פֿונעם אייביקן קוואַל
פֿון מ. אַלקין
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

"ואלה תּולדות יצחק" — "און דאָס זענען די קינדער פֿון יצחק". רש״י דערקלערט, אַז די תּורה רעדט דאָ וועגן ביידע קינדער פֿון יצחק, יעקבֿ און עשׂו.

די צוויי צווילינג־ברידער האָבן אָנגעהויבן זיך קריגן צווישן זיך נאָך אין זייער מאַמעס אינגעווייד. אויפֿן ערשטן בליק, איז עשׂו געווען אַ גאַנצער היפּוך פֿון יעקבֿ. די חז״ל זאָגן, אַז נאָך פֿאַרן געבורט האָט עשׂו זיך געצויגן צו עבֿודה זרה, און יעקבֿ האָט זיך געצויגן צו קדושה. יעקבֿ איז געווען אַ מוסטער פֿון אַ רויִקן היימישן ייִד, אַ צדיק און אַ תּלמיד־חכם; עשׂו איז געוואָרן אַ ווילדער יעגער און רויבער.

די זעלבע מעשׂה איז געשען מיט אַבֿרהם-אָבֿינו, מיט זײַנע צוויי קינדער, יצחק און ישמעאל. יצחק איז געווען אַ גרויסער צדיק, און ישמעאל, אַזוי ווי עשׂו, האָט געפֿירט אַ ווילד זינדיק לעבן, הגם פֿאַר זײַן טויט האָט ער תּשובֿה געטאָן. אַבֿרהמס קינדער זענען אָבער געבוירן געוואָרן בײַ צוויי פֿאַרשיידענע מאַמעס, אין פֿאַרשיידענע צײַטן און אומשטענדן; דער חילוק צווישן זיי איז נישט קיין גרויסער חידוש.

להיפּוך, זענען יעקבֿ און עשׂו געווען אַ צווילינג. דווקא צוליב זייער קרובֿהשאַפֿט, האָבן זיי זיך צעקריגט, ווי עס ווערט שפּעטער דערציילט אין דער סדרה. בעת זייער געבורט, האָט עשׂו זיך אַרויסגעוויזן פֿריִער, און יעקבֿ האָט אַרומגעכאַפּט זײַן ברודערס פּיאַטע. דערפֿאַר האָט מען אים אָנגערופֿן יעקבֿ — פֿונעם וואָרט "עקבֿ", "פּיאַטע".

שפּעטער, האָט יעקבֿ אָפּגעקויפֿט בײַ עשׂון די בכורה פֿאַר אַ טעלער זופּ. יצחק האָט מער ליב געהאַט זײַן ערשטן זון, עשׂו, און געוואָלט אים געבן אַ ספּעציעלע ברכה; דעמאָלט איז ער שוין געווען אַלט און בלינד. יעקבֿ האָט אָנטאָן עשׁוס בגדים, כּדי זיך צו פֿאַרשטעלן פֿאַר זײַן ברודער, כּדי צו קריגן די ברכה פֿון זײַן טאַטן.

די חז״ל זאָגן, אַז עשׂו איז געווען אַ "רשע מבטן אמו" — אַן אײַנגעבוירענער רשע. אויב אַזוי, אַנטשטייען דאָ אַ פּאָר קשיות. פֿאַרוואָס האָט יצחק אָבֿינו באַזונדערס ליב געהאַט דווקא עשׂון, און האָט געוואָלט אים בענטשן מיט אַ ספּעציעלער ברכה? יצחק איז דאָך געווען אַ גרויסער צדיק און אַ בעל־רוח־הקודש; ער האָט זיכער געוווּסט, אַז זײַן ערשטער זון פֿאַרברענגט די טעג ליידיק, און אַז זײַן אמתער נאָכקומער איז יעקבֿ, דער שטילער "יושבֿ אהלים", אַ געצעלט־באַזעצער. און אויך, ווי אַזוי קאָן אַ מענטש זײַן באַשערט צו ווערן אַ רשע? יעדער מענטש האָט דאָך אַן אייגענע בחירה, און קאָן אַליין אויסקלײַבן זײַן וועג אינעם לעבן.

