- English Forward
- Archive אַרכיוו
-
Multimedia
מולטימעדעאַ
- ווידעאָ־קאַנאַל Forverts Video Channel
- „פֿאָרווערטס‟־קול Forverts Voice
- ירושלים, ישׂראל Jerusalem, Israel
- פּאַריז, פֿראַנקרײַך Paris, France
- וואַרשע, פּוילן Warsaw, Poland
- מאָסקווע, רוסלאַנד Moscow, Russia
- בוענאָס־אײַרעס, אַרגענטינע Buenos-Aires, Argentina
- מעלבורן, אויסטראַליע Melbourne, Australia
- לאָס־אַנדזשעלעס, פֿ״ש Los Angeles, US
- אַרכיוו פֿון „פֿאָרווערטס‟־שעה Archive of the Forward Hour
- Store קראָם
-
Blogs
בלאָגס
- פֿרעגט אַן עצה בײַ ד״ר בערגער Dr. Berger Answers Your Health Questions
- דורך ריקיס אויגן Through Riki's Eyes
- ווײַטער Vayter
- נײַעס פֿאַר בני־בית No Place Like Home
- אידיש מיט אן „א‟ Yiddish with an Aleph
- טאָג בײַ טאָג (ייִדיש־קאַלענדאַר) Day by Day (Yiddish Calendar)
- שיין בייקער אין שיין־שאָו Shane Baker in The Sheyn Show
- עונג־שבת Oyneg Shabes
- פּענשאַפֿט Penshaft
- ראָש־חודש מיט ר׳ ליפּא Rosh Chodesh With Reb Lipa
- אוצרות פֿון „פֿאָרווערטס”־אַרכיוו Treasures From the Forverts' Archive
- פֿאַרגעסן און ווידער געדרוקט Forgotten, and Now - Republished
- ייִדישע שרײַבער דערציילן Yiddish Writers Speak
-
Sections
אָפּטיילן
- עדיטאָריאַל Editorial
- ישׂראל, מיטל־מיזרח Israel, Middle East
- פּאָליטיק Politics
- מענטשן און געשעענישן Feature Stories
- פּובליציסטיק Opinion
- קהילה Community
- ייִדיש־וועלט Yiddish World
- אַנטיסעמיטיזם Anti-Semitism
- רוחניות Spirituality
- געשיכטע History
- ליטעראַטור Literature
- קונסט און קולטור Arts & Culture
- אין אָנדענק In Memory
- טשיקאַוועסן Out of the Ordinary
- Home אַהיים
|
מיר איז תּמיד אַ פֿאַרגעניגן צו פֿאָרן קיין ישׂראל, נישט בלויז ווײַל ס׳גיט מיר אַ געלעגנהייט צו פֿאַרבעסערן מײַן העברעיִש, נאָר אויך ווײַל איך באַקען זיך בעסער מיט די ישׂראלדיקע אײַנוווינער, וואָס איז שווער צו באַקומען פֿון דער אַלגעמיינער ישׂראלדיקער פּרעסע. דאָס מאָל האָבן מײַן מאַן, לייבל, און איך געהאַט אַ גאָלדענע געלעגנהייט זיך נעענטער צו באַקענען מיט אונדזערע חרדישע קרובֿים, בעת אַ צוויי־וואָכיקער וואַקאַציע אין דער ייִדישער מדינה, לכּבֿוד דער חתונה פֿון אונדזער פּלימעניק (מײַן שוועסטער, איידלס זון), משה־לייב. צו ערשט, זענען מיר געפֿאָרן אין בית־וגן, אַ חרדישע געגנט אין דרום־מערבֿ ירושלים, וווּ עס פֿלעג וווינען לייבלס מומע חנה (זײַן טאַטנס שוועסטער) ביז זי איז ניפֿטר געוואָרן מיט פֿופֿצן יאָר צוריק. מיט דער מומען איז אַן אינטערעסאַנטע געשיכטע. געבוירן און דערצויגן אין אַ פֿרומער משפּחה אין ווילנע, האָט זי, פֿאַר דער צווייטער וועלט־מלחמה, צו 24 יאָר, עולה געווען קיין ארץ־ישׂראל. (אין יענע צײַטן האָבן פֿרומע מיידלעך דאָס זעלטן געטאָן אַליין). נאָכן באַזעצן זיך אין ירושלים, האָט