טעאַטער
סצענע פֿון דער פֿאָרשטעלונג "די גליקן־זוכער"
סצענע פֿון דער פֿאָרשטעלונג "די גליקן־זוכער"
Credit: Arkadiy Yagudaev
אין ניו־יאָרק ווערט איצט דורכגעפֿירט דער פֿעסטיוואַל פֿון רוסישער קולטור, אָרגאַניזירט דורכן "רוסיש־אַמעריקאַנער פֿאָנד", אין שפּיץ מיט מאַרינאַ קאָוואַליאָוו. אינעם טעאַטער "מילעניום", וואָס געפֿינט זיך אין סאַמע האַרץ פֿון ברײַטאָן, איז אין די ראַמען פֿון דעם פֿעסטיוואַל, געוויזן געוואָרן די פֿאָרשטעלונג פֿונעם געגנטלעכן רוסישן דראַמאַטישן טעאַטער "גליקן־זוכער". דאָס איז איינער פֿון די עלטסטע רוסישע טעאַטערס, געגרינדעט אין יאָר 1883 אין דער שטאָט בלאַגאָוועשטשענסק, אויפֿן ווײַט־מיזרחדיקן טײַך אַמור.

געשפּילט האָט מען אַ מין טעאַטראַלן וואַריאַנט פֿון דעם אַמאָל באַקאַנטן קינאָפֿילם "די גליקן־זוכער", געמאַכט אין סאָוועטן־פֿאַרבאַנד. אייגנטלעך, איז די פֿאָרשטעלונג געווידמעט דעם 75סטן יוביליי זינט דער פֿילם איז אַרויס אויף די עקראַנען און דעם 110טן געבוירן־טאָג פֿונעם גרויסן סאָוועטישן קאָמפּאָזיטאָר איסאַק דונאַיעווסקי. די הויפּט־ראָלע האָט אינעם פֿילם געשפּילט דער באַקאַנטער ייִדישער אַקטיאָר בנימין זוסקין. דעמאָלט אין די 1930ער יאָרן האָט דער פֿילם געמאַכט אַ גרויסן רושם, בפֿרט אַז ער איז געווידמעט געווען דער איבערוואַנדערונג קיין ביראָבידזשאַן. אַ דאַנק די מחברים פֿון דעם פֿילם און אַוודאי דער מוזיק און שפּיל פֿון די אַקטיאָרן, איז "גליקן־זוכער" פֿון אַ פּראָפּאַגאַנדע־פֿילם פֿאַרוואַנדלט געוואָרן אין אַ קונסט־ווערק.

די פֿאָרשטעלונג איז אויך געווידמעט געוואָרן דעם טראַגישן גורל פֿון די באַשאַפֿער פֿונעם פֿילם: בנימין זוסקין איז דערהרגעט געוואָרן אין 1952 פֿון סטאַלינס תּלינים, און דער דראַמאַטורג גריגאָרי קאָבעץ איז צוויי מאָל אַרעסטירט געוואָרן און אומגעקומען בעת דער מלחמה.

פֿאַרשטייט זיך, אַז די אײַנוווינער פֿון ניו־יאָרק האָט די פֿאָרשטעלונג פֿון אַ פּראָווינץ־טעאַטער ווייניק איבערגעראַשט; פֿון דעסטוועגן, איז דער זאַל פֿונעם "מילעניום"־טעאַטער געווען פֿול געפּאַקט און ס'רובֿ פֿון די צושויער זײַנען געווען מענטשן פֿונעם עלטערן דור, וואָס האָבן אַליין איבערגעלעבט יענע שווערע צײַטן, באַגײַסטערט געוואָרן פֿון דונאַיעווסקיס לידער און געדענקען גוט יענעם שוואַרץ־ווײַסן פֿילם.

דער נאָמען אַליין פֿונעם פֿילם און פֿון דער פֿאָרשטעלונג גיט צו פֿאַרשטיין וועגן וואָס גייט דאָ די רייד — ייִדן זוכן פֿאַר זיך אַן אָרט אויף דער וועלט, וווּ זיי וואָלטן געקאָנט אויפֿשטעלן אַן אייגן נאַציאָנאַל לעבן. אַזאַ אָרט האָט צוגעטראַכט סטאַלין און זײַנע באַדינער — ביראָבידזשאַן. דער וועג פֿון ייִדישן נע־ונעד איז בדרך־כּלל געליגן פֿון רוסלאַנד, נישט קיין רוסלאַנד. דאָס מאָל קומען די ייִדן זוכן גליקן פֿון אַמעריקע, פּאַלעסטינע, פֿון פּוילן — פֿון די אַלע לענדער, וווּהין זיי האָבן פֿריִער זיך געלאָזט זוכן גליקן, אָבער קיין ביסל מענטשלעך גליק האָט זיך דאָרט פֿאַר זיי נישט געפֿונען. זײַנען זיי געקומען אינעם אַנדערן עק וועלט: קאָרטשעווען די ביימער אין טײַגע, האָדעווען די קאָמאַרן מיט זייער בלוט, אָפּגעבן קרענקען און פֿאַרגיסן בלוט, אַבי צו בויען אַ נײַ לעבן אינעם לאַנד פֿון "רויטע פֿעלדער".

