די עטיאָפּישע "קייסים" בעת דעם "סיגד"־יום־טובֿ, נאָוועמבער 16 |
Getty Images |
מאָנטיק, דעם 29סטן טאָג אין חודש חשוון (דעם 16טן נאָוועמבער), 50 טעג נאָך יום־כּיפּור, האָבן די ייִדן פֿון עטיאָפּיע אין ישׂראל, אָפּגגעמערקט זייער יערלעכן, טראַדיציאָנעלן יום־טובֿ, וואָס הייסט אין דער אַמהאַרישער שפּראַך "סיגד". דורות־לאַנג האָבן זיי אין עטיאָפּיע אָפּגעהיט דעם דאָזיקן פֿײַערלעכן טאָג מיט אַ תּענית און מיט ספּעציעלע תּפֿילות, אָנגעפֿירט פֿון זייערע רבנים די "קייסים", זייערע גײַסטיקע אָנפֿירער. אין די דאָזיקע תּפֿילות און פֿײַערלעכקייטן, האָבן זיי אויסגעדריקט זייער בענקשאַפֿט און האָפֿענונג, אָנצוקומען צו דער הייליקער שטאָט ירושלים.
מיט דער גרויסער עליה קיין ישׂראל "מבֿצע־משה", זענען אָנגעקומען קיין ישׂראל, קרובֿ צו 100,000 עטיאָפּישע עולים. זיי האָבן פֿאַרלאָזט זייערע היימען אין די דערפֿער אין עטיאָפּיע און געגאַנגען צו פֿוס לענגערע מאָנאַטן קיין סודאַן איבער דעם מידבר סאַהאַראַ, כּדי אָנצוקומען צו די וואַרטנדיקע ישׂראל־עראָפּלאַנען, וואָס האָבן זיי געבראַכט קיין ישׂראל.
די גליקלעכע עטיאָפּישע עולים, וואָס האָבן אין לויף פֿון זייערע ערשטע יאָרן אין לאַנד, דורגעמאַכט די פֿאַרשיידענע שווערע שטאַפּלען פֿון זייער אַבסאָרבציע, האָבן מיט דער צײַט באַנײַט און ממשיך געווען די טראַדיציע פֿון פֿײַערן זייער טראַדיציאָנעלן יום־טובֿ "סיגד" אין ישׂראל, אַזוי ווי זיי האָבן עס געטאָן דורות־לאַנג אין זייער אַלטער היים, אין עטיאָפּיע. יעדעס יאָר קומען זיי זיך צונויף אין ירושלים, עיר־הקודש, און מיט התלהבֿות, מיט פֿרייד און רעליגיעזער עקזאַלטאַציע, דריקן זיי אויס זייער דאַנק צום רבנו־של־עולם, פֿאַר דעם וואָס זיי האָבן זוכה געווען מקיים צו זײַן זייער טרוים און חלום פֿון שיבֿת־ציון.
זיי האָבן באַשטימט זייער זאַמלפּונקט אויף דער פּראָמינאַדע (טיילת), וואָס ציט זיך לענג־אויס אויף דעם באַרג, אַנטקעגן איבער דעם טיפֿן טאָל, וואָס טיילט אָפּ די עיר־הקודש — די אַלטשטאָט ירושלים, פֿון די שכונות (קוואַרטאַלן) תּלפּיות און תּלפּיות־מיזרח. פֿון דאָרטן קען מען זען, ווי אויף דער האַנטפֿלאַך דעם גאַנצן אויסשפּרייט און אַרומנעם פֿון די אַלטע מויערן פֿון ירושלים, הינטער וועלכע עס געפֿינט זיך דער הר־הבית, דער כּותל־המערבֿי און די אַלע הייליקע פּלעצער פֿון די דרײַ מאָנאָטעיִסטישע רעליגיעס: די ייִדישע, מוסולמענישע, קריסטלעכע און אַנדערע גלויבנס.