רש״י באַטאָנט, אַז דער נאָמען פֿון דער הײַנטיקער פּרשה דערמאָנט, אַז ביידע צווילינג־ברידער זענען אָנגערופֿן "תּולדות יצחק", ביידע זענען גײַסטיקע נאָכקומער פֿון זייער טאַטן. די נעמען פֿון די פּרשיות זענען תּמיד פֿאַרבונדן מיט זייער אינהאַלט, און ווײַזן אָן אויף געוויסע עיקרדיקע פּרינציפּן פֿונעם וועזן. אין דער מעשׂה מיט יצחקס קינדער מוז שטעקן אַ רמז אויף דעם ענין פֿון "תּולדות", וואָס מיינט "אַנטוויקלונג", אינעם אַלגעמיינעם, אַבסטראַקטן זין.

די חסידישע צדיקים דערקלערן, אַז יצחק האָט טאַקע גאַנץ גוט געוווּסט, אַז עשׂו האָט פֿון זײַן סאַמע געבורט געהאַט אַ שטאַרקע נטיה צו זינדיקן. אין דעם זין, איז ער טאַקע געווען אַן "אײַנגעבוירענער רשע" — דאָס הייסט, אַ מענטש מיט אַן אומגעוויינטלעך שטאַרקער יצר־הרע.

דאָס מיינט אָבער נישט, אַז עשׂו האָט געמוזט ווערן אַ רשע. אַדרבה, אַ שטאַרקע יצר־הרע איז אַ סימן פֿון אַ גרעסערן גײַסטיקן פּאָטענציאַל. דוד המלך האָט געבעטן דעם באַשעפֿער: "שמרה נפֿשי כּי חסיד אני" — "היט אָפּ מײַן נשמה, ווײַל איך בין אַ חסיד". געוויסע נשמות, אַזעלכע ווי יעקבֿ אָבֿינו, זענען בטבֿע שטילע און מסודרדיקע, און אין דעם שטעקט טאַקע זייער מעלה. די אַנדערע, אַזעלכע ווי עשׂו, זענען ווילדע און בונטאַרישע, און דאָס איז אויך אַ מעלה. הגם צופֿיל ווילדקייט קאָן אַראָפּברענגען אַ מענטש אין תּהום אַרײַן, איז אַן עלעמענט פֿון כאַאָס נייטיק פֿאַר דער אַנטוויקלונג פֿון דער וועלט — סײַ בגשמיות, סײַ ברוחניות.

על־פּי־חסידות, ווערן די מסודרדיקע נשמות אָנגערופֿן "צדיקים", און די כאַאָטישע — "חסידים". אַ בונטאַרישער מענטש מוז תּמיד אַכטונג געבן, ער זאָל נישט ווערן אַ קרבן פֿון זײַן יצר־הרע. פּאַראַדאָקסיש, זענען די רשעים בעצם "געפֿאַלענע חסידים".

פֿון דער אַנדערער זײַט, אָבער, שטאַמט דער משיחישער "טרײַב" אין דער וועלט דווקא פֿון אַזעלכע נשמות. ווי עס זאָגן די חז״ל, שטייען די בעל־תּשובֿות אויף אַ העכערער מדרגה, ווי די אײַנגעבוירענע צדיקים — דווקא צוליב דער שטאַרקער יצר־הרע, וואָס זיי זענען זי גובֿר, אויסנוצנדיק זייער אומרויִקייט לשם־שמים און ברענגענדיק אין דער וועלט נײַע חידושים און השפּעות.

די וועלט פֿון כאַאָס, "עולם־התּוהו", צו וועלכער עס האָט געהערט עשׂוס נשמה, איז בעצם העכער פֿון יעקבֿס וועלט פֿון אָרדענונג, "עולם־התּיקון". אויב עשׂו וואָלט תּשובֿה געטאָן, וואָלט ער דערגרייכט אַ גרעסערע מדרגה, ווי דער מסודרדיקער יעקבֿ. יצחק האָט געוווּסט, אַז זײַן ערשטער זון פֿירט זיך נישט כּשורה. ער האָט אָבער געהאָפֿט, אַז צום סוף וועט ער אַרויסקריכן פֿון זײַן געפֿאַלענעם מצבֿ. צוליב עשׂוס הויכן פּאָטענציאַל, האָט אים דער טאַטע מער ליב געהאַט, ווי יעקבֿן.

