איך אַרבעט אינעם "אינסטיטוט פֿון פּאָליטישע און עטנאָ-נאַציאָנאַלע פֿאָרשונגען אויפֿן נאָמען פֿון איוואַן קוראַס" בײַ דער "נאַציאָנאַלער אַקאַדעמיע פֿון וויסנשאַפֿט אין אוקראַיִנע", אינעם אָפּטייל פֿון ייִדישער געשיכטע און קולטור, וואָס איז געשאַפֿן געוואָרן אין 1992. דאָס איז דער איינציקער וויסנשאַפֿטלעכער אַקאַדעמישער אַנשטאַלט אין לאַנד, וואָס פֿאַרנעמט זיך אויף אַ הויכן וויסנשאַפֿטלעכן ניוואָ מיט דער ייִדישער פּראָבלעמאַטיק. דער אָפּטייל איז אַ יורש פֿונעם אַמאָליקן "קאַבינעט פֿון ייִדישער קולטור", וואָס זײַן אָנפֿירער איז געווען דער באַוווּסטער פֿילאָלאָג-ייִדישיסט עלי ספּיוואַק. דער קאַבינעט האָט עקזיסטירט אונטער פֿאַרשיידענע נעמען, פֿאַר דער צווייטער וועלט־מלחמה און אַ קורצע צײַט נאָך דער מלחמה. אין יאָר 1949 האָט דער סטאַלין־רעזשים אים ליקווידירט.
נאָכן טויט פֿונעם אַקאַדעמיקער איוואַן קוראַס, דער גרינדער פֿונעם אינסטיטוט, איז זײַן שטעלפֿאַרטרעטער, יורי לעווענעץ, געוואָרן דער דירעקטאָר. אין 2008, האָט מען באַשלאָסן דורכצופֿירן אַ "רעאָרגאַניזאַציע", פֿאַנאַנדערצולאָזן דעם ייִדישן אָפּטייל, און שאַפֿן אַ נײַעם אָפּטייל — "דער אָפּטייל פֿון טעאָריע און געשיכטע פֿון פּאָליטישער וויסנשאַפֿט". די אַרבעטער פֿונעם ייִדישן אָפּטייל האָט מען אַריבערגעפֿירט אין אַ "צענטער פֿון ייִדישער געשיכטע און קולטור". די אַרבעטער זײַנען חושד, אַז דאָס אַלץ האָט מען אײַנגעפֿירט, כּדי צו ליקווידירן די ייִדישע פֿאָרשונגען.
אין מײַ 2010 איז פֿאָרגעקומען אַן אַטעסטאַציע, אַ פּראָצעדור פֿון דעפֿינירן די קוואַליפֿיקאַציעס, פֿון די אַרבעטער. מיר האָט מען געזאָגט, אַז איך בין ניט אַטעסטירט (דאָס הייסט, מיר אָפּגעזאָגט פֿון דער אַרבעט), ווײַל מײַנע פּובליקאַציעס און וויסנשאַפֿטלעכע אַרבעט (איך האָב געאַרבעט איבער דער ייִדישער פּראָבלעמאַטיק און ייִדישער שפּראַך) פּאַסן זיך ניט אַרײַן אין דער ספּעציאַליזאַציע און פּראָפֿיל פֿונעם אינסטיטוט, וואָס פֿאַרנעמט זיך מיט פּאָליטאָלאָגיע (פּאָליטישע וויסנשאַפֿט). די פֿאָרשונגען וועגן נאַציאָנאַליטעטן טויגן שוין נישט! נעמענדיק אין אַכט, אַז דער נאָמען פֿון דעם אַנשטאַלט איז "אינסטיטוט פֿון פּאָליטישע און עטנאָ-נאַציאָנאַלע פֿאָרשונגען", איז דאָס פּשוט אַן אַבסורד! "מיר פֿאַרנעמען זיך ניט מיט קולטוראָלאָגיע" — האָט געזאָגט דער שטעלפֿאַרטרעטער בײַם דירעקטאָר פֿונעם אינסטיטוט, אַלעקסאַנדר מײַבאָראָדאַ, אַרײַנקוקנדיק אין מײַן באַריכט.
אויך אַזעלכע טענות האָט באַקומען מײַן קאָלעגע, ד״ר אָלעג בערענשטיין, אַ באַוווּסטער ספּעציאַליסט אין אַרכיוו-פֿאָרשונגען, ייִדישער סטאַטיסטיק און דעמאָגראַפֿיע. ד״ר בערענשטיין אַרבעט שוין יאָרנלאַנג אין אינסטיטוט. ווען מע האָט "רעאָרגאַניזירט" דעם ייִדישן אָפּטייל, האָט ער דאָס קריטיקירט און האָט פֿאַרגלײַכט די הײַנטיקע געשעענישן מיט די רעפּרעסיעס קעגן דער ייִדישער קולטור אין סטאַלינס צײַטן. צוליב זײַן שטעלונג, זעט אויס, האָט מען אים אָפּגעזאָגט פֿון דער אַרבעט, האַלט אַלעקסאַנדער זאַרעמבאַ, דער געוועזענער פֿאַרוואַלטער פֿונעם ייִדישן אָפּטייל.
