- English Forward
- Archive אַרכיוו
-
Multimedia
מולטימעדעאַ
- ווידעאָ־קאַנאַל Forverts Video Channel
- „פֿאָרווערטס‟־קול Forverts Voice
- ירושלים, ישׂראל Jerusalem, Israel
- פּאַריז, פֿראַנקרײַך Paris, France
- וואַרשע, פּוילן Warsaw, Poland
- מאָסקווע, רוסלאַנד Moscow, Russia
- בוענאָס־אײַרעס, אַרגענטינע Buenos-Aires, Argentina
- מעלבורן, אויסטראַליע Melbourne, Australia
- לאָס־אַנדזשעלעס, פֿ״ש Los Angeles, US
- אַרכיוו פֿון „פֿאָרווערטס‟־שעה Archive of the Forward Hour
- Store קראָם
-
Blogs
בלאָגס
- פֿרעגט אַן עצה בײַ ד״ר בערגער Dr. Berger Answers Your Health Questions
- דורך ריקיס אויגן Through Riki's Eyes
- ווײַטער Vayter
- נײַעס פֿאַר בני־בית No Place Like Home
- אידיש מיט אן „א‟ Yiddish with an Aleph
- טאָג בײַ טאָג (ייִדיש־קאַלענדאַר) Day by Day (Yiddish Calendar)
- שיין בייקער אין שיין־שאָו Shane Baker in The Sheyn Show
- עונג־שבת Oyneg Shabes
- פּענשאַפֿט Penshaft
- ראָש־חודש מיט ר׳ ליפּא Rosh Chodesh With Reb Lipa
- אוצרות פֿון „פֿאָרווערטס”־אַרכיוו Treasures From the Forverts' Archive
- פֿאַרגעסן און ווידער געדרוקט Forgotten, and Now - Republished
- ייִדישע שרײַבער דערציילן Yiddish Writers Speak
-
Sections
אָפּטיילן
- עדיטאָריאַל Editorial
- ישׂראל, מיטל־מיזרח Israel, Middle East
- פּאָליטיק Politics
- מענטשן און געשעענישן Feature Stories
- פּובליציסטיק Opinion
- קהילה Community
- ייִדיש־וועלט Yiddish World
- אַנטיסעמיטיזם Anti-Semitism
- רוחניות Spirituality
- געשיכטע History
- ליטעראַטור Literature
- קונסט און קולטור Arts & Culture
- אין אָנדענק In Memory
- טשיקאַוועסן Out of the Ordinary
- Home אַהיים
|
בײַ אונדז ייִדן זאָגט מען: אַ נײַער דור, אַ נײַער ניגון. דער "ניגון" פֿון נײַעם דור, דער דור פֿון 21סטן יאָרהונדערט, איז געוואָרן קאָמפּיוטערײַ. די הײַנטיקע קינדער, נאָך איידער זיי הייבן אָן רעדן, ציִען זיי זיך שוין מיט די הענטעלעך צו די קאָמפּיוטער־קנעפּלעך. מסתּמא איז עס גוט, אָבער ווי יעדע נײַע אַנטדעקונג, ברענגט קאָמפּיוטערײַ אַרײַן אין אונדזער לעבן סײַ גוטס און סײַ שלעכטס; עס ווענדט זיך ווידער, וועמעס "הענטעלעך" ציִען זיך צו די קאָמפּיוטער־קנעפּלעך. פֿון דער "מאַנהעטן־בריק" אין ניו־יאָרק איז נאָך קיינער נישט געשפּרונגען. פּאָפּולערער פֿאַר די שפּרינגערס איז דווקא "וואַשינגטאָן־בריק." דאָרט זעט מען פֿון צײַט צו צײַט יונגע און אַלטע, געזונטע און קראַנקע. אַלץ שפּרינגט. מסתּמא מיד געוואָרן פֿונעם לעבן, שפּרינגט מען. אָבער צו מאַכן אַ קאָמעדיע אין איין אַקט פֿון אַ שפּרינג־אַפֿערע, דאָס דאַרף מען טאַקע קענען. האָב איך זיך אַראָפּגעלאָזט אין שטאָט זען אַ פּיעסע וואָס ווערט איצט געשטעלט אין ״Flea-Theater״ (פֿלוי־טעאַטער) אין מאַנהעטן. אין זײַן הומאָריסטישן ביכל, "רויטער געלעכטער: אילוסטרירטער פֿלוג־אַלמאַנאַך פֿאַר ליטעראַריש־געזעלשאַפֿטלעכער סאַטירע", געדרוקט אין וואַרשע, צווישן ביידע וועלט־מלחמות, פֿרעגט דער מחבר, שמואל רובינשטיין — אַ באַקאַנטער פֿאָלקלאָריסט — "וועלכע זאַך ברענט אָן פֿײַער? דעם ווילנערס ׳פֿאָלקלאָריסט׳ ש. באָסטאָמסקיס היטל בײַם אויסניצן א. מ. דיקס ׳הונדערט פֿראַגן און אַנטוואָרטן׳ פֿאַר זײַנע ׳געזאַמלטע׳ רעטענישן (ווילנע, 1923)". די פֿראַגע, אָדער באַשולדיקונג, געפֿינט זיך אויף זײַט 36 אין אַ ריי אַנדערע בײַסיקע פֿראַגעס וואָס האָבן אַ שײַכות מיט דער פּאָליטיש־געזעלשאַפֿטלעכער סבֿיבֿה אין פּוילן פֿון יענער צײַט. מאָנטיק, דעם 29סטן טאָג אין חודש חשוון (דעם 16טן נאָוועמבער), 50 טעג נאָך יום־כּיפּור, האָבן די ייִדן פֿון עטיאָפּיע אין ישׂראל, אָפּגגעמערקט זייער יערלעכן, טראַדיציאָנעלן יום־טובֿ, וואָס הייסט אין דער אַמהאַרישער שפּראַך "סיגד". דורות־לאַנג האָבן זיי אין עטיאָפּיע אָפּגעהיט דעם דאָזיקן פֿײַערלעכן טאָג מיט אַ תּענית און מיט ספּעציעלע תּפֿילות, אָנגעפֿירט פֿון זייערע רבנים די "קייסים", זייערע גײַסטיקע אָנפֿירער. זינט עס איז אויפֿגעקומען די איצטיקע קאָאַליציע־רעגירונג פֿון בנימין נתניהו מיט אַן ערך צען חדשים צוריק, איז דער שלום־פֿאַרמעסט אַראָפּגעפֿאַלן פֿון דעם הויכן שטאַפּל פֿון זײַן פֿאָרשריט צום סאַמע נידעריקסטן טיפֿפּונקט און איז געבליבן שטעקן אין זײַן טיפֿער אָפּהענטיקער אומבאַהאָלפֿנקייט — שיִער נישט אַזוי ווי אַריאל שרון אין זײַן באַוווּסטלאָזן לעטאַרגישן שלאָף: אַזוי ווי בעת נתניהוס פֿריִערדיקער ערשטער קאַדענץ מיט צען יאָר צוריק, איז אויך איצט מדינת־ישׂראל אַרײַן אין אַ תּקופֿה פֿון אַ "גאָלדענער איזאָלאַציע", צוליב דער פּאָליטישער אַנטיטעטיקייט און דעם עקשנותדיקן צוימען און פֿאַרהאַלטן דעם שטאַרק הינקענדיקן גאַנג צו שלום. "ואלה תּולדות יצחק" — "און דאָס זענען די קינדער פֿון יצחק". רש״י דערקלערט, אַז די תּורה רעדט דאָ וועגן ביידע קינדער פֿון יצחק, יעקבֿ און עשׂו. די צוויי צווילינג־ברידער האָבן אָנגעהויבן זיך קריגן צווישן זיך נאָך אין זייער מאַמעס אינגעווייד. אויפֿן ערשטן בליק, איז עשׂו געווען אַ גאַנצער היפּוך פֿון יעקבֿ. די חז״ל זאָגן, אַז נאָך פֿאַרן געבורט האָט עשׂו זיך געצויגן צו עבֿודה זרה, און יעקבֿ האָט זיך געצויגן צו קדושה. איך בין ניט באַקאַנט מיט אַנאַטאָלי מוטשניק, וואָס איז אַ תּושבֿ פֿון דער באַרימטער אוקראיִנישער שטאָט פּאָלטאַווע. אָבער זײַן מאַנקאָליע זעט אויס זייער מאָדנע — איך וואָלט מורא געהאַט צו פֿירן געשעפֿטן מיט אַזאַ מענטש. שטעלט זיך פֿאָר: פּאַן מוטשניק האָט אַ מאה דיפּלאָמען, וואָס האָט אים באַזאָרגט מיט אַן אָרט אינעם גינעס-בוך פֿון רעקאָרדן. קיין