‫פֿון רעדאַקציע

בלויז אין די לעצטע פֿינף יאָר זײַנען אין ישׂראל פֿאָרגעקומען געשעענישן, וואָס פֿאַר אַן אַנדער מדינה איבער דער וועלט וואָלט עס געווען גענוג פֿאַר 50 יאָר. קוקט אַליין: צוויי מלחמות — אין לבֿנון און עזה, דאָס צעשמעטערן דעם סירישן נוקלעאַרן אָביעקט, פֿריצײַטיקע וואַלן און דער רעגירונג־בײַט פֿון "קדימה" צום "ליכּוד"; אויב ס'איז ווייניק, האָט איר נאָך די טראַגישע עוואַקואַציע פֿון די ייִדישע ייִשובֿים פֿון עזה, צפֿון־שומרון און די געפֿענקעניש פֿון גלעד שליט. און נאָך איין אָנשיקעניש — דער הוראַגאַן פֿון שׂינאה צו ישׂראל נעמט ערשט אָן כּוח נאָך דער פּראָוואָקאַציע פֿון דער "כאַמאַס־פֿלאָטיליע"...

צי געפֿינט זיך דען צײַט בײַ דער רעגירונג זיך אָפּצוגעבן מיטן לייזן די לעבנס־פּראָבלעמען פֿון פּשוטע בירגער? מיר מיינען דאָ די נאָכווייענישן פֿון די ערשט־דערמאָנטע געשעענישן — דאָס אײַנאָרדענען די עוואַקויִרטע קאָלאָניסטן פֿון גוש־קטיף און צפֿון־שומרון.

די וואָך איז פֿאַרעפֿנטלעכט געוואָרן דער באַריכט פֿון דער מלוכה־קאָמיסיע, וואָס האָט קאָנטראָלירט די אַרבעט פֿון דער רעגירונג לטובֿת די געוועזענע קאָלאָניסטן פֿון די עוואַקויִרטע ראַיאָנען אין יאָר 2005. דער פֿאָרזיצער פֿון דער קאָמיסיע, געוועזענער ריכטער אליהו מצא, האָט באַטאָנט, אַז דער מלוכה האָט זיך נישט אײַנגעגעבן צו לייזן די פּראָבלעמען מיטן אײַנאָרדענען ס'רובֿ קאָלאָניסטן אין דער געזעלשאַפֿט. די אַדמיניסטראַטיווע פֿאַרוואַלטונג, וואָס האָט זיך אָפּגעגעבן מיט דער פֿראַגע מוז טאַקע טראָגן דאָס אַחריות פֿאַר איר אומגעלומפּערטער אַרבעט, אָבער פֿון דער אַנדערער זײַט, האָט זי נישט געהאַט קיין גענוגנדיקע רעגוליר־מיטלען די דאָזיקע פּראָבלעמען צו לייזן.

אַנדערש געזאָגט, די מלוכה האָט געשאַפֿן אַן אינסטיטוציע פֿון ביוראָקראַטן, וואָס האָבן נישט קיין ממשותדיקע פֿינאַנץ־מעגלעכקייט עפּעס דורכצופֿירן. אַזוי, למשל, זײַנען נישט געדעקט געוואָרן די אויסגאַבן צו בויען געזעלשאַפֿטלעכע און וווין־בנינים. דעריבער איז דורכגעפֿאַלן דער פּראָיעקט פֿון שאַפֿן אַן אינפֿראַסטרוקטור, וואָס זאָל דינען די נײַ־אויפֿגעבויעטע ייִשובֿים. ביזן הײַנטיקן טאָג מוזן די געוועזענע קאָלאָניסטן לעבן אין די אַזוי גערופֿענע "קאַראַוואַן"־שטיבלעך. אַגבֿ, צו דעקן די הוצאָות פֿאַר אַזאַ צײַטווײַליקער וווינונג קומט אויס דער מלוכה אַ סך טײַערער.

נאָך שווערער ווערט געלייזט די פּראָבלעם פֿון אײַנאָרדענען די מענטשן אויף אַרבעט. די אַרבעטלאָזיקייט צווישן די עוואַקויִרטע קאָלאָניסטן איז צוויי מאָל העכער, ווי די אַרבעטלאָזיקייט איבערן גאַנצן לאַנד. עס ווערט אינעם באַריכט אָבער אָנגעוויזן, אַז נישט אַלע פּראָבלעמען גיט זיך אײַן צו לייזן צוליב דעם, וואָס די קאָלאָניסטן אַליין זײַנען אין דעם שולדיק; זיי ווילן נישט מיטאַרבעטן מיט דער מלוכה.

צוריק גערעדט, וואָלט די טראַגעדיע מיט די אײַנוווינער פֿון גוש־קטיף און צפֿון־שומרון געדאַרפֿט אָנלערנען צו פֿאַרהיטן סײַ די באַפֿעלקערונג און סײַ די רעגירער פֿון ווײַטערדיקע אומאַחריותדיקע באַשלוסן, אָנגענומען לטובֿת פּאָליטישע אָדער פּאַרטיייִשע אינטערעסן.

ישׂראל איז בפֿירוש אַ לאַנד, וואָס געפֿינט זיך שטענדיק אינעם קלעם פֿון פֿרעמדן ווילן און דראַנג. ביז אַהער האָבן די ישׂראל־רעגירונגען געמוזט יעדעס מאָל זיך אומקוקן און זוכן אַ פּשרה צווישן דעם דראַנג פֿון דער וועלט און אייגענע אינטערעסן; אַזאַ נאָכגעביקע פּאָליטיק האָט געבראַכט דערצו, וואָס די אייגענע אינטערעסן פֿון ישׂראל זײַנען אַלץ מער און מער געבליבן ליגן צעפּלעטשט אונטערן פּרעס פֿון פֿרעמדע אינטערעסן. הײַנט איז דער מצבֿ דערגאַנגען דערצו, אַז וווּ אַ רעגירונג אין דער וועלט, אָדער אַן אינטערנאַציאָנאַלע אינסטיטוציע און אַפֿילו סתּם אַ באַוועגונג וווּ נישט איז, בתוכם טעראָריסטישע, קאָן אָנווײַזן ישׂראל ווי אַזוי זיך אויפֿצופֿירן און ווי אַזוי צו באַשטימען איר לעבן ווײַטער.

די אַלע פּראָבלעמען — אינערלעכע און אויסערלעכע — קומען פֿאָר, קודם־כּל, צוליב דעם פֿאַרגליווערטן אופֿן פֿון אָננעמען באַשלוסן, האַלטן זיך בײַ אַלטע סטערעאָטיפּן פֿון אָפּגעהאַלטענע נצחונות, און נישט האָבן קיין קלאָרע וויזיע פֿון די אָנגייענדיקע פּראָצעסן אַרום ישׂראל און אין דער וועלט.