זי חתונה געהאַט מיט אַן אָנגעזעענעם רבֿ און דערצויגן צוויי קינדער. אַ דאַנק איר קוראַזש צו עמיגרירן קיין ישׂראל, האָט זי זיך געראַטעוועט פֿונעם חורבן. איר ברודער מרדכי (לייבלס טאַטע), וועלכער איז אַנטציקט געוואָרן פֿונעם קאָמוניזם און אַוועק קיין רוסלאַנד, האָט זיך דערבײַ אויך געראַטעוועט. אָבער די אַנדערע משפּחה־מיטגלידער — טאַטע־מאַמע, די שוועסטער און די דרײַ אַנדערע ברידער זענען געבליבן אין ווילנע, און זענען אַלע אומגעקומען פֿון די דײַטשן. לעצטנס, האָט לייבל געפֿונען אַ האַנט־געשריבענע קאָרעספּאָנדענץ פֿון די 1930ער און 1940ער יאָרן, צווישן חנה און איר טאַטן און שוועסטער־ברידער — אַ טייל אויף ייִדיש, און די אַנדערע אויף העברעיִש, אָנגעשריבן מיט אַ גאָטספֿאָרכטיקן חן. יעדער בריוו איז געווען דאַטירט לויטן ייִדישן יאָר און דער פּרשה פֿון דער וואָך, און אָנגעפּיקעוועט מיט ווינטשעוואַניעס פֿאַר געזונט און הצלחה. איז אונדז אײַנגעפֿאַלן, אַז אפֿשר וואָלטן חנהס קינדער, וועלכע זענען הײַנט ביידע אין די זעכציקער, געווען פֿאַראינטערעסירט צו זען די בריוו. מיר האָבן אָבער נישט געוווּסט ווי אַזוי זיי וועלן עס אויפֿנעמען, צוליב דעם חרם פֿון רבינו גרשום קעגן לייענען פֿרעמדע בריוו, וואָס פֿרומע ייִדן נעמען זייער ערנסט ביזן הײַנטיקן טאָג.
מיר זענען אָנגעקומען אין בית־וגן און געזען ווי פֿרומע קינדער לויפֿן איבער די גאַסן און אין פּאַרק, און ווי די טיכל־באַדעקטע מאַמעס זיצן אויף די בענק און שמועסן. בעת מיר האָבן געזוכט דעם אַדרעס פֿון הויז, איז אַ מיידל פֿון אַ 12 יאָר צוגעקומען צו אונדז און געפֿרעגט צי מיר דאַרפֿן הילף. האָב איך איר געוויזן דעם אַדרעס און זי האָט אונדז געוויזן וווּ עס איז. ס׳איז מיר געווען אַ חידוש, וואָס אַזאַ יונג מיידל האָט זיך אָנגעבאָטן אונדז צו העלפֿן, ווײַל ס׳רובֿ קינדער אין אירע יאָרן וואָלטן עס נישט געטאָן. אפֿשר איז עס בײַ איר געווען אַ נאַטירלעכער אויסדרוק פֿון כּיבוד אָבֿ ואם (דאָס אַרויסווײַזן כּבֿוד פֿאַרן עלטערן דור), אָדער פּשוט אַ געלעגנהייט צו טאָן חסד; ווי עס זאָל נישט זײַן, איז עס מיר שטאַרק געפֿעלן געוואָרן. מיר זענען אָנגעקומען אין דער דירה, וווּ חנהס זון (לייבלס קוזין), זײַן פֿרוי, און זײַן שוועסטער האָבן אונדז וואַרעם אויפֿגענומען, נישט געקוקט אויף דעם וואָס לייבל טראָגט נישט קיין באָרד און פּאות. ווען מיר האָבן זיי דערציילט וועגן די בריוו, זענען זיי דווקא געווען זייער נײַגעריק צו הערן וואָס עס שטייט דאָרט געשריבן, האָב איך פֿאַר זיי אויסגעטײַטשט די ייִדישע בריוו, און זיי אונדז — די העברעיִשע. אין איין בריוו שרײַבט חנהס טאַטע, וועלכער האָט געהאַנדלט מיט ארץ־ישׂראלדיקע אתרוגים, בײַ וועמען זי זאָל אָפּקויפֿן די אתרוגים, און וואָס פֿאַר אַ פּרײַז צו רעכענען בײַם פֿאַרקויפֿן זיי. אין אַ צווייטן בריוו, דערציילט חנה וועגן איר אַרבעט ווי אַ מנהלת אין אַ מיידל־שול אין ירושלים.
