וועראַ קריזשאַק אין איר קעשענעווער ביוראָ |
Credit: Efim Goldshmidt |
בענגעלסדאָרף (ס. ב.): כ׳פֿאַרשטיי, אַז אַוועקפֿאָרן פֿון אַן אָרט, וואָס מיט אים איז פֿאַרבונדן אַ שטיק לעבן איז נישט לײַכט?
קריזשאַק (וו. ק.): איך האָב אַ געפֿיל, אַז כ'געזעגן זיך נישט מיט קעשענעוו. איך האָב דאָ אַ סך פֿרײַנד, מיט וועלכע כ׳וועל זיך געוויס ווײַטער טרעפֿן סײַ דאָ און סײַ אין ישׂראל. איך פֿאָר אַוועק מיט אַ געפֿיל, אַז נישט ווייניק איז דאָ געמאַכט געוואָרן פֿאַר די פֿינף יאָר.
ס. ב.: אַוודאי איז אַ סך אויפֿגעטאָן געוואָרן, און באַזונדערס, דאָס אויפֿבויען דעם ייִדישן קהילה־צענטער — דאָס הויז פֿון די קעשענעווער ייִדן. דער "צענטער" איז, מסתּמא, דײַן ליבלינג?
וו. ק.: ס'איז באמת אַזוי, הגם עס זײַנען דאָ אויך אַנדערע זאַכן, וואָס פֿאַרבינדן מיך מיט די אָרטיקע מענטשן. שטענדיק, ווען איך גיי אַרײַן אינעם "קהילה־צענטער" כאַפּט מיך אַרום אַ געפֿיל פֿון פֿרייד און שטאָלץ. אָבער די מענטשן, וואָס אַרבעטן דאָרט און וואָס קומען אַהין אַרײַן — זיי גיבן צו דעם בנין אַ באַזונדערע אַטמאָספֿער.
ס. ב.: דערצייל אַ ביסל וועגן אַן אַנדער פּראָיעקט, וואָס איז דאָ אַנטוויקלט געוואָרן אונטער דײַן השגחה, כ׳מיין, דעם קינדער־פּראָיעקט — "לאָזט מײַנע קינדער וואַקסן".
וו. ק.: דער דאָזיקער פּראָיעקט איז אויסגעפּרוּווט געוואָרן דווקא אין מאָלדאָווע, און איצט איז ער פֿאַרשפּרייט איבער די אַנדערע רעפּובליקן פֿונעם געוועזענעם ראַטן־פֿאַרבאַנד. ער האָט זיך אָנגעהויבן אין יאָר 2002, ווען איינער פֿון אונדזערע ספּאָנסאָרן האָט געגעבן אַ בכּבֿודיקע סומע געלט צו העלפֿן אויסהאַלטן מיט שפּײַזן די ייִדישע קינדער. מיר האָבן עס אָנגעהויבן טאָן, אָבער שוין אין גיכן פֿאַרשטאַנען, אַז בלויז שפּיײַז־פּראָדוקטן איז פֿאַר קינדער ווייניק. זיי נייטיקן זיך אויך אין "גײַסטיקער שפּײַז". אינעם זעלבן יאָר האָבן מיר אויף חנוכּה צוגעגרייט אַ ריזיקע פֿאָרשטעלונג פֿאַר אַלע ייִדישע קינדער אין מאָלדאָווע, וואָס איז פֿאָרגעקומען אינעם בנין פֿונעם שטאָטישן צירק. די קינדער און די עלטערן זײַנען ממש געפּלעפֿט געוואָרן. מיר האָבן נאָך דער אונטערנעמונג באַקומען הונדערטער דאַנק־בריוו, מאָלערײַען פֿון קינדער. אַ סך פֿון זיי זײַנען בכלל צום ערשטן מאָל געקומען קיין קעשענעוו, באַזוכט דעם צירק, און דער גאַנצער יום־טובֿ האָט טאַקע אויסגעזען ווי אַ נס.
