ליטעראַטור

K. E. Fleming.
Greece: 
A Jewish History.
Princeton University Press, 2008

די געשיכטע פֿון ייִדן אין גריכנלאַנד געהערט ניט צו דעם הויפּטשטראָם פֿון דער ייִדישער געשיכטע, הגם אייניקע ייִדישע קהילות אין הײַנטיקן גריכנלאַנד זײַנען די סאַמע אַלטע אין אייראָפּע. און הגם ייִדן האָבן זיך באַזעצט אין גריכנלאַנד נאָך פֿאַרן חורבן פֿונעם צווייטן בית־המקדש, איז דער באַגריף פֿון "גריכישע ייִדן" גאָר אַ נײַע דערשײַנונג. דאָס רובֿ ייִדן, וואָס האָבן אַ מאָל געלעבט אויף דער טעריטאָריע, וואָס געהערט הײַנט צו גריכנלאַנד, האָבן גאָר ניט צו טאָן מיט גריכן.

דאָס רובֿ פֿון די גריכישע ייִדן זײַנען געווען ספֿרדים, וואָס האָבן באַקומען אַ מקום־מיקלט אין דער אַמאָליקער אָטאָמאַנישער אימפּעריע נאָכן גירוש־ספֿרד אין 1492. ייִדן פֿון דרום־איטאַליע האָבן באַוווינט די גריכישע אינדזלען, וואָס האָבן אַ מאָל געהערט צו דער ווענעציאַנישער רעפּובליק. עס זײַנען דאָ אויך אַשכּנזים, וואָס זײַנען געקומען פֿון דײַטשישע לענדער אין מיטלאַלטער און פֿון מיזרח־אייראָפּע אינעם 19טן יאָרהונדערט. און בלויז איין עדה, די ראָמאַניאָטן, שטאַמט טאַקע פֿונעם אַמאָליקן ביזאַנטישן (רוימישן) מלכות, ווי עס זאָגט עדות זייער נאָמען.

ווי עס דערקלערט פּראָפֿעסאָר קאַטערינאַ פֿלעמינג, איז דער הײַנטיקער אַלגעמיינער באַגריף "גריכישע ייִדן" אַ פּראָדוקט פֿון ייִדישער עמיגראַציע, דער עיקר קיין ישׂראל און אַמעריקע. ערשט אין אויסלאַנד האָט זיך געשאַפֿן די נײַע גריכיש־ייִדישע אידענטיטעט, באַגלייט מיט נאָסטאַלגיע נאָכן שיינעם גריכישן היימלאַנד. די איראָניע באַשטייט אין דעם, וואָס כּל־זמן די ספֿרדים האָבן געלעבט אין גריכנלאַנד, האָבן זיי געבענקט נאָך דעם פֿאַרלוירענעם אַלטן שפּאַנישן היימלאַנד. איצט בענקען זיי נאָך דעם פֿאַרלוירענעם גריכנלאַנד.

דאָס בוך "גריכנלאַנד׃ אַ ייִדישע געשיכטע" איז אַ פּרוּוו אָנצושרײַבן אַ געשיכטע פֿון דער מאָדערנער גריכישער מלוכה פֿונעם שטאַנדפּונקט פֿון דער ייִדישער מינאָריטעט. אַזאַ מין צוגאַנג דערמעגלעכט צו באַטראַכטן קריטיש די אָפֿיציעלע, נאַציאָנאַליסטישע געשיכטע. אינעם פֿאַל פֿון גריכנלאַנד באַקומט זיך אַ באַזונדערס אינטערעסאַנטער רעזולטאַט.

די מאָדערנע גריכישע מלוכה איז אַנטשטאַנען צווישן 1821 און 1947 ווי אַ פּועל־יוצא פֿון אַ ריי אויפֿשטאַנדן און מלחמות, וואָס די גריכן האָבן געפֿירט קעגן טערקײַ און אַנדערע שכנים. בלויז אַ קליינע צאָל ייִדן אין די דאָזיקע טיילן פֿון די באַלקאַנען האָבן גערעדט גריכיש און געשטיצט דעם גריכישן קאַמף. דאָס רובֿ ייִדן, קודם־כּל, די גרעסטע סאַלאָניקער קהילה, איז געשטאַנען אויפֿן צד פֿון די טערקן. זיי זײַנען געווען דאַנקבאַר דעם אָטאָמאַנישן סולטאַן פֿאַר דעם, וואָס ער האָט זיי אויפֿגענומען נאָכן גירוש־ספֿרד.

אונטער דער טערקישער שליטה האָט די סאַלאָניקער קהילה באַקומען אַ ברייטע אויטאָנאָמיע, און די ייִדן זײַנען געווען די אמתדיקע באַלעבאַטים פֿון דער רײַכער פּאָרט־שטאָט. די "באַפֿרײַונג" פֿון סאַלאָניקי דורך דער גריכישער אַרמיי אין 1912 האָבן די דאָזיקע ייִדן אויפֿגענומען ווי אַ מפּלה. פֿון זייער צד האָבן די גריכן ניט געהאַט קיין צוטרוי צו ייִדן און געהאַלטן זיי פֿאַר פֿרעמדע. נאָך דעם גרויסן גריכישן גירוש פֿון טערקײַ אין 1921—1922, איז די שטאָט פֿאַרפֿלייצט געוואָרן מיט די גריכישע פּליטים, און די פּראָפּאָרץ פֿון ייִדן איז שטאַרק געפֿאַלן.

