|
ליִאַ קעניג |
|
געדאַרפֿט האָט מען אפֿשר אַ פֿוטבאָל־סטאַדיאָן, כּדי אַרײַנצונעמען דעם ריזיקן עולם וואָס איז געקומען יענעם פֿרימאָרגן צו דער אונטערנעמונג לכּבֿוד ליִאַ קעניג. ס’האָט נאָך נישט געהאַט באַוויזן צו פֿאַרלאָזן דעם זאַל דער עולם פֿון דער פֿאָרשטעלונג אויף עלף אַ זייגער בײַ טאָג, ווען ס’זײַנען שוין אָנגעקומען די יעניקע וואָס האָבן געהאַט בילעטן אויף צוויי אַ זייגער; דער קעגנזײַטיקער מענטשן־שטראָם האָט בלאָקירט יעדן דורכגאַנג און ס’האָט נאָך גענומען אַ היפּש שטיקל צײַט ביז די מענטשן וואָס האָבן זיך געריסן אַרײַנצוגיין, האָבן דערגרייכט זייער ציל און די וואָס האָבן געזוכט דעם אַרויסגאַנג, האָבן סוף־כּל־סוף דערזען די גאַס.
50 יאָר האָט עס בסך־הכּל גענומען ליִאַ קעניגן זאָל זוכה זײַן צו דעם. ניין, ס’איז גראַדע נישט אין גאַנצן אַזוי, ווײַל ליִאַ קעניג האָט אין משך פֿון אָט די יאָרן יאָ באַקומען אַלע וועזנטלעכע פּרײַזן וואָס ווערן צוגעטיילט אַן אַקטריסע פֿון איר פֿאַרנעם: דעם "פּרס־ישׂראל" (ישׂראל־פּרײַז) אין יאָר 1987; דאָס איז דער אָנערקענונגס־פּרײַז וואָס די מדינה פֿאַרטיילט אירע אויסדערוויילטע זין און טעכטער פֿאַר זייערע אויפֿטוען אויף אַלע געביטן פֿון לעבן — וויסנשאַפֿטלעכע, געזעלשאַפֿטלעכע, קינסטלערישע. אין 2008 — כּבֿוד־דאָקטאָר פֿון תּל־אָבֿיבֿער אוניווערסיטעט איבער אירע ווירטואָזע בינע־אויפֿטוען. דעם זעלבן טאָג וואָס דער "הבימה"־טעאַטער האָט דורכגעפֿירט די פֿײַערונג האָט זי אויך באַקומען דעם טיטל כּבֿוד־דאָקטאָר פֿון דעם בר־אילן־אוניווערסיטעט. אָט די צוויי גלײַכצײַטיקע אָנערקענונגס־אויסדרוקן האָבן געפֿירט יענעם פֿרימאָרגן צו דער עקספּלאָזיע — ווי קאָן מען עס אָנרופֿן אַנדערש — ווי אַן אויסדרוק פֿון פֿאָלקס־פֿאַרערונג צו דער אייגנאַרטיקער בינע־פּערזענלעכקייט.
אַ געבוירענע אין לאָדזש בײַ עלטערן־אַקטיאָרן, קאָן מען באַצייכענען אַן אינטערעסאַנטן שטריך פֿון ליִאַס ביאָגראַפֿיע: נישט דער פֿאָטער, יוסף קאַמיען, אַן אַקטיאָר פֿון דער לעגענדאַרער "ווילנער טרופּע", וואָס האָט אײַנגעפֿירט די קינסטלערישע דימענסיע פֿון ייִדישן טעאַטער; אויך נישט די מוטער, דינה קעניג, אַקטריסע פֿון ייִדיש־מלוכישן טעאַטער פֿון בוקאַרעשט, האָבן נישט געעצהט זייער טאָכטער זיך אָפּצוגעבן מיט טעאַטער. בלויז דער שרײַבער און רעזשיסאָר צבֿי סטאָפּלער, מיט וועמען ליִאַ האָט חתונה געהאַט צו 17 יאָר, האָט דער ערשטער אַנטפּלעקט דעם טאַלאַנט פֿון זײַן יונגער פֿרוי און געוואָרן אויפֿן גאַנצן לעבן איר אָנשפּאַר און סטימול אָנצוהייבן איר טעאַטער־קאַריערע.