בײַם געזעגענען זיך, האָבן לייבלס קוזינען אים באַדאַנקט וואָס ער האָט געוויזן זיי די בריוו, און געבעטן, אַז ער זאָל זיי שיקן קאָפּיעס פֿון די אַנדערע. מיט עטלעכע טעג שפּעטער, זענען לייבל און איך געפֿאָרן צו מײַנע קרובֿים אין צפֿת, לכּבֿוד אונדזער פּלימעניקס אויפֿרוף — דער אַשכּנזישער מינהג, אין וועלכן דער חתן ווערט אַרויפֿגערופֿן צו דער תּורה אינעם שבת פֿאַר דער חתונה. ווען מיר זענען אַרײַן צו מײַן שוועסטער, איידל, אין שטוב — אַ 200־יאָריק שטיינערן הויז וואָס געפֿינט זיך אינעם קינסטלערישן קוואַרטאַל פֿון דער אַלטער שטאָט — האָבן מיר דערזען ליגן אויפֿן טיש בערך אַ טוץ טאָרטן פֿון פֿאַרשיידענע מינים. צוויי פֿון איידלס טעכטער, די 16־יאָריקע מרים־רייזל און 13־יאָריקע נחמהלע, אין איינעם מיט זייער תּימנער, ייִדיש־רעדנדיקער חבֿרטע, חיה, האָבן געשניטן די טאָרטן און אויסגעלייגט די רעפֿטלעך אויף די טאַצן.
די טאָרטן זענען אָבער נישט געקומען פֿון קיין בעקערײַ. דאָס האָבן איידלס גוטע פֿרײַנד געבאַקן בײַ זיך אין שטוב לכּבֿוד דעם אויפֿרוף. אַזוי פֿלעג זיך טאַקע פֿירן אין די שטעטלעך פֿון מיזרח־אייראָפּע; די שכנטעס פֿלעגן צוגרייטן דאָס עסן. "צי קאָנען אָבער נישט געוויסע געסט חושד זײַן דאָס כּשרות פֿונעם געבעקס?", האָב איך איידלען געפֿרעגט. קיין משגיח האָט דאָך נישט געהאַלטן קיין אויג בשעת מע האָט זיי געמאַכט. האָט איידל דערקלערט, אַז אין זייער קהילה, געטרויט מען דער גאַסטגעבערין צו וויסן אויף וועמען מע קען זיך פֿאַרלאָזן וואָס שייך דער שטרענגקייט פֿון כּשרות אין שטוב. שבת אין דער פֿרי האָט מען אין אַ קינדער־וועגעלע געפֿירט די אײַנגעוויקלטע טאַצן געבעקסן און אַ גרויסן טאָפּ הייסן וועגעטאַרישן טשאָלנט איבער די שמאָלע, ברוקירטע געסלעך פֿון צפֿת, און געהיט אַז די קעץ, וואָס לויפֿן אַרום אומעטום, זאָלן זיך נישט צורירן צו דעם. נאָך משה־לייבס עליה אין שיל, ווען די פֿרויען און מיידלעך האָבן פֿון דער ווײַבער־שיל אים באַוואָרפֿן מיט צוקערלעך, בין איך מיט מײַנע שוועסטער און פּלימעניצעס געגאַנגען אין צווייטן צימער, צוצוגרייטן דעם קידוש: אויסלייגן אויף די געדעקטע טישן דאָס געבעקס, הערינג, סאַלאַטן, פּלעצעלעך, און אָנפֿילן אין שיסלען דעם הייסן טשאָלנט. בײַם קידוש, אַזוי ווי בײַם דאַווענען, זענען די מענער געווען אָפּגעזינדערט פֿון די פֿרויען. מײַן שוועסטער גיטל און איך זענען געווען די איינציקע חתונה־געהאַטע, בײַ וועמען די האָר האָבן אַרויסגעשטעקט פֿון אונדזערע היטלעך. די אַנדערע פֿרויען האָבן געטראָגן שייטלען אָדער עלעגאַנטע