|
פּראָפֿ׳ דבֿ נוי |
Credit: Elena Comens |
אין 2011 וועט מען קענען אָפּמערקן דאָס 30סטע יאָר זינט ס׳איז דערשינען דאָס קלאַסישע רעפֿערענץ־ווערק אויף ענגליש "ענציקלאָפּעדיאַ יודאַיִקאַ". אַ צווייטע אויסגאַבע האָט מען אַרויסגעגעבן אין 2006, וווּ אַ סך פֿון די פּאָזיציעס זענען באַאַרבעט, אָבער אין תּוך איז דאָס ווערק געבליבן דאָס זעלבע. די פּאָזיציע "פֿאָלקלאָר" האָט אָנגעשריבן פּראָפֿ׳ דבֿ נוי פֿון העברעיִשן אוניווערסיטעט, וועלכער איז מער ווי אַ האַלב יאָרהונדערט צווישן די חשובֿסטע ייִדישע פֿאָלקלאָריסטן אויף דער וועלט. ער איז געבוירן געוואָרן אין קאָלאָמיי, מיזרח־גאַליציע, אין 1922, און עולה געווען קיין ישׂראל אין 1938. נוי האָט מחבר געווען אָדער רעדאַקטירט צענדליקער ביכער און האָט באַקומען דעם "פּרס ישׂראל" אין 2004.
פֿאָלקלאָריסטן האָבן תּמיד געהאַט אַ סך אַ שווערערע צײַט צו דעפֿינירן וואָס זיי טוען אין דער אַקאַדעמישער וועלט, ווי אַנדערע. ווען מע פֿרעגט אַ זאָאָלאָג, וואָס ער שטודירט, קען ער פּשוט ענטפֿערן — "חיות", דער באָטאַניקער קען ענטפֿערן "געוויקסן", דער היסטאָריקער — "געשיכטע"; אָבער ווען דער פֿאָלקלאָריסט וועט ענטפֿערן — "פֿאָלקלאָר" — וועט דאָס תּיכּף אַרויסרופֿן אַ צווייטע שאלה — וואָס איז פֿאָלקלאָר? און קיין פּשוטער ענטפֿער אויף דער פֿראַגע איז נישטאָ.
דער ספּעציעלער אינטערעס זײַנער אין פֿאָלקס־מעשׂיות ווערט אָפּגעשפּיגלט אין זײַן אַרטיקל אין דער "ענציקלאָפּעדיאַ יודאַיִקאַ". פּראָפֿ׳ נוי שרײַבט דאָרטן, אַז "מע קען דעפֿינירן ייִדישן פֿאָלקלאָר ווי די שאַפֿערישע, גײַסטיקע און קולטורעלע ירושה פֿונעם ייִדישן פֿאָלק, וואָס ווערט איבערגעגעבן, דער עיקר, בעל־פּה, אין די פֿאַרשיידענע ייִדישע עדות. דער פּראָצעס פֿון בעל־פּהיִשער טראַנסמיסיע איז פֿאָרגעקומען זײַט בײַ זײַט מיט דער אַנטוויקלונג פֿון דער נאָרמאַטיווער, געשריבענער ליטעראַטור."
אויף דרײַ ברייטע קאַטעגאָריעס צעטיילט נוי די מאַטעריאַלן פֿון ייִדישן פֿאָלקלאָר לויט דעם אופֿן פֿון טראַנסמיסיע: "קלאַנג/בעל־פּה" נעמט אַרײַן די פאָלקס־ליטעראַטור און פֿאָלקמוזיק; "וויזועל" דעקט פֿאָלקקונסט, קליידער, און אַנדערע געשאַפֿענע זאַכן; "קאָגיטאַטיוו" נעמט אַרײַן פֿאָלקסגלייבענישן און מינהגים. בעת אַ יום־טובֿ, גיט ער אַ משל, קען מען געפֿינען פֿאָלקלאָר פֿון אַלע דרײַ מינים. פּסח האָט מען די מינהגים, די לידער און אַגדות בײַם לייענען די הגדה, און אליהו־הנבֿיאס כּוס.
פּראָפֿ׳ נוי שרײַבט אויך, אַז דעם פֿאָלקלאָר פֿון די שכנותדיקע פֿעלקער פֿון די ייִדן, האָט דאָס ייִדישע פֿאָלק "אַסימילירט", און דורך פֿאַרגלײַכיקע שטודיעס פֿונעם פֿאָלקלאָר "קען מען פֿאַרשטיין דעם אייגנאַרטיקן כאַראַקטער פֿון דער ייִדישער פֿאָלקסטראַדיציע". מע דאַרף געדענקען, אַז געוויסע וויסנשאַפֿטלער פֿון אַמאָל האָבן אין גאַנצן געלייקנט, אַז די ייִדן האָבן בכלל אַן אייגענעם פֿאָלקלאָר, און געהאַלטן, אַז זייער פֿאָלקלאָר באַשטייט פּשוט פֿונעם נישט־ייִדישן פֿאָלקלאָר מיט אַ דריי דאָ, און אַ קנייטש דאָרט. נויס אַרטיקל הייבט אַרויס די ספּעציפֿישקייט פֿונעם ייִדישן פֿאָלקלאָר בפֿרט פֿון דער ערשטער קאַטעגאָריע, "קלאַנג־ און בעל־פּעהיִשע טראַנסמיסיע".