דאָס פּאָרל קעניג־סטאָפּלער איז אָנגעקומען קיין ישׂראל אין 1961 מיט אַ באַדײַטנדיקן טעאַטער־באַגאַזש, וואָס ליִאַ האָט מיטגעבראַכט פֿון אירע אויפֿטריטן אין ייִדישן מלוכה־טעאַטער אין בוקאַרעשט, צווישן זיי: די טיטל־ראָלע אין "דער טאָגבוך פֿון אַנאַ פֿראַנק" אין 1957, פֿאַר וועלכן זי האָט באַקומען אַן אויסצייכענונג פֿון רומענישן קולטור־מיניסטעריום.
נישט געקוקט אויף די פֿילצאָליקע פֿאָרשלאָגן וואָס ליִאַ האָט באַקומען צו שפּילן ייִדיש־טעאַטער אין ישׂראל, האָט זי באַשלאָסן זיך צו לערנען העברעיִש, כּדי צו ווערן אַן אינטעגראַלער טייל פֿונעם העברעיִשן טעאַטער. אין 1962 באַקומט ליִאַ די געלעגנהייט וואָס מ’טאָר זי נישט אָפּוואַרפֿן: דער נאַציאָנאַלער טעאַטער "הבימה" לייגט פֿאָר דער נײַער עולה, די איינציקע פֿרויען־ראָלע, חווה, אין אַ נײַער העברעיִשער פּיעסע "בראשית", פֿון אַהרון מגד (מעגעד).
ווי מע זאָגט אין די וווּנדער־מעשׂיות פֿון האָליוווּד: "און די רעשט איז היסטאָריע", איז דאָס געווען ליִאַ קעניגס היסטאָרישער אָנהייב אין "הבימה"־טעאַטער. זי איז אָבער נישט פֿאַרוואַנדלט געוואָרן איבער נאַכט אין דעם "סטאַר", וואָס דער גורל האָט געהאַט באַשטימט פֿאַר איר. ביז דער סענסאַציאָנעלער אַנטפּלעקונג אירער האָט זי אָנטייל גענומען אין קלענערע רעפּערטואַר־ראָלעס. מע מוז אָבער באַצייכענען, אַז זי האָט אויך דעמאָלט אויפֿגעפֿירט די טיטל־ראָלע אין "מוטער קוראַזש" פֿון בערטאָלד ברעכט, ווי אויך די פֿרויען־ראָלע אין "די בענקלעך" פֿון עוזשין יאָנעסקאָ. פֿון צײַט צו צײַט פֿלעגט זי אויפֿטרעטן מיט אַ ייִדיש־רעפּערטואַר, וואָס איר מאַן צבֿי סטאָפּלער האָט צוגעגרייט פֿאַר איר, אונטער זײַן אָנפֿירונג.
ליִאַס ווענדעפּונקט איז געווען פֿון 1980 און ווײַטער. הלל מיטלפּונקט האָט ספּעציעל פֿאַר איר געשאַפֿן "דעם וואַרשעווער טוריסטן־וועגווײַזער", וווּ אין דער ראָלע פֿון "מאַגדאַ" ווײַזט זי אַרויס וווּנדער.
אין 1998 האָט זי פֿאַרלוירן איר לעבנס־באַגלייטער צבֿי סטאָפּלער. ליִאַ קעניג האַלט אויף וואַרעם און אויף אייביק איר מאַנס אָנדענק.
אין 1999 האָט ליִאַ באַקומען דעם פּרײַז פֿאַר איר לעבנסווערק. זי איז טעטיק און פֿרוכטבאַר אין איר קינסטלערישן וועג און זעצט פֿאָר מיט איר אָנערקענטן זעלטענעם טאַלאַנט איר לעבן אין טעאַטער.