‫פֿון רעדאַקציע

בלויז אין די לעצטע פֿינף יאָר זײַנען אין ישׂראל פֿאָרגעקומען געשעענישן, וואָס פֿאַר אַן אַנדער מדינה איבער דער וועלט וואָלט עס געווען גענוג פֿאַר 50 יאָר. קוקט אַליין: צוויי מלחמות — אין לבֿנון און עזה, דאָס צעשמעטערן דעם סירישן נוקלעאַרן אָביעקט, פֿריצײַטיקע וואַלן און דער רעגירונג־בײַט פֿון "קדימה" צום "ליכּוד"; אויב ס'איז ווייניק, האָט איר נאָך די טראַגישע עוואַקואַציע פֿון די ייִדישע ייִשובֿים פֿון עזה, צפֿון־שומרון און די געפֿענקעניש פֿון גלעד שליט.

ישׂראל, פּאָליטיק
פֿון יצחק לודען (‫ישׂראל)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
דער ישׂראלדיקער שוץ־מיניסטער אהוד ברק (לינקס) בײַ דער קאַבינעט־זיצונג, מאָנטיק, וווּ מע האָט געמאָלדן וועגן דער גרינדונג פֿון אַן אומאָפּהענגיקן קאָמיטעט, וואָס זאָל אויספֿאָרשן די טייטלעכע פֿאַלן אויף דער "פֿלאָטיליע" קיין עזה

דער חזון, די וויזיע פֿון דעם נײַעם מיטעלן מיזרח האָט זיך ווידער באַוויזן אויפֿן האָריזאָנט. ניין, דאָס איז נישט יענער ליכטיקער מיטעלער מיזרח, וועלכן דער מדינה־פּרעזידענט שמעון פּערעס האָט געהאַט צוגעזאָגט מיט יאָרן צוריק, נאָכן חתמנען דעם הסכּם פֿון אָסלאָ און פֿאַר דעם מאָרד פֿון יצחק ראַבין. דאָס איז דער נײַער מיטעלער מיזרח, וועלכער איז געוואָרן אָנגעזאָגט דורך דעם רעגירונגס־שעף פֿון טערקײַ, דעם מאַן, וואָס האָט זיך פֿאַרמאָסטן צוריקצוקערן דעם נאָענטן אָריענט אין שויס פֿון דער אָטאָמאַנישער אימפּעריע.

ישׂראל, משפּחה
פֿון שׂרה־רחל שעכטער (‫אַמעריקע)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
אַ חנעוודיק געסעלע אין צפֿת

מיר איז תּמיד אַ פֿאַרגעניגן צו פֿאָרן קיין ישׂראל, נישט בלויז ווײַל ס׳גיט מיר אַ געלעגנהייט צו פֿאַרבעסערן מײַן העברעיִש, נאָר אויך ווײַל איך באַקען זיך בעסער מיט די ישׂראלדיקע אײַנוווינער, וואָס איז שווער צו באַקומען פֿון דער אַלגעמיינער ישׂראלדיקער פּרעסע.

דאָס מאָל האָבן מײַן מאַן, לייבל, און איך געהאַט אַ גאָלדענע געלעגנהייט זיך נעענטער צו באַקענען מיט אונדזערע חרדישע קרובֿים, בעת אַ צוויי־וואָכיקער וואַקאַציע אין דער ייִדישער מדינה, לכּבֿוד דער חתונה פֿון אונדזער פּלימעניק (מײַן שוועסטער, איידלס זון), משה־לייב.

טעאַטער
סצענע פֿון דער פֿאָרשטעלונג "די גליקן־זוכער"
אין ניו־יאָרק ווערט איצט דורכגעפֿירט דער פֿעסטיוואַל פֿון רוסישער קולטור, אָרגאַניזירט דורכן "רוסיש־אַמעריקאַנער פֿאָנד", אין שפּיץ מיט מאַרינאַ קאָוואַליאָוו. אינעם טעאַטער "מילעניום", וואָס געפֿינט זיך אין סאַמע האַרץ פֿון ברײַטאָן, איז אין די ראַמען פֿון דעם פֿעסטיוואַל, געוויזן געוואָרן די פֿאָרשטעלונג פֿונעם געגנטלעכן רוסישן דראַמאַטישן טעאַטער "גליקן־זוכער". דאָס איז איינער פֿון די עלטסטע רוסישע טעאַטערס, געגרינדעט אין יאָר 1883 אין דער שטאָט בלאַגאָוועשטשענסק, אויפֿן ווײַט־מיזרחדיקן טײַך אַמור.