שפּעטער האָבן מיר באַשלאָסן צו פֿאַרברייטערן די פּראָגראַם, און העלפֿן נישט בלויז די קינדער, נאָר אויך זייערע עלטערן צו געפֿינען אַרבעט, לויט זייער פֿאַך, און אַליין אויסהאַלטן די משפּחה. מיר האָבן די באַנײַטע פּראָגראַם אָנגערופֿן "האָפֿענונג פֿון דער ייִדישער משפּחה". זי גייט איצט אָן מיט הצלחה. אַזעלכע זאַכן לאָזן איבער אין האַרצן אַ באַזונדערע וואַרעמקייט.
ס. ב.: ווייסטו שוין מיט וואָס דו וועסט זיך פֿאַרנעמען נאָכן קומען קיין ישׂראל?
וו. ק.: איידער כ'האָב אָנגעהויבן אַרבעטן אין "דזשוינט", מיט 12 יאָר צוריק, האָב איך אָנגעפֿירט מיט דער עולים־אָרגאַניזאַציע "ציוניסטישער פֿאָרום". מיין איך, אַז נאָכן אומקערן זיך אַהיים, וועל איך ממשיך זײַן מײַן אַרבעט. איך האָב עטלעכע פֿאָרשלאָגן, אָבער דערווײַל, נישט באַשלאָסן קאָנקרעט וואָס.
ס. ב.: אָבער מיטן "דזשוינט" איז די אַרבעט נישט פֿאַרבונדן?
וו. ק.: דער ישׂראל־"דזשוינט" באַטייליקט זיך זייער אַקטיוו אין דער אַרבעט מיט די נײַ־געקומענע אימיגראַנטן, אַזוי אַז כ'וועל סײַ ווי זײַן פֿאַרבונדן מיט די מענטשן פֿון דער אָרגאַניזאַציע.
ס. ב.: ביסט נישט געווען אין לאַנד פֿינף יאָר, צי וועט דיר נישט זײַן שווער זיך אײַנצוטונקען אין דער ישׂראל־ווירקלעכקייט?
וו. ק.: כ'מיין נישט. כ'בין גאַנץ אָפֿט געפֿאָרן אין ישׂראל, באַזוכט מײַנע קרובֿים און פֿרײַנד. כ׳רעד שוין נישט, אַז כ׳האָב כּסדר באַקומען אינפֿאָרמאַציע וועגן דעם, וואָס עס קומט דאָרט פֿאָר. איך פֿיל זיך נישט אָפּגעריסן פֿון ישׂראל.
ס. ב.: דו האָסט ערשט דערמאָנט דײַן משפּחה. דערצייל טאַקע אַ פאָר ווערטער וועגן זיך.
וו. ק.: איך וווין אין ירושלים מיט מײַן מאַן, פּאַוועל שעכטער. געקומען קיין ישׂראל זײַנען מיר אין יאָר 1974, פֿון קיִעוו. מיר האָבן דרײַ קינדער: די עלטערע, גלית, איז אַ דערציִערין אין אַ קינדער־גאָרטן; די צווייטע טאָכטער, קרן, אַרבעט אין דער אינסטיטוציע "מרכּז שלום", און דער זון, מתּר, האָט ערשט פֿאַרענדיקט צו דינען אין צה״ל און אַרבעט שוין ווי אַ ספּעציאַליסט פֿון דער מאָביל־פֿאַרבינדונג. אַגבֿ, ביידע מײַנע טעכטער האָבן אויך געדינט אין צה״ל און ביידע האָבן זיי אַן אָפֿיציר־ראַנג.
ס. ב.: עס בלײַבט מיר, וועראַ, נאָר צו ווינטשן דיר, אַז אויך ווײַטער זאָל דײַן גורל זײַן הצלחהדיק ווי ביז אַהער. ווי זאָגט מען, זאָל זיך צו דיר אומקערן דאָס גוטע, וואָס דו האָסט דאָ געטאָן פֿאַר אַנדערע מענטשן.