פּובליציסטיק
פֿון גענאַדי עסטרײַך
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

זשורנאַליסטן האָבן לעצטנס זיך אַרויפֿגעוואָרפֿן אויף ניקאָלאַס סאַרקאָזי — מע טענהט, אַז דער פֿראַנצויזישער פּרעזידענט האָט אַלץ איבערגעפּלאָנטערט אין זײַנע זכרונות וועגן דעם טאָג, מיט צוואַנציק יאָר צוריק, ווען ס׳איז געפֿאַלן די בערלינער וואַנט. מע ברענגט באַווײַזן, אַז היסטאָריש איז דער פּרעזידענט אין גאַנצן ניט גערעכט — ער האָט ניט געקענט זען דאָס, וואָס ער האָט כּלומרשט געזען, און זײַן מיט די מענטשן, מיט וועלכע ער איז כּלומרשט געווען. מיר איז אין דעם זין גרינגער. מיך וועט מען זיכער ניט כאַפּן, מחמת איך, אַ בשׂר-ודם, האָב ניט איבערגעלאָזט אַזוי פֿיל "היסטאָרישע שפּורן" פֿאַר זשורנאַליסטן. דערצו גלייב איך, אַז מײַן זכּרון פֿירט מיך ניט אונטער.

דעם 9טן נאָוועמבער, טאַקע מיט צוואַנציק יאָר צוריק, האָט אין מײַן ביוראָ אין דער רעדאַקציע פֿונעם מאָסקווער זשורנאַל "סאָוועטיש היימלאַנד", געדאַרפֿט קומען אַ זשורנאַליסטישע קאָמאַנדע פֿון אַן עסטרײַכישן טעלעוויזיע-קאַנאַל, וואָס ס׳איז זיי אײַנגעפֿאַלן צו אינטערוויויִרן מיך. און זיי האָבן עס לסוף געטאָן, אָבער אין עטלעכע טעג אַרום, ניט דעם 9טן נאָוועמבער, ווי מיר האָבן תּחילת זיך געהאַט צונויפֿגערעדט. אַ דאַנק דעם, האָב איך פֿריִער פֿון ס׳רובֿ סאָוועטישע תּושבֿים זיך דערוווּסט וועגן דער איבערקערעניש אין בערלין — פֿון דער עסטרײַכישער טעלעוויזיע האָט מען אָנגעקלונגען און דערקלערט דעם מצבֿ.

איך געדענק, אַז איך בין געווען געוואַלדיק צופֿרידן. איין קלייניקייט — אַזאַ שפּײַ אין דער צורה פֿון קאָמוניזם! צו יענער צײַט האָב איך שוין צען יאָר געוואַרט אויף אַ דערלויבעניש צו פֿאַרלאָזן דאָס לאַנד, וווּ איך האָב ניט געוואָלט מער וווינען. אַזוי אַז מיר איז געווען זייער צום האַרצן אַלץ, וואָס ס׳האָט געקענט אונטעררײַסן די סיסטעם, וועלכע די סאָוועטישע פּראָפּאַגאַנדיסטן האָבן געהאַלטן פֿאַר דער בעסטער אין דער וועלט. קיין אויסנאַם בין איך ניט געווען. ס׳רובֿ מענטשן פֿון מײַן קרײַז מאָסקווער פֿרײַנד האָבן אויך געהאַלטן אַזוי, אַפֿילו אויב זיי האָבן ניט געהאַט אָנגעגעבן פּאַפּירן אויף עמיגראַציע.

קיין נבֿיא בין איך ניט געווען. כ׳האָב אין מײַן פֿרייד קיין אַנונג ניט געהאַט, אַז אונטער די חורבֿות פֿון דער בערלינער וואַנט וועט אין קורצן באַגראָבן ווערן די גאַנצע אייראָפּעיִשע קאָמוניסטישע "ציוויליזאַציע". אָבער די ממשותדיקייט פֿון דער געשעעניש איז געווען זייער קלאָר. ס׳איז אויך געווען לחלוטין קלאָר, אַז דאָס געשעענע האָט געהאַט אַ שײַכות צום סאָוועטן-פֿאַרבאַנד, וווּ דעמאָלט האָט זיך שוין אַזוי אויך געטאָן חושך — מיכאַיִל גאָרבאַטשיאָווס "פּערעסטרויקע" און "גלאַסנאָסט" האָבן היפּש געביטן דעם פּאָליטישן און עקאָנאָמישן קלימאַט אין לאַנד.

