נײַעס
פֿון יוסף געלסאָן (‫ישׂראל)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

לאַנגע יאָרן גייט אָן אַ שטילע אָבער אַ כּסדרדיקע פֿאַרניכטונג פֿון די אַרכיטעקטור־רײַכע ייִדישע קוואַרטאַלן אין דער אַלטער שטאָט לעמבערג. לעצטנס, האָט מען זיך גענומען פֿאַר דער שיל "חידושים" אָדער "יעקבֿ גלאַנזער־שיל" (געבויט פֿון 1840 ביזן יאָר 1843) — איינע פֿון די צוויי פֿאַרבליבענע שילן אין דער שטאָט, וועלכע געפֿינט זיך אין דער אַלטער היסטאָרישער קראָקער געגנט.
צו פֿאַרשטיין בעסער וואָס עס קומט הײַנט פֿאָר, לאָמיר זיך דערמאָנען אין עטלעכע וויכטיקע מאָמענטן פֿון דער געשיכטע. נאָך דעם ווי דער פּוילישער קיניג קאַזימיר האָט אין 1340 פֿאַרכאַפּט לעמבערג, די הויפּט־שטאָט פֿון גאַליציע, האָט ער געהייסן אַריבערטראָגן דעם צענטער דרומדיקער, נענטער צום לאַטײַנישן קוואַרטאַל, וווּ ס׳האָבן שוין לאַנגע יאָרן געוווינט ייִדן.
די נײַע שטאָט, וואָס האָט אין יאָר 1356 באַקומען איר באַזונדערן סטאַטוס, האָבן באַזעצט די דײַטשישע קאָלאָניסטן; צוזאַמען מיט זיי זײַנען אין לעמבערג געקומען די ייִדן. האָט זיך שוין אַזוי באַקומען, אַז אין לעמבערג זינט דעם 14טן יאָרהונדערט ביזן יאָר 1756 האָבן עקזיסטירט צוויי ייִדישע קהילות: איינע אינעם באַפֿעסטיקטן טייל, און די צווייטע איז געבליבן אין דער קראָקער געגנט. אין 1624, בעת אַ הייסן זומער, איז די קראָקער געגנט פֿאַרברענט געוואָרן. דעמאָלט האָט דער קיניג דערלויבט די ייִדן אויפֿצושטעלן אַ נײַע גאַס — פֿון דעם אַלטן מאַרק ביזן טײַך פּאָלטווע, אויפֿן שטח פֿון דעם אַזוי גערופֿענעם "פּאָזנאַן־הויף", וואָס האָט געהערט צו דער מאָשקאָוויטש־משפּחה.