ליטעראַטור
פֿון מיכאל קרוטיקאָוו (ען־אַרבאָר)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

K. E. Fleming.
Greece: 
A Jewish History.
Princeton University Press, 2008

די געשיכטע פֿון ייִדן אין גריכנלאַנד געהערט ניט צו דעם הויפּטשטראָם פֿון דער ייִדישער געשיכטע, הגם אייניקע ייִדישע קהילות אין הײַנטיקן גריכנלאַנד זײַנען די סאַמע אַלטע אין אייראָפּע. און הגם ייִדן האָבן זיך באַזעצט אין גריכנלאַנד נאָך פֿאַרן חורבן פֿונעם צווייטן בית־המקדש, איז דער באַגריף פֿון "גריכישע ייִדן" גאָר אַ נײַע דערשײַנונג. דאָס רובֿ ייִדן, וואָס האָבן אַ מאָל געלעבט אויף דער טעריטאָריע, וואָס געהערט הײַנט צו גריכנלאַנד, האָבן גאָר ניט צו טאָן מיט גריכן.

פֿונעם אייביקן קוואַל

די הײַנטיקע פּרשה הייבט זיך אָן מיט די הלכות פֿון פּרה־אַדומה — דאָס אַש פֿון אַ רויטער קו, מיט וועלכן די כּהנים פֿלעגן אָפּרייניקן נאָך אַ קאָנטאַקט מיט אַ טויטן.

כּדי דורכצופֿירן דעם ריטואַל, האָט מען קודם געמוזט געפֿינען אַ ריין־רויטע קו, וואָס האָט קיינמאָל נישט געטראָגן קיין יאָך, צו שעכטן זי און צו פֿאַרברענען מחוץ דעם הר-הבית, אויסצומישן דאָס אַש מיט קוואַל־וואַסער און אַנדערע ספּעציעלע מאַטעריאַלן.

פֿון אונדזער פֿאָלקלאָר־אוצר
‫צונויפֿגעשטעלט פֿון איציק גאָטעסמאַן
פּראָפֿ׳ דבֿ נוי

אין 2011 וועט מען קענען אָפּמערקן דאָס 30סטע יאָר זינט ס׳איז דערשינען דאָס קלאַסישע רעפֿערענץ־ווערק אויף ענגליש "ענציקלאָפּעדיאַ יודאַיִקאַ". אַ צווייטע אויסגאַבע האָט מען אַרויסגעגעבן אין 2006, וווּ אַ סך פֿון די פּאָזיציעס זענען באַאַרבעט, אָבער אין תּוך איז דאָס ווערק געבליבן דאָס זעלבע. די פּאָזיציע "פֿאָלקלאָר" האָט אָנגעשריבן פּראָפֿ׳ דבֿ נוי פֿון העברעיִשן אוניווערסיטעט, וועלכער איז מער ווי אַ האַלב יאָרהונדערט צווישן די חשובֿסטע ייִדישע פֿאָלקלאָריסטן אויף דער וועלט. ער איז געבוירן געוואָרן אין קאָלאָמיי, מיזרח־גאַליציע, אין 1922, און עולה געווען קיין ישׂראל אין 1938. נוי האָט מחבר געווען אָדער רעדאַקטירט צענדליקער ביכער און האָט באַקומען דעם "פּרס ישׂראל" אין 2004.