מיט דער צײַט האָט דער יום־טובֿ "סיגד" פֿון די עטיאָפּישע עולים זיך פֿאַרוואַנדלט אין אַ יערלעכן מאַסן־צוזאַמענקום פֿון טויזנטער און טויזנטער עטיאָפּישע ייִדן — יונג און אַלט — פֿון ירושלים און פֿון אַלע עקן לאַנד. אין דעם דאָזיקן טאָג, איז גאַנץ ירושלים איבערגעפֿולט מיט זיי, געקליידט אין זייערע טראַדיציאָנעלע קליידער. באַזונדערס, זעט זיך בולט אָן די אָנוועזנקייט פֿון די קייסים — עטיאָפּישע רבנים, אין זייערע לאַנגע, ווײַסע אָנטועכצן, פֿון קאָפּ ביז די פֿיס...
דער דאָזיקער צוזאַמענקום האָט שוין איבערגעווויגן אין צאָל די אַנדערע שוין לאַנג־אָפּגעהאַלטענע פֿײַערונגען אין ירושלים, די יערלעכע "מימונה" און "סהרנה", יום־טובֿים פֿון די מאַראָקאַנער און קורדישע ייִדן אין לאַנד, אין דעם גרויסן און ברייטן שטח פֿונעם גרויסן שטאָטישן פּאַרק "גן־סקר".
הײַיאָר איז די "סיגד"־פֿײַערונג פֿון דער עטיאָפּישער עדה אין ישׂראל פֿאָרגעקומען טאַקע מיט דער אָפֿיציעלער מיטבאַטייליקונג פֿון נשׂיא־ישׂראל שמעון פּערעס און אַנדערע וויכטיקע רעגירונגס־פּערזענלעכקייטן, אַ דאַנק דעם געזעץ, וואָס די כּנסת האָט איינשטימיק אָנגענומען דערקלערנדיק, אַז דער דאָזיקער יום־טובֿ איז אַן אינטעגראַלער טייל פֿון די אָפֿיציעלע פֿײַערונגען אין לאַנד; אַ טייל פֿון דעם אַלגעמיינעם געוועב פֿון דער ייִדישער באַפֿעלקערונג, און אַן אָפֿיציעלע פֿײַערונג אין דעם יערלעכן קאַלענדאַר פֿון דער מדינה.
הײַיאָר האָט שמעון פּערעס אויפֿגענומען אין זײַן רעזידענץ אין בית־הנשׂיא אַ דעלעגאַציע פֿון די עטיאָפּישע עולים מיט עטלעכע וואָכן פֿריִער, פֿאַר דעם יום־טובֿ, ווײַל אין דעם טאָג וועט ער זײַן אויף אַ שטאַטלעכן באַזוך אין די דרום־אַמעריקאַנער לענדער, אין בראַזיל און אַרגענטינע. גאַנצע 18 טעג האָט דער פּערסאָנאַל פֿון בית־הנשׂיא פֿיבערדיק געאַרבעט בײַם צוגרייטן דעם דאָזיקן צוזאַמענקום, און פּערעס האָט באַשלאָסן ניט מוותּר צו זײַן אויף דעם דאָזיקן פֿײַערלעכן צוזאַמענקום.
צו די הײַיאָריקער "סיגד"־פֿײַערונגען אין בית־הנשׂיא איז געקומען אַ גרויסע, קאָלירפֿולע רעפּרעזענטאַנץ פֿון פֿאַרשיידענע קרײַזן פֿון די עטיאָפּישע ייִדן אין לאַנד: אַקאַדעמיקער, דערציִער, מעדיקער, מענטשן פֿון טעאַטער און קונסט, אָפֿיצירן פֿון דער אַרמיי, פֿון לופֿטפֿלאָט און ים־פֿלאָט, עקאָנאָמיסטן און ביזנעס־לײַט; דער געוועזענער עולה, הײַנט כּנסת־דעפּוטאַט שלמה מולאַ, פֿון דער "קדימה"־פּאַרטיי; די מיניסטאָרין פֿון עליה און אַבסאָרבציע סאָפֿע לאַנדווער, פֿון דער "ישׂראל ביתנו"־פּאַרטיי; יוגנטלעכע פֿון די ישׂראלדיקע יוגנט־באַוועגונגען "השומר־הצעיר", "בני־עקיבֿא" א״אַ — אַלע אָפּשטאַמיקע פֿון עטיאָפּיע, און איצט פֿול־אינטעגרירטע, פּראָדוקטיווע און שטאָלצע בירגער פֿון מדינת־ישׂראל.
