו ענדיקן די ישׂראל־אָקופּאַציע", האָט דערקלערט, אַז די באַטייליקונג פֿון דער "יו־עף־פּי־דזשיי" איז זייער וויכטיק. "מיר דאַכט זיך, אַז ביז איצט האָט מען נאָך נישט דורכגעפֿירט אַ פֿאַרזאַמלונג פֿון אַזאַ גרויסן מאַסשטאַב, לטובֿת די פּאַלעסטינער רעכט."
אָבער נישט אַלע קריטיקער פֿון דער איראַקער מלחמה זענען צופֿרידן. דער קאָנגרעסמאַן דזשעראָלד נאַדלער (דעמאָקראַט, ניו־יאָרק), וועלכער איז אויפֿגעטראָטן בעת דער דעמאָנסטראַציע קעגן דער איראַק־מלחמה, האָט באַמערקט, אַז ער איז זייער אויפֿגעבראַכט: "איך בין אין גאַנצן נישט מסכּים מיט זיי. אַוודאי, האַלט איך, אַז די הויפּט־פּראָבלעם איז נישט די ישׂראל־אָקופּאַציע, ווײַל ישׂראל וואָלט שוין פֿון לאַנג געענדיקט די אָקופּאַציע ווען ׳כאַמאַס׳ און די פּאַלעסטינער פֿירערשאַפֿט וואָלט אָנערקענט ישׂראלס רעכט צו עקזיסטירן."
נאַדלער האָט איבערגעגעבן, אַז ס׳רובֿ פֿון די באַטייליקטע אין דער מאַניפֿעסטאַציע סוף־יאַנואַר זענען געקומען צוליב זייער אָפּאָזיציע צו דער איראַק־מלחמה, און נישט צוליב די אַנדערע פּאָליטישע שטעלונגען פֿון דער "יו־עף־פּי־דזשיי". "די גרופּע האָט איין מיינונג וואָס אַ סך מענטשן זענען מיט איר מסכּים, און זיי האָבן געטאָן אַ גוטע אַרבעט בײַם מאָביליזירן מענטשן און זיך שטעלן אויבן אָן," האָט נאַדלער געזאָגט. "מע קען זאָגן: הלוואַי וואָלט אַן אַנדער גרופּע אָרגאַניזירט דעם מאַרש קעגן דער איראַק־מלחמה, אָבער דער אמת איז, קיין אַנדער גרופּע האָט עס נישט באַוויזן. און איצט גייען זיי פּרוּוון אויסניצן דאָס, לטובֿת זייערע אַנדערע צוועקן." נאַדלער האַלט, אַז עס וועט זיי נישט געלינגען.
"יו־עף־פּי־דזשיי" איז אַ דאַך־אָרגאַניזאַציע פֿון בערך 1,400 אָרטיקע און נאַציאָנאַלע גרופּעס, וואָס האָבן שוין באַוויזן צוצוציִען הונדערטער טויזנטער מענטשן צו זייערע דעמאָנסטראַציעס קעגן דער איראַק־מלחמה. "יו־עף־פּי־דזשיי", וואָס איז געגרינדעט געוואָרן אין יאָר 2002, איז לכתּחילה באַטראַכט געוואָרן בײַ דער וואַקסנדיקער שלום־באַוועגונג, ווי אַן אַלטערנאַטיוו צו דער אַנטי־מלחמה־קאָאַליציע International Answer (דער אינטערנאַציאָנאַלער ענטפֿער), וואָס אַ סך מענטשן האַלטן, אַז די קאָאַליציע ווערט קאָנטראָלירט דורך אַן עקסטרעמיסטישער מאַרקסיסטישער פֿראַקציע, Workers World Party (די וועלטפּאַרטיי פֿון די אַרבעטער). די ייִדישע אָרגאַניזאַציעס זענען געווען ספּעציעל באַזאָרגט וועגן דער הייסער אַנטי־ישׂראלדיקער רעטאָריק פֿון ביידע אָרגאַניזאַציעס.
"יו־עף־פּי־דזשיי" איז שוין אָבער אַליין באַשולדיקט געוואָרן אין עקסטרעמיזם. קייגען ווערט, למשל, אָפֿט מאָל געשילדערט ווי אַ סימפּאַטיקער פֿון קובאַס קאָמוניסטישן רעזשים. אין אַן אינטערוויו מיטן Forward, אין 2003, האָט זי באַצייכנט פֿידעל קאַסטראָ ווי "זייער אַ קלוגער מענטש, וועלכער האָט געהאָרעוועט צו העלפֿן אָרגאַניזירן זײַן לאַנד אויף אַן אופֿן וואָס ער האָט געהאַלטן איז ווערטיק און פּאָזיטיוו."
די מאַניפֿעסטאַציע אין יוני וועט נישט זײַן די ערשטע אונטערנעמונג, וווּ "יו־עף־פּי־דזשיי" דריקט אויס איר באַציִונג צום ישׂראל־פּאַלעסטינער קאָנפֿליקט. די גרופּע האָט שוין אַ סך מאָל עפֿנטלעך קריטיקירט די ישׂראלדיקע אַקציעס, ניצנדיק דעם לאָזונג "אָקופּאַציע: נישט ריכטיק אין איראַק, נישט ריכטיק אין פּאַלעסטינע". אין 2004 האָט "יו־עף־פּי־דזשיי" קאָאָרדינירט אַ נאַציאָנאַלן פּראָטעסט־טאָג קעגן דעם ישׂראלדיקן זיכערהייט־מויער אויפֿן מערבֿ־ברעג.
קייגען האָט דערקלערט, אַז די מאַניפֿעסטאַציע אין יוני וועט נישט זײַן קעגן ישׂראל, נאָר קעגן דער ישׂראל־פּאָליטיק. זי האָט באַשטעטיקט, אַז "יו־עף־פּי־דזשיי" שטיצט דאָס רעכט פֿון ישׂראל צו עקזיסטירן, הגם איין גרופּע אין איר קאָאַליציע, Palestine/Israel Just Peace Working Group (די אַרבעט־גרופּע פֿאַר אַ יושרדיקן שלום פֿאַר פּאַלעסטינע און ישׂראל) האָט בפֿירוש דערקלערט, אַז זי "שטיצט נישט קיין ספּעציפֿישע לייזונג — צוויי מדינות, איין מדינה, די וועגן־מאַפּע, אאַז״וו — ווײַל אירע מיטגלידער האָבן פֿאַרשידענע מיינונגען וועגן דעם.
"איך האַלט, אַז די טעמעס — די מענטשנרעכט פֿון די פּאַלעסטינער, און די אַמעריקאַנער שטיצע פֿאַר דער ישׂראל־אָקופּאַציע — זענען ביז לעצטנס פֿאַררוקט געוואָרן אין אַ ווינקל," האָט רובנער באַמערקט. "אָבער אַ דאַנק דער ׳יו־עף־פּי־דזשיי׳, האָט מען במשך פֿון די לעצטע פֿינעף יאָר, אָנגעהויבן צו רעדן וועגן דעם אַלץ מער און מער."