רעליגיע, געשיכטע
פֿון יואל מאַטוועיעוו (‫אַמעריקע)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
די גרויסע שיל אין פֿאַלטיטשען

זונטיק פֿאַראַכטאָגן, דעם 6טן יוני, איז אינעם בראָנקסער "שלום־עליכם־צענטער" פֿאָרגעקומען אַ לעקציע פֿון עליע מאָזעסאָן, אַ סטודענט פֿונעם קאָלומביע־אוניווערסיטעט, אויף דער טעמע "ייִדיש און מיסטיציזם". דער לעקטאָר האָט דערציילט וועגן אַזעלכע פּאָפּולערע ספֿרים אויף ייִדיש, ווי "קבֿ הישר" און "נחלת־צבֿי", וואָס זענען פֿול מיט מיסטישע מעשׂיות פֿונעם זוהר און אַנדערע קבלה־ענינים, ווי אויך וועגן חסידישע שפּראַך־טעאָריעס, לויט וועלכע ייִדיש איז אַ הייליקע אָדער האַלב־הייליקע שפּראַך, אַזוי ווי דער תּלמודישער אַראַמיש, וואָס איז אויך אַמאָל געווען דאָס מאַמע־לשון פֿאַר אַ סך ייִדן,

װעלט פֿון ייִדיש
‫צונויפֿגעשטעלט פֿון איציק גאָטעסמאַן

איך אַרבעט אינעם "אינסטיטוט פֿון פּאָליטישע און עטנאָ-נאַציאָנאַלע פֿאָרשונגען אויפֿן נאָמען פֿון איוואַן קוראַס" בײַ דער "נאַציאָנאַלער אַקאַדעמיע פֿון וויסנשאַפֿט אין אוקראַיִנע", אינעם אָפּטייל פֿון ייִדישער געשיכטע און קולטור, וואָס איז געשאַפֿן געוואָרן אין 1992. דאָס איז דער איינציקער וויסנשאַפֿטלעכער אַקאַדעמישער אַנשטאַלט אין לאַנד, וואָס פֿאַרנעמט זיך אויף אַ הויכן וויסנשאַפֿטלעכן ניוואָ מיט דער ייִדישער פּראָבלעמאַטיק.

טעאַטער
פֿון פּעסיע פּאָרטנוי (‫ישׂראל)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
ליִאַ קעניג

געדאַרפֿט האָט מען אפֿשר אַ פֿוטבאָל־סטאַדיאָן, כּדי אַרײַנצונעמען דעם ריזיקן עולם וואָס איז געקומען יענעם פֿרימאָרגן צו דער אונטערנעמונג לכּבֿוד ליִאַ קעניג. ס’האָט נאָך נישט געהאַט באַוויזן צו פֿאַרלאָזן דעם זאַל דער עולם פֿון דער פֿאָרשטעלונג אויף עלף אַ זייגער בײַ טאָג, ווען ס’זײַנען שוין אָנגעקומען די יעניקע וואָס האָבן געהאַט בילעטן אויף צוויי אַ זייגער; דער קעגנזײַטיקער מענטשן־שטראָם האָט בלאָקירט יעדן דורכגאַנג און ס’האָט נאָך גענומען אַ היפּש שטיקל צײַט ביז די מענטשן וואָס האָבן זיך געריסן אַרײַנצוגיין, האָבן דערגרייכט זייער ציל און די וואָס האָבן געזוכט דעם אַרויסגאַנג, האָבן סוף־כּל־סוף דערזען די גאַס.

פֿון מרים שמולעוויטש־האָפֿמאַן (‫אַמעריקע)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

לאָמיך זיך אָקאָרשט דערמאָנען. איך האָב די טעג איבערגעלייענט אַן אַרטיקעלע אין דער "ניו־יאָרק טײַמס", וואָס ס׳האָט מחבר געווען דייוויד ברוקס, און עס אָנגערופֿן "גיזערס" — "אַלטוואַרג", הייסט עס. האָט ער מיט דעם אין מיר אָנגערירט אַן אָנגעצויגענע סטרונע. דאָס אַרטיקעלע איז דערשינען דעם 2טן פֿעברואַר אונדזער צײַט־רעכענונג. כ׳ווייס נישט, צי איך האָב זיך אַרײַנגעפּאַסט אין דער קאַטעגאָריע; כ׳בין אָבער אויפֿן דרך צו דער בין־השמשות זאָנע (Twilight Zone) פֿון וואַנען קיין בריוועלע איז נאָך נישט אָנגעקומען, און קיין טעלעגראַמע האָט נאָך קיינער פֿון דאָרטן נישט באַקומען.