אײראָפּע, געזעלשאַפֿט

אַז מען שיקט מיר צו אַן אויסצוג פֿונעם ווילנער אָוונטבלאַט "וואַקאַראָ זשיניאָס" ווייס איך, אַז דאָרטן וועט זײַן שמוץ אויף ייִדן. נאָר אַזאַ אַנטיסעמיטישע בילערײַ ווי הײַיאָר, אין מערץ חודש, איז נאָך ניט געווען. אין ריגע איז דאַן פֿאָרגעקומען אַ חורבן־קאָנפֿערענץ, וואָס עס האָט אָרגאַניזירט דער וועלט־קאָנגרעס פֿון רוסיש־רעדנדיקע ייִדן. די הויפּט־רעדנער זײַנען געווען דער דירעקטאָר פֿון ש. וויזענטאַל־צענטער אפֿרים זוראָף, דער אָנפֿירער פֿון דעם קאָנגרעס באָריס שפּיגל און דער קאָנגרעס־פֿאָרשטייער פֿון ישׂראל לעאָן גרינבערג.

די רעפֿערענטן האָבן מיט ראַיות און פֿאַקטן שטרענג־וויסנשאַפֿטלעך אויפֿגעוויזן, אַז די ייִדן־קאַטאַסטראָפֿע טיילט זיך אויס אין דער וועלט־געשיכטע מיט איר אויסנעמיקייט; באַטאָנט, אַז אין מיזרח־אייראָפּע, בעיקר, אין די באַלטישע לענדער, האָבן אַ סך אָרטיקע בירגער מיטגעהאָלפֿן מיט רציחה אומצוברענגען זייערע ייִדישע שכנים. אויפֿן "רעקאָרד־אָרט" שטייט ליטע, וווּ כּמעט 95% פֿון אירע ייִדן זײַנען אומגעקומען! אויף דער קאָנפֿערענץ איז אויך דערמאָנט געוואָרן, אַז אַ טייל באַלטישע נאַצי־קאָלאַבאָראַנטן האָט מען ניט געשטעלט פֿאַרן מישפּט.

מיט אַ שרײַענדיק קעפּל "פֿון די ייִדישע מײַלער גיסן זיך אַלץ נײַע באַשולדיקונגען" — אַזוי האָט רעאַגירט "וואַקאַראָ זשיניאָס" אויפֿן אַרויסגעזאָגטן ביטערן אמת. לייענענדיק דעם פּאַסקוויל, האָב איך ניט געוווּסט — צי כ׳זאָל וויינען, צי לאַכן... הערט נאָר: "א. זוראָף איז באַפֿאַלן די מיזרח־אייראָפּעיִשע מדינות מיט אַ קריטיק, הלמאַי זיי נעמען ניט אָן די באַשולדיקונג מצד די ייִדן, אַז זייערע בירגער זײַנען כּלומרשט געווען מיטהעלפֿער אין גענאָציד. ער טענהט, אַז די באַלטישע לענדער האָבן ניט געפֿירט קיין איין געריכט־פּראָצעס קעגן די היגע קאָלאַבאָראַנטן. פֿאַרקערט, עטלעכע פֿון זיי אַפֿילו נאָמינירט ווי נאַציאָנאַלע העלדן. די ייִדן קלערן, אַז זיי קענען אונדז אומבאַשטראָפֿט באַוואַרפֿן מיט בלאָטע, ווײַל אונדזערע פּראָקוראָרן אײַלן זיך ניט אָנצונעמען שטרענגע מיטלען קעגן די ליגנערס".