אָבער די גרעסטע קאַטאַסטראָפֿע איז באַפֿאַלן די גריכישע ייִדן בעת דער צווייטער וועלט־מלחמה, ווען כּמעט די גאַנצע ייִדישע באַפֿעלקערונג איז דעפּאָרטירט געוואָרן קיין אוישוויץ. די, וואָס האָבן איבערגעלעבט די מלחמה, זײַנען גלײַך אַרײַנגעפֿאַלן אין סאַמע ברען פֿונעם בירגער־קריג צווישן די קאָמוניסטן און דער קעניגלעכער רעגירונג. אַ סך ייִדן האָבן זיך געהאַלטן נענטער דווקא צו די קאָמוניסטן און דעם סאָוועטן־פֿאַרבאַנד, איידער צו דעם גריכישן מלכות, וואָס איז געווען ניט בכּוח צו פֿאַרטיידיקן זיי פֿונעם חורבן.

לויט אַ געהיימען אָפּמאַך צווישן ישׂראל און דער גריכישער רעגירונג האָבן די גריכישע ייִדן באַקומען אַ מעגלעכקייט צו מאַכן עליה, און אַזוי אַרום האָבן דאָס רובֿ פֿון זיי פֿאַרלאָזט גריכנלאַנד. די ייִדן זײַנען געווען אַ טייל פֿון דער גרויסער עמיגראַציע פֿון גריכנלאַנד, וואָס האָט זיך אָנגעהויבן אינעם 19טן יאָרהונדערט. דער לעצטער טייל פֿונעם בוך באַהאַנדלט די געשיכטע פֿון גריכישע ייִדן מחוץ גריכנלאַנד, אָנהייבנדיק פֿונעם סאַמע טראַגישן אָרט, אוישוויץ.

דאָס בוך "גריכנלאַנד׃ אַ ייִדישע געשיכטע" האָט אַ סך מעלות׃ אַ לעבעדיקער סטיל, אינטערעסאַנטע פֿאַקטן, קלאָרע קאָמפּאָזיציע. גאַנץ אָריגינעל איז דער צוגאַנג פֿון דער מחברין צו דעם ענין. זי שרײַבט אַ געשיכטע פֿון גריכנלאַנד פֿונעם ייִדישן שטאַנדפּונקט. דאָס מאָדערנע גריכנלאַנד, ווי כּמעט אַלע נײַע נאַציאָנאַלע מלוכות, האָט אַ פּראָבלעמאַטישע געשיכטע, וואָס די אָפֿיציעלע פּראָפּאַגאַנדע פּרוּווט צו פֿאַרגלעטן. די אידענטיפֿיקאַציע פֿון גריכנטום מיט קריסטנטום שליסט די ייִדן און מוסולמענער אויס פֿון דער גריכישער געשיכטע, הגם די ייִדן האָבן געלעבט אין גריכנלאַנד זינט דעם אַלטערטום און געשפּילט אַ וויכטיקע ראָלע אין דער אַנטוויקלונג פֿונעם לאַנד.

דער אויפֿקום פֿון דער מאָדערנער גריכישער מלוכה האָט אַ צאָל פּאַראַלעלן מיטן אויפֿקום פֿון מדינת־ישׂראל. ביידע פֿעלקער פֿאַרמאָגן אַ רײַכן עבֿר און אַ שטאַרקן נאַציאָנאַל־רעליגיעזן מיטאָס, וואָס זיי נוצן אויס צוליב פּאָליטישע צוועקן. ביידע מלוכות זײַנען אַנטשטאַנען אויף דער טעריטאָריע פֿון דער אַמאָליקער אָטאָמאַנישער אימפּעריע, און האָבן געפֿירט בלוטיקע מלחמות קעגן מוסולמענער פֿאַר זייער אומאָפּהענגיקייט. אין ביידע פֿאַלן שפּילט דער באַגריף פֿון גלות אַ וויכטיקע ראָלע סײַ אין דער אידעאָלאָגיע און סײַ אין דער פּראַקטישער פּאָליטיק. אַ היפּשע צאָל פֿון די ישׂראלדיקע און גריכישע פּאָליטיקער, בפֿרט אין די פֿריִערדיקע תּקופֿות, זײַנען געבוירן געוואָרן מחוץ זייער "היסטאָרישן" היימלאַנד און האָבן זיך "אומגעקערט אַהיים", כּדי צו בויען אַ נאַציאָנאַלע מלוכה.

אָבער ניט געקוקט אויף אָט די אַלע ענלעכקייטן איז גריכנלאַנד שיִער ניט דאָס סאַמע אַנטיסעמיטישע און אַנטי־ישׂראלדיקע לאַנד אין אייראָפּע. דאָס איז אַ רעטעניש, וואָס די מחברין פֿונעם בוך לאָזט דעם לייענער צו ברעכן זיך דעם קאָפּ איבער דעם.