נײַעס

לאַנגע יאָרן גייט אָן אַ שטילע אָבער אַ כּסדרדיקע פֿאַרניכטונג פֿון די אַרכיטעקטור־רײַכע ייִדישע קוואַרטאַלן אין דער אַלטער שטאָט לעמבערג. לעצטנס, האָט מען זיך גענומען פֿאַר דער שיל "חידושים" אָדער "יעקבֿ גלאַנזער־שיל" (געבויט פֿון 1840 ביזן יאָר 1843) — איינע פֿון די צוויי פֿאַרבליבענע שילן אין דער שטאָט, וועלכע געפֿינט זיך אין דער אַלטער היסטאָרישער קראָקער געגנט.
צו פֿאַרשטיין בעסער וואָס עס קומט הײַנט פֿאָר, לאָמיר זיך דערמאָנען אין עטלעכע וויכטיקע מאָמענטן פֿון דער געשיכטע. נאָך דעם ווי דער פּוילישער קיניג קאַזימיר האָט אין 1340 פֿאַרכאַפּט לעמבערג, די הויפּט־שטאָט פֿון גאַליציע, האָט ער געהייסן אַריבערטראָגן דעם צענטער דרומדיקער, נענטער צום לאַטײַנישן קוואַרטאַל, וווּ ס׳האָבן שוין לאַנגע יאָרן געוווינט ייִדן.
די נײַע שטאָט, וואָס האָט אין יאָר 1356 באַקומען איר באַזונדערן סטאַטוס, האָבן באַזעצט די דײַטשישע קאָלאָניסטן; צוזאַמען מיט זיי זײַנען אין לעמבערג געקומען די ייִדן. האָט זיך שוין אַזוי באַקומען, אַז אין לעמבערג זינט דעם 14טן יאָרהונדערט ביזן יאָר 1756 האָבן עקזיסטירט צוויי ייִדישע קהילות: איינע אינעם באַפֿעסטיקטן טייל, און די צווייטע איז געבליבן אין דער קראָקער געגנט. אין 1624, בעת אַ הייסן זומער, איז די קראָקער געגנט פֿאַרברענט געוואָרן. דעמאָלט האָט דער קיניג דערלויבט די ייִדן אויפֿצושטעלן אַ נײַע גאַס — פֿון דעם אַלטן מאַרק ביזן טײַך פּאָלטווע, אויפֿן שטח פֿון דעם אַזוי גערופֿענעם "פּאָזנאַן־הויף", וואָס האָט געהערט צו דער מאָשקאָוויטש־משפּחה.
אינעם צענטער פֿון דער געגנט איז אויפֿגעבויט געוואָרן אַ נײַע שיל. בסך־הכּל האָבן פֿאַר דער צווייטער וועלט־מלחמה עקזיסטירט אויף דעם שטח פֿון דער דאָזיקער געגנט (1.5 קוואַדראַט קילאָמעטער) 8 גרויסע שילן און 4 קלענערע. נאָך דער מלחמה איז געבליבן נאָר איין שיל — "חידושים" אָדער "יעקבֿ גלאַנזער־שיל". זי איז גאַנץ געבליבן נאָר צוליב דעם, וואָס איר פֿאַסאַד איז אַרויסגעגאַנגען אויף דעם מאַרק־פּלאַץ פֿונעם הייליקן טעאָדאָר, און איז געניצט געוואָרן ווי אַ שטאַל פֿאַר פֿערד און אַ סקלאַד. אין 1944 איז די שיל אומגעקערט געוואָרן דער קהילה און איז געווען די איינציקע פֿונקציאָנירנדיקע שיל אין גאַנץ גאַליציע. אין 1962, בעת דער אַנטי־רעליגיעזער קאַמפּאַניע אין סאָוועטן־פֿאַרבאַנד, איז די קהילה צעלאָזט געוואָרן און דעם בנין האָט מען איבערגעגעבן דעם שטאָטישן פּאָליגראַפֿישן אינסטיטוט, וואָס האָט דאָרט געמאַכט אַ ספּאָרט־זאַל. ערשט אין 1989 איז די שיל ווידער אומגעקערט געוואָרן צו די ייִדן — דער געזעלשאַפֿט פֿון ייִדישער קולטור אויף שלום־עליכמס נאָמען.