די מיטגלידער פֿון דער אַטעסטאַציע-קאָמיסיע האָבן ניט, אַ פּנים, קיין אַנונג וועגן דער געשיכטע און דעם ביטערן גורל פֿון ייִדיש. אָבער דאָס איז ניט דער סאַמע גרעסטער חסרון פֿון דער אַטעסטאַציע-קאָמיסיע. ס’האָט זיך אַרויסגעוויזן, אַז אייניקע פֿון אירע מיטגלידער — וואַלערי סאָלדאַטענקאָ און פֿעליקס רודיטש — האָבן זיך געדרוקט אין די אַנטיסעמיטישע פּובליקאַציעס. אין יאָר 2003 האָט וו. סאָלדאַטענקאָ אָפּגעדרוקט אין דער אַל־אוקראַיִנישער צײַטונג "זערקאַלאָ נעדעלי" ("דער שפּיגל פֿון דער וואָך") אַן אַרטיקל, וווּ ער באַשולדיקט די ייִדן אינעם "האָלאָדאָמאָר", דער סטאַלין־געשאַפֿענער הונגער בעת די יאָרן 1932—1933. זײַן קאָלעגע, פֿ. רודיטש, איז עד־היום אַ מיטאַרבעטער אינעם אַנטיסעמיטישן זשורנאַל "פּערסאָנאַל."
איך האָב זיך באַטייליקט אין פֿאַרשיידענע סעמינאַרן און קאָנפֿערענצן, בתוכם אין די, וואָס זײַנען דורכגעפֿירט געוואָרן פֿונעם אינסטיטוט אַליין. איך האָב צוגעגרייט און שוין אַרויסגעגעבן אַ לערנבוך פֿון ייִדיש — דאָס ערשטע ייִדישע לערנבוך אויף אוקראַיִניש. איך האָב געדרוקט אַרטיקלען אין אוקראַיִנישע וויסנשאַפֿטלעכע אויסגאַבעס. עס איז כּמעט גרייט מײַן מאָנאָגראַפֿיע וועגן די ייִדיש-פּוילישע היסטאָריקער — א. שיפּער, מ. באַלאַבאַן און ע. רינגעלבלום.
איך האַלט, אַז אויב מע קען ניט די ייִדישע שפּראַך איז פֿאַרן פֿאָרשער אוממעגלעך צו פֿאַרשטיין די קולטורעלע, היסטאָרישע און פּאָליטישע פּראָצעסן בנוגע דעם מיזרח־אייראָפּעיִשן ייִד. אַחוץ דעם, געפֿינט זיך ייִדיש אין אַ רשימה פֿון די שפּראַכן, וואָס דאַרפֿן ווערן באַשיצט, לויט אַ דעקלאַראַציע פֿונעם "אייראָפּעיִשן פֿאַרבאַנד" אין 1996. ייִדיש איז אויך געווען אַ הויפּטשפּראַך פֿון פּאָליטישער ליטעראַטור און פּראָפּאַגאַנדע בעתן פֿאַרגאַנגענעם יאָרהונדערט. ס’זײַנען דאָך געבליבן בערג מיט אָריגינעלע מאַטעריאַלן, אומבאַקאַנטע דאָקומענטן אין שײַכות מיט די ייִדן אין אוקראַיִנע, און כּדי זיי אויסצופֿאָרשן, דאַרף מען אַוודאי קענען די שפּראַך.
די באַוווּסטע אוקראַיִנישע היסטאָריקער יאַראָסלאַוו גריצאַק און נאַטאַליאַ יאַקאָווענקאָ הייבן אַרויס די וויכטיקייט פֿון דער קולטור פֿון די נאַציאָנאַלע מינדערהייטן, ווי אַ טייל פֿון דער אוקראַיִנישער קולטור. די אוניווערסיטעטן אין אַנדערע לענדער גרייטן ספּעציעל צו די סטודענטן, זיי זאָלן קענען לייענען כּל-מיני דאָקומענטן אויף ייִדיש פֿאַר זייער פֿאָרשאַרבעט. אין אוקראַיִנע זײַנען פֿאַראַן אַזעלכע מומחים נאָר אין אונדזער אינסטיטוט.
איך און אַנדערע, זײַנען גרייט צו פֿאַרטיידיקן אונדזערע פּאָזיציעס; און אַפֿילו מער, זיך באַמיִען צו שאַפֿן אַ באַזונדערן אינסטיטוט פֿון ייִדישע פֿאָרשונגען אין די ראַמען פֿון דער אוקראַיִנישער אַקאַדעמיע פֿון וויסנשאַפֿט, וואָס זאָל ווערן דער אמתער יורש פֿון די אַמאָליקע ייִדישע וויסנשאַפֿטלעכע אינסטיטוציעס אין אוקראַיִנע אין דער ערשטער העלפֿט פֿונעם 20סטן יאָרהונדערט.
איך האָף, אַז די אוקראַיִנישע, אַמעריקאַנער און אַנדערע אויסלענדישע מיטדענקער, אידעען-חבֿרים וועלן אונדז אין דעם העלפֿן.
אַנאַטאָלי קערזשנער, קיִעוו