אַזוי איז געשען אויך מיט די הויפּט־העלדן, מיטגלידער פֿון איין משפּחה, וואָס האָבן פֿאַרלאָזט די ברענענדיקע ערד פֿון פּאַלעסטינע. און אויב אינעם מיטעלן מיזרח האָבן זיי קיין מזל נישט געפֿונען, וועלן זיי עס געוויס אָפּזוכן אין ווײַטן מיזרח. ווער זײַנען זיי? די אַלטע מאַמע דבֿורה (אַנאַ לאַפּטיעוואַ), איר זון ליאָווע (רוסלאַן מאַרקאָוו), די טעכטער ראָזע (מאַרינאַ שטשיאָקינאַ), באַסיע (אָלגאַ וואַסענינאַ) און איר מאַן פּיניע (ראָבערט סאַלאַכאָוו). אַלע אַרבעטן זיי אינעם קאָלכאָז "רויטע פֿעלד" און אַלע געפֿינען זיי סוף־כּל־סוף זייער גליק; ווײַל דאָס לעבן אינעם גרויסן לאַנד פֿון ברודערשאַפֿט, אין שפּיץ מיטן פֿאָטער פֿון אַלע פֿעלקער, מאַכט יעדן גליקלעך דורך דער פֿרײַער מי און יושר.

אין דער פֿאָרשטעלונג זײַנען אויסגענוצט געוואָרן דונאַיעווסקיס לידער, געשאַפֿן צו פֿאַרשידענע פֿילמען און סאָוועטישע אָפּערעטעס; זייער אָרגאַניש האָבן זיך אַרײַנגעפֿלאָכטן אינעם ספּעקטאַקל אויך די טענץ און די גימנאַסטישע געניטונגען, וואָס גיבן איבער דעם יוגנטלעכן אַזאַרט פֿון יענער צײַט, די צײַט פֿון גלויב־פּאַראַדן און דעמאָנסטראַציעס פֿון סאָציאַליסטישער אייניקייט.

ווי אַן אידעאָלאָגישער הינטערגרונט הערט זיך דאָס קול פֿון סטאַלינען און זײַנע באַהעלפֿער וועגן דעם גורל פֿון ביראָבידזשאַן און די סאָוועטישע ייִדן בכלל. אין איינעם פֿון די דיאַלאָגן פֿרעגט סטאַלין אַן עצה בײַ כרושטשאָוון, דעמאָלט דער פּאַרטיייִשער פֿירער פֿון מאָסקווע, וואָס דאַרף מען טאָן, אַז די ייִדן זאָלן פֿאָרן קיין ביראָבידזשאַן? און כרושטשאָוו ענטפֿערט אים מיט אַ חניפֿהדיק שמייכעלע: "מע דאַרף צעטיילן שטיקער אײַזן צווישן די פֿאַבריק־אַרבעטער זיי זאָלן אָנפֿאַלן אויף די ייִדן אין די מאָסקווער הויפֿן, וועלן די ייִדן שוין אַליין אַנטלויפֿן קיין סיביר!" צו דער עצה גיט סטאַלין צו: "גוט וואָלט געווען מע זאָל די ייִדן פֿאַרשיקן אין די פֿאַרשפּאַרטע וואַגאָנען, אַז נאָר אַ העלפֿט פֿון זיי זאָל אָנקומען קיין סיביר".

נאָך די אַלע גליקן האָבן אין ביראָבידזשאַן זיך באַזעצט אין די 1930ער יאָרן 18 טויזנט ייִדן. הײַנט וווינען דאָרט 2 טויזנט ייִדן. באַזונדערס דאַרף באַטאָנט ווערן די שאַפֿערישע אַרבעט פֿונעם רעזשיסאָר, איגאָר אַפֿאַנאַסיעוו, אַליין אַן אײַנוווינער פֿון ניו־יאָרק, איז ער ספּעציעל געפֿאָרן אין דעם ווײַטן אַמורער ראַיאָן אויפֿצופֿירן די פֿאָרשטעלונג. ער האָט עס געטאָן מיט אַזאַרט, געשמאַק און אויף אַ הויכן פּראָפֿעסיאָנעלן ניוואָ.

אינעם קאָמענטאַר צו דער פֿאָרשטעלונג ווערט געזאָגט: "דער גורל פֿון אַ סך סאָוועטישע מענטשן האָט זיך אַרויסגעוויזן זייער אַ טראַגישער, און בכּלל נישט צוליב זייער שולד אָדער דער שולד פֿון זייערע קרובֿים... האַרבע מכּות זײַנען געפֿאַלן אויף די קעפּ פֿון פֿאַרשידענע פֿעלקער: ייִדן, טשעטשענער, קאַלמיקן, אוקראַיִנער, דײַטשן, רוסישע... הײַנט שרײַבט מען שוין וועגן דעם און מע רעדט אָפֿן; מע מאַכט נײַע פֿילמען און מע פֿירט אויף נײַע ספּעקטאַקלען. וויכטיק איז מע זאָל וועגן יענע צײַטן קיין מאָל נישט פֿאַרגעסן..."

פֿון יעפֿים טײַבלין, ניו־יאָרק