מיינט ניט, חלילה, אַז דערמיט האָבן זיך אויסגעשעפּט אונדזערע חטאָים. הערט ווײַטער: "אין מײַ 2009 האָט אַ ישׂראלדיקע וועבזײַט פֿאַרשוואַרצט דאָס ליטווישע פֿאָלק. אין אינטערנעץ האָט מען אַרײַנגעגעבן אַ רשימה פֿון ליטווינער — ייִדן־מערדער. אין דער אמתן, זײַנען די מענטשן אונדזערע נאַציאָנאַלע העלדן, קעמפֿער קעגן סאָוועטישן אָקופּאַנט, צווישן זיי אויך אַדאָלפֿאַס ראַמאַנאַוסקאַס". איצטער נאָך אַ מעשׂה. זײַן טאָכטער אַ. ראַמאַנאַוסקײַטע איז אַ סיים־דעפּוטאַט. האָט זי מאָביליזירט אַ גרופּע דעפּוטאַטן פֿון ליטווישן פּאַרלאַמענט, און יענע האָבן זיך געווענדט צו זייער גענעראַל־פּראָקוראָר, אַז מען זאָל די רכילותניקעס נעמען אויפֿן צימבל. זי, די באַעוולטע טאָכטער, שרײַבט מיט ביטערניש צו דער צײַטונג־רעדאַקציע, אַז ס׳איז שוין פֿאַרבײַ אַזוי פֿיל צײַט און קיין ענטפֿער פֿון דער פּראָקוראַטור איז ניטאָ.

מה רעש? ערשטנס, אַן אָפֿיציעלע ישׂראלדיקע אינסטאַנץ האָט דאָך די רשימה ניט פֿאַרעפֿנטלעכט. צווייטנס, דאַרף מען אָביעקטיוו זיך פֿאַנאַנדערקלײַבן מיט די אַזוי־גערופֿענע נאַציאָנאַלע העלדן אין די באַלטישע לענדער. געווען ליטווינער־רוצחים, וועלכע האָבן בײַ די נאַציס אומגעבראַכט ייִדן און נאָך דער מלחמה אין די וועלדער פּאַרטיזאַנעוועט קעגן די סאָוועטן. צי דער דערמאָנטער אַ. ראַמאַנאַוסקאַס געהערט צו דער קאַטעגאָריע קען ענטפֿערן נאָר דער וויזענטאַל־צענטער.

בײַם באַטראַכטן די פֿראַגע דאַרף מען האָבן אין זינען די הײַנטיקע רעאַליטעט אין יענע קאַנטן. צוליב דעם עקאָנאָמישן קריזיס האָט זיך פֿאַרערגערט דער לעבנס־ניוואָ, מען האָט אַפֿילו געהאַט געשטעלט די פֿראַגע וועגן פֿאַרקלענערן די מאָגערע פּענסיעס. אין דער סיטואַציע האָבן אַ טייל זשורנאַליסטן און געזעלשאַפֿטלעכע טוערס זיך גענומען צום אַלטן אַנטיסעמיטישן געווער. וואָס יאָ, אין די פֿריִערדיקע יאָרן פֿלעגן זיי אונטערברומען מיט גראָבע רעפּליקעס ווען ליטוואַקעס האָבן געפֿאָדערט אומצוקערן דאָס פֿאַרלאָרענע פֿאַרמעגן (רעסטיטוציע). אַז איך האָב אויסגעפֿאָרשט דעם מאַטעריאַל, האָט אויפֿגעטויכט אין מײַן זכּרון אַ טשיקאַווע נאָטיץ בנוגע ליטע, אין דער טאָגצײַטונג "לעטוּוואָס ריטאַס". אַ נאָבעלע פֿרוי מאָניקאַ באָנטשקוטע איז אין דער נאָטיץ אַרויס מיט אַזאַ השערה: ווען די צאָל פֿון די אונטערנעמערישע ענערגישע ייִדן וואָלטן הײַנט דערגאַנגען ביז 7% ווי אין 1940, וואָלט די עקאָנאָמיע פֿון ליטע ניט געווען אויף אַזעלכע גרויסע צרות.

די פּובליקאַציע האָט געמאַכט אַ גרויסן רושם. איבער 700 לייענער האָבן אַרײַנגעשיקט אָפּרופֿן. איך האָב דורכגעקוקט בערך 20%; אַ העלפֿט פֿון זיי זײַנען געווען נעגאַטיווע. ווי למשל: "אַ שאָד, וואָס היטלער האָט זיי ניט אויסגעראָטן ביז איינעם"... מיך האָט אָבער אַ ביסל געטרייסט דער ענטפֿער פֿון אַ פֿרוי: "נאָך אַזעלכע ווערטער פֿיל איך אַ גרויסע שאַנדע וואָס איך געהער צו דער ליטווינער־נאַציע!"