אָבער דאָס זײַנען נאָך אַלץ געווען קאָסמעטישע שינויים. אַ שטייגער, די גרענעצן האָט מען נאָך אַלץ געהאַלטן שטילנע פֿאַרשלאָסן. מער אָדער ווייניקער אין דער זעלבער צײַט, ווען ס׳איז געפֿאַלן די וואַנט, האָב איך באַקומען אַן אײַנלאַדונג צו קומען אין מיזרח-בערלין, וווּ מע האָט שוין אָ פּאָר יאָר געהאַלטן אין דורכפֿירן "טעג פֿון ייִדיש". אָבער פֿון מײַן בקשה אויסצופֿאַרטיקן פֿאַר מיר אַ פּאַס האָט מען זיך אויסגעלאַכט. אַזוי אַז דעמאָלט איז מיר ניט באַשערט געווען צו באַטייליקן זיך אין די "טעג". דער פֿאַקט אַליין, וואָס דער איצטיקער דור רוסישע בירגער ווייסט שוין ניט וועגן אַזאַ פּראָבלעם — פֿון ניט צו קריגן אַ פּאַס — איז דירעקט פֿאַרבונדן מיטן פֿאַלן פֿון דער וואַנט.

מע אַמפּערט זיך ביזן הײַנטיקן טאָג וועגן די סיבות, וועלכע האָבן דערמעגלעכט די "ווענדע", ווי די דײַטשן רופֿן דעם ראַדיקאַלן איבערבײַט אין זייער, און אין דער גאַנצער, געשיכטע. אין אַמעריקע גלייבט מען, בדרך-כּלל, אַז דאָס איז געווען דער אויפֿטו פֿון ראָנאַלד רייגאַנס האַרטער פּאָליטיק לגבי דעם סאָוועטן-פֿאַרבאַנד. אַדרבה, אין די מערבֿ-אייראָפּעיִשע לענדער האַלט מען מערסטנטייל, אַז דאָס איז געווען אַ פּועל-יוצא פֿון זייערע רויִקערע באַציִונגען מיט מאָסקווע. דער אמת געפֿינט זיך, אַ פּנים, ערגעץ אין צווישן. און מע טאָר ניט, פֿאַרשטייט זיך, פֿאַרגעסן וועגן די כּוחות, וועלכע האָבן געשטופּט פֿון אינעווייניק, אין די קאָמוניסטישע לענדער גופֿא. ניט פֿון דער העלער הויט האָבן זיך אין פֿאַרשיידענע סאָוועטישע עקן באַוויזן די אַלע לײַט און באַוועגונגען, וועלכע האָבן זיך אַקטיוו באַטייליקט אין דעם פּראָצעס פֿון צעוואַלגערן די אייגענע "בערלינער ווענט".

די פֿאַרגאַנגענע צוויי יאָרצענדיק האָבן געשאַפֿן אַ דיסטאַנץ, פֿון וועלכער מע קען אַ קוק טאָן אויף די געשעענישן מיט מער ניכטערע אויגן. דעמאָלט, בײַם אָנהייב, האָט זיך דאָך געדוכט טאַקע, אַז — ווי פֿרענסיס פֿוקוּיאַמאַ האָט אַ זאָג געטאָן — "די געשיכטע האָט זיך פֿאַרענדיקט". געמיינט האָט עס, אַז קאַפּיטאַליזם און זײַן שוועסטער, די ליבעראַלע דעמאָקראַטיע, האָבן געוווּנען. געגלייבט האָט מען אין דעם, ווײַל די סאָציאַליסטישע סיסטעם האָט פֿאַרשפּילט, קודם-כּל, אין דעם עקאָנאָמישן פֿאַרמעסט. דײַטשלאַנד גיט דאָך זייער אַן איבערצײַגעוודיקן מוסטער פֿון דעם סאָציאַליסטישן דורכפֿאַל. ביזן הײַנטיקן טאָג פֿילט זיך אין דער דײַטשישער עקאָנאָמיע אַן אונטערשייד צווישן די מערבֿדיקע און מיזרחדיקע טיילן פֿון דער שוין צוואַנציק יאָר פֿאַראייניקטער מדינה.

דאָך האָט מען דעמאָלט, מיט צוואַנציק יאָר צוריק, ניט געטראַכט, אַז כינע וועט קענען צונויפֿשטוקעווען אַן אייגענעם, עקאָנאָמיש הצלחהדיקן מאָדעל פֿון אַנטוויקלונג. מע האָט אויך אין קיין קאָשמאַר ניט געקענט פֿאָרויסזאָגן, אַז די ראַדיקאַלע מוסולמענישע קרײַזן וועלן האָבן אַזאַ שטאַרקע, בפֿרט מערדערישע, השפּעה אויף דער מערבֿדיקער וועלט. מיט צוואַנציק יאָר צוריק האָט מען ניט פּלאַנירט צו בויען נײַע ווענט, אַזעלכע ווי עס האָבן צעטיילט די ישׂראלים און די פּאַלעסטינער, די אַמעריקאַנער און די מעקסיקאַנער. אַ סך האָט מען ניט געקענט פֿאָרויסזאָגן. אַזוי אַז: די בערלינער וואַנט איז געפֿאַלן, אָבער די געשיכטע האָט זיך גאָר ניט אָפּגעשטעלט.