דער נשׂיא שמעון פּערעס האָט זיי אַלע אויפֿגענומען זייער וואַרעם און זיי האַרציק באַגריסט. מיט אַ באַזונדער סאַטיספֿאַקציע האָט ער באָטאָנט, אַז צווישן די עטיאָפּישע עולים געפֿינען זיך שוין איצט אין לאַנד 4,000 מיט פֿאַרשיידענע אַקאַדעמישע טיטלען און 2,500 נײַע עולים שטודירן איצט אין פֿאַרשיידענע אוניווערסיטעטן כּדי צו באַקומען זייערע אַקאַדעמישע טיטלען. ער האָט דערקלערט, אַז די דאָזיקע עולים פֿון עטיאָפּיע, קענען דינען ווי אַ מוסטער פֿאַר אַלע אַנדערע נײַע עולים. סאָפֿע לאַנדווער, מיניסטאָרין פֿון עליה און אַבסאָרבציע, האָט אין איר באַגריסונג צוו״אַ דערקלערט: "...איך בין צופֿרידן, אַז איר האָט רעאַליזירט אײַער חלום צו ווערן אַ טייל פֿון אונדז אין מדינת־ישׂראל".
אין נאָמען פֿון די רעליגיעזע מנהיגים פֿון דער עטיאָפּישער עדה, האָט גערעדט שמאַי עליאַש, וועלכער האָט מיט באַדויער דערציילט, אַז דער סטאַטוס פֿון די "קייסים" איז נאָך אַלץ אָפֿיציעל ניט אָנערקענט געוואָרן דורך דעם הויפּט־ראַבינאַט פֿון מדינת־ישׂראל. "..זיי זענען דאָך די שומרים פֿון דער עטיאָפּישער, ייִדישער טראַדיציע", האָט ער אונטערגעשטראָכן מיט אַ געוויסער ביטערקייט, "די טראַדיציע פֿון די עטיאָפּישע ייִדן איז דער כּוח, וואָס היט אָפּ די אַחדות פֿון אַלע שיכטן פֿון דער עדה, פֿאַרמײַדט אָפּפֿרעמדונג פֿון כּלל־ישׂראל און פֿאַרזיכערט אונדזער בונד מיט ארץ־ישׂראל און ירושלים בפֿרט". מיט גרויס לויב דערמאָנט ער די איבערגעגעבנקייט און די אַחריות פֿון די גײַסטיקע פֿירער, וועלכע האָבן מיטגעוואַנדערט מיט די מאַסן, זיי דערמוטיקט אין זייער שווערן וועג און דערהויבן זייער מאָראַל. ער האָט זיי אָנגערופֿן "גיבורים פֿון דער עטיאָפּישער עפּאָפּיי" אין זייער שטרעבונג און געראַנגל מיט איבערמענטשלעכע כּוחות אָנצוקומען אין ארץ־ישׂראל בכלל און אין דער אויסגעטרוימטער הייליקער שטאָט ירושלים בפֿרט.
* * *
און צום סוף, עטלעכע ציפֿערן:
אין צוזאַמענהאַנג מיט דער הײַיאָריקער פֿײַערונג פֿון "סיגד" האָט די צענטראַלע אָפּטיילונג פֿון סטאַטיסטיק פֿאַרעפֿנטלעכט אינטערעסאַנטע ציפֿערן וועגן דעם פּראָגרעס, וואָס די עולים פֿון עטיאָפּיע האָבן געמאַכט ביז איצט.
אָט זענען בלויז עטלעכע פֿון זיי:
זינט "מצבֿע־משה" אין יאָר 1998, האָט זיך באַדײַטיק פֿאַרגרעסערט דער פּראָצענט פֿון תּלמידים אין דעם 12טן קלאַס פֿון די מיטלשולן, וועלכע האָבן געמאַכט זייער "בגרות" — מאַטריקולאַציע־עקזאַמענס, פֿון 30% צו 36% אין 2008.
בײַם סוף פֿון דעם פֿאַרגאַנגענעם יאָר 2008 איז די צאָל פֿון די עטיאָפּישע ייִדן אין לאַנד געווען 119.3 טויזנט נפֿשות. 80 טויזנט זענען געבוירן אין עטיאָפּיע און 38.5 טויזנט זענען שוין "סאַברעס", געבוירן דאָ אין לאַנד...