ווי עס דערקלערן די חסידישע רביים, האָט יעקבֿ אַליין אויך געהאָפֿט, אַז עשׂו וועט ווערן אַ גרויסער צדיק. ער האָט אויך געוווּסט, אַז זיי ביידע זענען "תּולדות יצחק", און האָבן הויכע נשמות. יעקבֿ האָט אָבער פֿאַרשטאַנען, אַז עשׂוס גאָר הויכער גײַסטיקער פּאָטענציאַל איז געקומען אין איין "פּעקל" מיט אַ גאָר שטאַרקער יצר־הרע, וואָס ער וועט נישט קאָנען בײַקומען; דערפֿאַר האָט יעקבֿ אָפּגענאַרט עשׂון און באַקומען זײַן טאַטנס ספּעציעלע ברכה.

אינעם טיפֿערן זין, איז די הײַנטיקע פּרשה מרמז אויף דעם סדר פֿון דער גאַנצער בריאת־העולם. על־פּי־קבלה, סימבאָליזירט יצחק דעם ענין פֿון "צימצום". כּדי צו באַשאַפֿן די וועלט, האָט דער אייבערשטער זיך, כּבֿיכול, אויסבאַהאַלטן, און באַשטימט די גרענעצן צווישן די זאַכן. ווען נישט די גרענעצן און חילוקים, וואָלט דער אוניווערס נישט געקאָנט עקזיסטירן בכלל. כּדי עפּעס זאָל עקזיסטירן, מוז עס זײַן אָפּגעטיילט פֿון די אַנדערע זאַכן מיט עפּעס אַ קאָנצעפּטועלער אָדער פֿיזישער גרענעץ.

נאָכן צימצום קומען "תּולדות יצחק" — די עיקר־פּרינציפּן פֿון וועלט־באַשאַף. ווי דערמאָנט פֿריִער, מיינט דאָס וואָרט "תּולדות", אינעם אַבסטראַקטן זין, דעם פּראָצעס פֿון ענדערונג און אַנטוויקלונג. יעקבֿ סימבאָליזירט דעם סדר, און עשׂו — דעם כאַאָס. ביידע שטאַמען פֿונעם ג־טלעכן כּוח, און ביידע זענען נייטיק פֿאַרן שטענדיקן חידוש־העולם.

די מעשׂה מיט די צווילינג-ברידער איז מרמז אויף דער דיאַלעקטישער אַנטוויקלונג פֿון דער גאַנצער וועלט. כּדי אַ קערנדל זאָל קאָנען זיך פֿאַרוואַנדלען אין אַ זוים, מוז ער קודם פֿאַרפֿוילט ווערן אין דער ערד; ווען אַן עופֿעלע ווערט געבוירן, מוז עס צעברעכן דאָס איי. אָן דעם דעסטרוקטיוון עלעמענט פֿון כאַאָס קאָן גאָרנישט געבוירן ווערן.

אויב מע טראַכט זיך אַרײַן, שטעקט אין אַלע פּראָצעסן, פֿיזישע, סאָציאַלע און ריין־גײַסטיקע, אַ "צווילינג" פֿון קאָנסטרוקטיווע און דעסטרוקטיווע כּוחות. אָפֿט דאַכט זיך אונדז, אַז "עשׂו שׂונא ליעקבֿ" — די וועלט זעט אויס ווי אַ דיאַלעקטישער קאַמף פֿון סתּירותדיקע כּוחות. אין דער אמתן, אָבער, מוז נישט זײַן קיין סתּירה צווישן "עולם־התּיקון" און "עולם־התּוהו", סדר און כאַאָס — ווי עס ווערט קלאָר ווערן אין משיחס צײַטן.