קונסט
פֿון יעפֿים טײַבלין (ניו־יאָרק)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
מיכאַיִל שעמיאַקין
מיכאַיִל שעמיאַקין
Arkadiy Yagudaev

אין דער באַקאַנטסטער אין ניו־יאָרק קונסט־גאַלעריע MiMi Ferzt Gallery איז דערעפֿנט געוואָרן די אויסשטעלונג "שעמיאַקין און סאַנקט־פּעטערבורג", אויף וועלכער עס זײַנען אַרויסגעשטעלט געוואָרן די סקולפּטורן, בילדער און פֿאָטאָגראַפֿיעס, געמאַכט פֿונעם סקולפּטאָר און מאָלער מיכאַיִל שעמיאַקין. כּמעט אַלע זײַנען ווערק אויף דער אויסשטעלונג זײַנען פֿאַרבונדן מיט דער רוסישער שטאָט פּעטערבורג.

שעמיאַקין איז געבוירן געוואָרן אין יאָר 1943, אין מאָסקווע. פֿרי געוואָרן אַ יתום, האָט ער זײַן פֿאַמיליע־נאָמען באַקומען פֿונעם שטיף־פֿאָטער, אַן אָפֿיציר אין דער רויטער אַרמיי — שעמיאַקין; אויך זײַן ערשטער נאָמען, פֿײַזולאַ, האָט מען געביטן אויפֿן רוסישן — מיכאַיִל. ער האָט זיך דערצויגן אין אַ מיליטערישן פּאָלק און שוין בײַ 13 יאָר באַלוינט געוואָרן מיטן אָרדן "רויטער שטערן".

סיבעלי: די געטין פֿון שפֿע
סיבעלי: די געטין פֿון שפֿע
Arkadiy Yagudaev

פֿון 1957 ביזן יאָר 1961 האָט ער זיך געלערנט אין דער לענינגראַדער קונסט־שול בײַם אינסטיטוט פֿון מאָלערײַ, סקולפּטור און אַרכיטעקטור אויף רעפּינס נאָמען. אָבער פֿון דער שול האָט מען אים אויסגעשלאָסן צוליב "עסטעטיש דעמאָראַליזירן די סטודענטן". מ׳האָט אים געצוווּנגענערהייט פֿאַרשפּאַרט אין אַ שפּיטאָל פֿאַר פּסיכיש־קראַנקע און געהיילט פֿון "שיזאָפֿרעניע". אין יאָר 1971 פֿאַרלאָזט ער רוסלאַנד און וווינט אין פּאַריז, דערנאָך אין ניו־יאָרק. נאָך 18 יאָר אימיגראַציע, דערלויבט מען שעמיאַקינען זיך אומצוקערן קיין רוסלאַנד. זינט 2007 וווינט ער אין פּאַריז נישט ווײַט פֿון דער שטאָט שאַטאָ, אין טאָל לאַורע.

די מאָנומענטאַלע סקולפּטורן פֿון שעמיאַקין האָבן פֿאַרנומען אַ בכּבֿודיק אָרט אין די גרעסטע שטעט איבער דער וועלט; און זײַנע בילדער ווערן אויסגעשטעלט אין די גרעסטע מוזייען. אויך אין ישׂראל, אין יד־ושם און אין תּל־אָבֿיבֿער קונסט־מוזיי.

באַרימט איז זײַן מאָנומענט לזכּרון די קרבנות פֿון די "פּאָליטישע רעפּרעסיעס" אין פּעטערבורג אויפֿן ברעג פֿונעם טײַך נעוואַ, אַקוראַט אַנטקעגן דער טרויעריק־באַרימטער טורמע "קרעסטי".

צוויי בראָנדזענע ספֿינקס, ענלעך צו די באַקאַנטע ספֿינקסן, זיך צעלייגט אויף דעם ברעגפּלאַץ "אוניווערסיטעטסקאַיאַ". פֿון דער גאַס זעען די פּנימער פֿון די צוויי מאָנסטערן אויס, ווי שיינע פֿרויען; אָבער ווען מע קוקט אויף זיי פֿונעם טורמע־הויף, זעט מען צוויי אָפּשרעקעוודיקע שאַרבנס.

מיכאַיִל שעמיאַקין באַטאָנט אין זײַן ביאָגראַפֿיע, אַז ער שטאַמט פֿון דער באַרג־עדה קאַבאַרדינער, וואָס ציילט הײַנט אָן אַרום 65 טויזנט נפֿשות. צווישן די פּערזענלעכקייטן פֿון דעם קליינעם פֿאָלק קאָן מען אָנרופֿן די וועלט־באַרימטע דיריגענטן יורי טעמירקאַנאָוו און וואַלערי גערגיִעוו, דעם מאָדעליער פּיער קאַרדען און אַנדערע.

אויף דער אויסשטעלונג אין ניו־יאָרק איז מיכאַיִל שעמיאַקין האַרציק אויפֿגענומען געוואָרן פֿון די אָרטיקע אָנהענגער פֿון זײַן קונסט, וואָס זײַנען באַלוינט געוואָרן מיט זײַן אויטאָגראַף.