טיכלעך. זיי האָבן אונדז וואַרעם אויפֿגענומען, געוווּנטשן פֿאַרשידענע ברכות, בדרך־כּלל אויף ענגליש. פֿאַר וואָס אויף ענגליש? במשך פֿון די לעצטע 30 יאָר איז צפֿת געוואָרן ממש אַן ענגליש־רעדנדיקע שטאָט, צוליב דער גרויסער צאָל אַמעריקאַנער, ענגלישע און אויסטראַלישע בעלי־תּשובֿה און גרים, וועלכע האָבן זיך דאָרט באַזעצט. אַזוי ווי בײַ די אַנדערע ישׂראלדיקע קהילות פֿון ענגליש־רעדנדיקע עולים ווי, למשל, בית־שמש און אפֿרת, רעדן אַ סך פֿון די פּאָרפֿעלקער ענגליש נישט בלויז צווישן זיך, נאָר אויך מיט זייערע קינדער. מאָנטיק אויף דער נאַכט איז פֿאָרגעקומען די חתונה, אין ירושלים. צווישן די געסט זענען אויך געווען קינדער, קראַנק אויף ראַק — אַ באַווײַז פֿונעם מסירת־נפֿשדיקן כאַראַקטער פֿונעם חתן. יאָרן לאַנג גייט משה־לייב מבֿקר־חולה זײַן קראַנקע קינדער אין שפּיטאָל, וווּ ער זשאָנגלירט פֿאַר זיי, דערציילט זיי וויצן און גיט זיי ווערטער פֿון חיזוק. די כּתובה, וואָס מע האָט איבערגעלייענט אונטער דער חופּה, האָט אויך אַרויסגערופֿן באַוווּנדערונג. דאָס האָט איידל — אַ גראַדואַנטקע פֿון דער "פּאַרסאָנס" קונסטשול אין ניו־יאָרק — אַליין אָנגעשריבן און אילוסטרירט. בײַ דער סעודה זענען די מענער און פֿרויען געזעסן באַזונדער, פֿאַרשטייט זיך, און דאָס טאַנצן איז געווען זייער לעבעדיק אויף ביידע זײַטן פֿון דער מחיצה. די קלעזמאָרים האָבן געשפּילט די געוויינטלעכע חתונה־מעלאָדיעס, אָבער נאָענט צום סוף האָבן זיי מיט אַ מאָל גענומען שפּילן עפּעס וואָס האָט מיר שטאַרק געקלונגען ווי אַמעריקאַנער ראָק־לידער. אַ פֿאַרחידושטע האָב איך נאָכגעפֿרעגט בײַ מײַן שוועסטער, צי שפּילט מען טאַקע אַזוינע לידער בײַ די חרדישע חתונות. האָט איידל זיך צעלאַכט. "עטלעכע פֿון די קלעזמאָרים זענען בעלי־תּשובֿה, האָבן זיי, ווײַזט אויס, באַשלאָסן אַרײַנצוברענגען מעלאָדיעס פֿון זייער פֿאַרגאַנגענהייט," האָט זי דערקלערט. און ווי האָבן די חרדישע געסט רעאַגירט אויף דער פֿרעמדער מוזיק? אָדער זיי האָבן בכלל נישט באַמערקט דעם אונטערשייד, אָדער זיי האָבן זיך סתּם געמאַכט נישט־וויסנדיק. בעת די מוזיקער האָבן געריסן די סטרונעס פֿון זייערע גיטאַרן מיט דער טומלדיקער ראָק־מוזיק, האָבן די שוואַרץ־און־ווײַס־געקליידטע געסט פֿון אַכט ביז אַכציק יאָר לעבעדיק ממשיך געווען די אַלטע, ייִדישע שׂימחה־טענץ. "ניפֿתּר"... וווּSubmitted by sandler on Fri, 2010-06-18 18:17.
"ניפֿתּר"... וווּ איז דער רעדאַקטאָר? איז ער "ניפֿטר" געוואָרן?... און פֿאַרוואָס זענען די אונטערשריפֿטן פֿאַרטוישט? |