געלערנטער איז ער, אייגנטלעך, ניט. צוריק גערעדט, קיין געלערנטער יאָגט זיך ניט נאָך צענדליקער דיפּלאָמען. אין דער באַקאַנטסטער אין ניו־יאָרק קונסט־גאַלעריע MiMi Ferzt Gallery איז דערעפֿנט געוואָרן די אויסשטעלונג "שעמיאַקין און סאַנקט־פּעטערבורג", אויף וועלכער עס זײַנען אַרויסגעשטעלט געוואָרן די סקולפּטורן, בילדער און פֿאָטאָגראַפֿיעס, געמאַכט פֿונעם סקולפּטאָר און מאָלער מיכאַיִל שעמיאַקין. כּמעט אַלע זײַנען ווערק אויף דער אויסשטעלונג זײַנען פֿאַרבונדן מיט דער רוסישער שטאָט פּעטערבורג. שעמיאַקין איז געבוירן געוואָרן אין יאָר 1943, אין מאָסקווע. פֿרי געוואָרן אַ יתום, האָט ער זײַן פֿאַמיליע־נאָמען באַקומען פֿונעם שטיף־פֿאָטער, אַן אָפֿיציר אין דער רויטער אַרמיי — שעמיאַקין; אויך זײַן ערשטער נאָמען, פֿײַזולאַ, האָט מען געביטן אויפֿן רוסישן — מיכאַיִל. הײַנטיקן זומער בין איך געווען אין ווילנע, געגאַנגען אויף דער גאַס, וואָס האָט געהייסן "סאָניע מאַדייסקער־גאַס". הײַנט הענגט אַן אַנדער שילדל: "בלומען־גאַס". די הײַנטיקע שטאָט־באַלעבאַטים האַלטן, אַז סאָניע מאַדייסקער איז ניט ווערט דעם נאָמען פֿון אַ גאַס אין דער שטאָט, וווּ זי איז געבוירן, געקעמפֿט און העלדיש אומגעקומען. די פּוילישע רעגירונג האָט באַלוינט די ווילנער ייִדישע העלדין סאָניע מאַדייסקער נאָכן טויט מיטן העכסטן פּוילישן אָרדן "ווירטוטי מיליטאַרי". זשורנאַליסטן האָבן לעצטנס זיך אַרויפֿגעוואָרפֿן אויף ניקאָלאַס סאַרקאָזי — מע טענהט, אַז דער פֿראַנצויזישער פּרעזידענט האָט אַלץ איבערגעפּלאָנטערט אין זײַנע זכרונות וועגן דעם טאָג, מיט צוואַנציק יאָר צוריק, ווען ס׳איז געפֿאַלן די בערלינער וואַנט. מע ברענגט באַווײַזן, אַז היסטאָריש איז דער פּרעזידענט אין גאַנצן ניט גערעכט — ער האָט ניט געקענט זען דאָס, וואָס ער האָט כּלומרשט געזען, און זײַן מיט די מענטשן, מיט וועלכע ער איז כּלומרשט געווען. מיר איז אין דעם זין גרינגער. טײַערע חזנטע, אַ גוטע בשׂורה — איך ליג שוין אין קימפּעט! וואָס איז די פּראָבלעם? מײַן מאַן און איך קענען נישט קומען צו אַ הסכּם מכּוח וואָסערע שפּראַכן צו רעדן מיט אונדזער עופֿעלע. מיר רעדן ביידע גוט ענגליש און העברעיִש און זענען ציוניסטן. מיר זענען מסכּים, אַז דאָס קינד דאַרף קענען העברעיִש, אָבער איך מיין, אַז דאָס קען וואַרטן ביז עס וועט אָנהייבן גיין שוין אין אַ ייִדישער טאָגשול. שוין איבער 14 יאָר וואָס מײַן חבֿרטע דזשודי און איך גייען יעדן זונטיק גאַנץ פֿרי אויף אַ שעה־לאַנגן פֿלינקן שפּאַציר איבער דער געגנט. נישט נאָר איז עס אַ גוטע פֿיזישע געניטונג, ס׳גיט אונדז אויך אַ געלעגנהייט זיך צו טיילן מיט פּלאָטקעס, זיך אַראָפּצורעדן פֿון האַרצן און זיך צו טיילן מיט אונדזערע באַליבטע רעצעפּטן. אָט איז אַ רעצעפּט וואָס זי האָט מיר לעצטנס געגעבן: |