דער געדאַנק, אַז פֿאָלקלאָר און די "אָפֿיציעלע רעליגיע" אָדער קולטור עקזיסטירן צוזאַמען איז אַ ניצלעכער, אָבער נישט אַלע קענען דאָס פֿאַרשטיין אָדער אָננעמען. אָפֿט רופֿן זיך אָן ייִדן ווען מע לייענט פֿאָלקמעשׂיות, מיט אַזוינע קאָנסטאַטירונגען וואָס זיי האָבן געהערט אין שיל צי אין שול, אַז "די ייִדן גלייבן נישט אין גיהנום" אָדער "מיר האָבן נישט קיין טײַוול". איך ענטפֿער געוויינטלעך, אַז טייל ייִדן גלייבן יאָ, און טייל נישט. מע דאַרף נאָר אַ בלעטער טאָן אינעם מיטל־עלטערישן "ספֿר חסידים" צו באַנעמען, אַז די וועלט פֿון די ערשטע אַשכּנזישע רבנים איז געווען פֿול מיט רוחות און שדים. איך האָב אַפֿילו געגעבן אַ הײַנטצײַטיקן משל פֿאַר מײַנע סטודענטן אין טעקסאַס, אַז אינעם "חב״ד־הויז" לעבן קאַמפּוס גלייבט נישט די רביצין אין רוחות, אָבער דער רבֿ, יאָ. ער האָט קיין רוחות נישט געזען פֿאַר די אויגן, אָבער ער האָט געהאַלטן, אַז אויב זײַנע פֿרומע זיידעס און עלטער־זיידעס האָבן געגלייבט אין רוחות און שדים, וועט ער אויך גלייבן אין זיי...
ווען ער שרײַבט וועגן פֿאָלקסלידער בײַ ייִדן, שרײַבט דבֿ נוי "מאָדערנע פּאַלעסטינער און ישׂראלדיקע פֿאָלקסלידער לעבן נאָך אין ייִדישן פֿאָלקלאָר. דער חורבן האָט טראַגיש אָפּגעשניטן דאָס פֿאָלקסליד אויף ייִדיש, וואָס איז געוואָרן אַ טעמע פֿאַר סאָציאַל־היסטאָרישע, לינגוויסטישע און פֿאָלקלאָריסטישע שטודיעס, אָבער עקזיסטירט שוין מער נישט ווי אַ לעבעדיקע טראַדיציע". מיר דאַכט, אַז אַ ייִד, בפֿרט אַ ייִדישער פֿאָלקלאָריסט, דאַרף זײַן זייער אָפּגעהיט ווען מע רעדט וועגן דעם, צי אַ טראַדיציע לעבט נאָך. וואָס געפֿעלט מיר דווקא אין דער שטודיע פֿון פֿאָלקלאָר איז, אַז אַפֿילו איין מענטש קען ממשיך זײַן אַ טראַדיציע. אויב אַ זינגער זיצט לעבן אײַך און זינגט אַן אַלטע באַלאַדע, קען מען דאָך נישט זאָגן, אַז דאָס ליד און די טראַדיציע איז אויסגעשטאָרבן! אמת, מע פֿליקט מער נישט קיין פֿעדערן בשעת מע זינגט, מע מערעזשעט נישט קיין זאָקן, מע אַרבעט מער נישט אין שנײַדער־וואַרשטאַט, אָבער דאָס געזאַנג אויף ייִדיש ווערט פֿאָרגעשטעלט און לעבט אין נײַע קאָנטעקסטן. ווער רעדט שוין, אַז אין דער חסידישער טראַדיציע לעבט נאָך דאָס פֿאָלקסליד אינעם קאָנטעקסט פֿון אַ קהילה, אין איין געגנט, ווי אַ מאָל. בײַ די חסידים שאַפֿט מען נײַע פֿאָלקסלידער וואָס מע קען זיי נישט אַוועקמאַכן מיט דער האַנט.
פֿון דעסטוועגן איז דבֿ נויס עסיי אין דער "ענציקלאָפּעדיאַ יודאַיִקאַ" נאָך אַלץ דער בעסטער אַרײַנפֿיר צום פֿעלד פֿון פֿאָלקלאָר, און מע דאַרף אין אים גוט אַרײַנקוקן און שטודירן.