קונסט
פֿון יעפֿים טײַבלין (ניו־יאָרק)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
איליאַ רעפּין און זײַן פֿרוי, נאַטאַליאַ נאָרדמאַן

אין אונטערשטן מאַנהעטן, ניו־יאָרק, אין איינער פֿון די עלטסטע סינאַגאָגעס (172 Norfolk Street) האָבן צוויי אַמעריקאַנער קונסט־אָרגאַניזאַציעס אײַנגעאָרדנט אַן אויסשטעלונג פֿון זעלטענע פֿאָטאָגראַפֿיעס, פֿאַרבונדן מיטן לעבן פֿונעם גרויסן רוסישן קינסטלער, איליאַ רעפּין, געבראַכט פֿון רוסישן מוזיי אין סאַנקט־פּעטערבונג. בסך־הכּל, 40 פֿאָטאָגראַפֿיעס, געמאַכט צווישן די יאָרן 1899 און 1930.

איליאַ רעפּין איז געבוירן געוואָרן אין אוקראַיִנע אין 1844 און געשטאָרבן אין פֿינלאַנד, אין 1930. די פֿאָטאָגראַפֿיעס האָט געמאַכט זײַן צווייטע פֿרוי, נאַטאַליאַ נאָרדמאַן. אין 1899 האָט רעפּין געקויפֿט אַן ערד־חלק אינעם דאָרף קואָקאַלאַ, פֿינלאַנד, און דאָרט אויפֿגעבויט אַ דאַטשע, וועלכע איז אַרײַן אין דער געשיכטע פֿון רוסישער קולטור אונטערן נאָמען "פּענאַטי". דאָרטן האָט ער אויסגעלעבט זײַנע לעצטע 30 יאָר. אין 1918 איז פֿינלאַנד געוואָרן אומאָפּהענגיק פֿון רוסלאַנד, איז דאָס דאָרף פֿאַרבליבן אויסער דער רוסישער גרענעץ.

פּערזענלעכקײטן
פֿון יעפֿים טײַבלין (‫אַמעריקע)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

מיר פֿײַערן איצט אַרקאַדי יאַגודאַיעווס 75סטן יוביליי און לייגן פֿאָר אונדזערע לייענער זײַן רעפּאָרטאַזש, געווידמעט זײַנע קאָלעגן, די מענטשן, וואָס זעען די וועלט דורך אַ "דריט אויג"


מע זאָגט, אַז אַ גוטער פֿײַערלעשער קומט צו דער שׂרפֿה מיט אַ האַלבער שעה פֿריִער, איידער דאָס פֿײַער ברעכט אויס. נו, און אַ גוטער פֿאָטאָ־רעפּאָרטער?

מאַטיאַס רוס — דער פֿליִער־אַמאַטאָר פֿון האַמבורג, וואָס האָט געגנבֿעט די סאָוועטישע גרענעץ אויף זײַן ספּאָרטיוון עראָפּלאַן און געלאַנדט אין מאָסקווע, אַקוראַט אויפֿן רויטן פּלאַץ, — איז נאָך געהאַט געפֿלויגן איבער פֿינלאַנד, ווען אַרקאַדי יאַגודאַיעוו, מיט זײַן שוואַכן פֿאָטאָ־אַפּאַראַטל "זעניט" האָט שוין ווי אַרויסגעקוקט אויף אים, דרייענדיק זיך לעבן דעם קלויסטער פֿון "וואַסילי בלאַזשעני".

טעאַטער
סצענע פֿון דער פֿאָרשטעלונג "די גליקן־זוכער"
אין ניו־יאָרק ווערט איצט דורכגעפֿירט דער פֿעסטיוואַל פֿון רוסישער קולטור, אָרגאַניזירט דורכן "רוסיש־אַמעריקאַנער פֿאָנד", אין שפּיץ מיט מאַרינאַ קאָוואַליאָוו. אינעם טעאַטער "מילעניום", וואָס געפֿינט זיך אין סאַמע האַרץ פֿון ברײַטאָן, איז אין די ראַמען פֿון דעם פֿעסטיוואַל, געוויזן געוואָרן די פֿאָרשטעלונג פֿונעם געגנטלעכן רוסישן דראַמאַטישן טעאַטער "גליקן־זוכער". דאָס איז איינער פֿון די עלטסטע רוסישע טעאַטערס, געגרינדעט אין יאָר 1883 אין דער שטאָט בלאַגאָוועשטשענסק, אויפֿן ווײַט־מיזרחדיקן טײַך אַמור.

קונסט
פֿון יעפֿים טײַבלין (ניו־יאָרק)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
מיכאַיִל שעמיאַקין

אין דער באַקאַנטסטער אין ניו־יאָרק קונסט־גאַלעריע MiMi Ferzt Gallery איז דערעפֿנט געוואָרן די אויסשטעלונג "שעמיאַקין און סאַנקט־פּעטערבורג", אויף וועלכער עס זײַנען אַרויסגעשטעלט געוואָרן די סקולפּטורן, בילדער און פֿאָטאָגראַפֿיעס, געמאַכט פֿונעם סקולפּטאָר און מאָלער מיכאַיִל שעמיאַקין. כּמעט אַלע זײַנען ווערק אויף דער אויסשטעלונג זײַנען פֿאַרבונדן מיט דער רוסישער שטאָט פּעטערבורג.

שעמיאַקין איז געבוירן געוואָרן אין יאָר 1943, אין מאָסקווע. פֿרי געוואָרן אַ יתום, האָט ער זײַן פֿאַמיליע־נאָמען באַקומען פֿונעם שטיף־פֿאָטער, אַן אָפֿיציר אין דער רויטער אַרמיי — שעמיאַקין; אויך זײַן ערשטער נאָמען, פֿײַזולאַ, האָט מען געביטן אויפֿן רוסישן — מיכאַיִל.