לעצטנס, איז דווקא אָט די שיל, וווּ די עטלעכע הונדערט אָרטיקע ייִדן נעמען זיך צונויף אויף זייערע אונטערנעמונגען, געוואָרן אַ ציל צו אַטאַקירן מצד דער שטאָטישער מאַכט. אויפֿן אָפֿיציעלן וועבזײַטל פֿון דעם שטאָטראַט איז בפֿירוש אַרויסגעשטעלט געוואָרן דער פּראָטאָקאָל, וווּ עס שטייט אָנגעוויזן, אַז "דער בוי־אָביעקט פֿונעם האַנדל־און־פֿינאַנץ צענטער וואָס מע גייט איצט אויפֿשטעלן, געפֿינט זיך טאַקע אויף דער זעלבער גאַס וואָס די אַלטע שיל, אָבער ווײַטער פֿון איר מיט 50 מעטער."
אין דער ווירקלעכקייט איז עס פּשוט אַ ליגן, ווײַל דער פֿונדאַמענט פֿונעם נײַעם "צענטער" רירט ממש אָן דעם פֿונדאַמענט פֿון דער שיל. ווי עס באַשטעטיקט די פֿירערשאַפֿט פֿון דער ייִדישער קולטור־געזעלשאַפֿט, ברענגען די בוי־אַרבעטן אַ גרויסן שאָדן דעם אַלטן בנין. דערצו נאָך האָט דער בנין זייער געליטן אין 2009 נאָכן שרעקלעכן הוראַגאַן, וואָס האָט אַראָפּגעריסן דעם דאַך און פֿאַרגאָסן די אינעווייניקסטע ווענט פֿון דער שיל און קאַליע געמאַכט דאָס גאַנצע באַצירונג.
די געוועזענע לעמבערגער ייִדן, וואָס וווינען איצט אין ישׂראל און אין אַמעריקע האָבן צונויפֿגענומען אַ געוויסע סומע געלט, און אין 2010 האָט מען דעם דאַך פֿאַרראָכטן. פֿון דעסטוועגן, בלײַבט דער אַלגעמיינער מצבֿ פֿונעם בנין אַ קאַטאַסטראָפֿאַלער. די מאַכט האָט זיך פֿון דער פּראָבלעם אָפּגעשאָקלט, נישט געקוקט דערויף, וואָס דער בנין און דער גאַנצער ייִדישער קוואַרטאַל גייט אַרײַן אין דער אַזוי גערופֿענער זאָנע פֿון היסטאָרישע און קולטורעלע ווערטן.
אויב ס׳איז ווינציק, אַז לעבן דער שיל זאָל אויפֿגעשטעלט ווערן אַ האַנדל־און־פֿינאַנץ צענטער, פּלאַנירט מען נאָך אונטער דער ערד צו מאַכן אַ ריזיקן גאַראַזש פֿאַר אויטאָס. נאָך אָט די מעשׂים, בלײַבט שוין קיין צווייפֿל נישט, אַז דער אמתער ציל פֿון דער שטאָטישער מאַכט איז אָפּצוּווישן אַלע שפּורן פֿון אַ ייִדיש לעבן אין לעמבערג. במשך פֿון די 70 יאָר זינט די צווייטע וועלט־מלחמה האָט זיך פֿאַרענדיקט האָבן זיך שוין געביטן דרײַ דורות לעמבערגער. וואָס פֿאַראייניקט זיי אַלעמען איז קלאָר ווי דער טאָג — די שׂינאה צו זייערע אַמאָליקע ייִדישע שכנים און צו זייערע אוצרות.