ישׂראל, פּאָליטיק
דער ישׂראלדיקער שוץ־מיניסטער אהוד ברק (לינקס) בײַ דער קאַבינעט־זיצונג, מאָנטיק, וווּ מע האָט געמאָלדן וועגן דער גרינדונג פֿון אַן אומאָפּהענגיקן קאָמיטעט, וואָס זאָל אויספֿאָרשן די טייטלעכע פֿאַלן אויף דער "פֿלאָטיליע" קיין עזה
דער ישׂראלדיקער שוץ־מיניסטער אהוד ברק (לינקס) בײַ דער קאַבינעט־זיצונג, מאָנטיק, וווּ מע האָט געמאָלדן וועגן דער גרינדונג פֿון אַן אומאָפּהענגיקן קאָמיטעט, וואָס זאָל אויספֿאָרשן די טייטלעכע פֿאַלן אויף דער "פֿלאָטיליע" קיין עזה
Credit: Getty Images

דער חזון, די וויזיע פֿון דעם נײַעם מיטעלן מיזרח האָט זיך ווידער באַוויזן אויפֿן האָריזאָנט. ניין, דאָס איז נישט יענער ליכטיקער מיטעלער מיזרח, וועלכן דער מדינה־פּרעזידענט שמעון פּערעס האָט געהאַט צוגעזאָגט מיט יאָרן צוריק, נאָכן חתמנען דעם הסכּם פֿון אָסלאָ און פֿאַר דעם מאָרד פֿון יצחק ראַבין. דאָס איז דער נײַער מיטעלער מיזרח, וועלכער איז געוואָרן אָנגעזאָגט דורך דעם רעגירונגס־שעף פֿון טערקײַ, דעם מאַן, וואָס האָט זיך פֿאַרמאָסטן צוריקצוקערן דעם נאָענטן אָריענט אין שויס פֿון דער אָטאָמאַנישער אימפּעריע.

דער גערויש פֿון די "וווּבוזאַלעס", די אַפֿריקאַנישע שופֿרות, און די עקסטאַז־געשרייען אויף די פֿוטבאָל־סטאַדיאָנען פֿון די מאָנדיאַל־פֿאַרמעסטונגען אין דרום־אַפֿריקע, האָבן פֿאַרטומלט דעם אינטערנאַציאָנאַלן גערודער אַרום דער ים־אָפֿענסיווע, דעם פּרוּוו דורכצורײַסן די ישׂראלדיקע בלאָקאַדע אַרום דעם עזה־שטרײַף. פֿאַר דער באַפֿעלקערונג פֿון ישׂראל איז געווען קלאָר ווי דער טאָג, אַז די אָרגאַניזירטע פֿלאָטיליע, וואָס האָט געפֿירט הומאַניטאַרע הילף און פּאָליטישן אויפֿרײַס־שטאָף אונטער דער פֿאָן פֿון טערקײַ, איז געווען אַ באַשײַמפּערלעכע פּראָוואָקאַציע פֿון די טערקישע מאַכט־אָרגאַנען, און אַז אין דער דאָזיקער קורצער, אָבער אַכזריותדיקער קאָנפֿראָנטאַציע פֿון כּוח אויף די אינטערנאַציאָנאַלע וואַסערן מיט דער גרופּע טעראָריסטן, וואָס האָבן זיך געפֿונען אויף דער טערקישער שיף, האָבן מנצח געווען די זעלנער פֿון דער ישׂראלדיקער ים־קאָמאַנדע, צווינגענדיק די שיפֿן צו פֿאַרקערן און אויסצולאָדן די הילף־טראַנספּאָרטן אין דעם ישׂראלדיקן פּאָרט פֿון אשדוד. די טערקן האָבן געליטן 9 הרוגים און צענדליקער פֿאַרוווּנדיקטע, און פֿון דער ישׂראלדיקער "פֿלאָטיליע 13" זײַנען זיבן סאָלדאַטן געוואָרן פֿאַרוווּנדיקט.

די שיפֿן פֿון דעם הומאַניטאַרן פֿלאָט זײַנען, ווי געזאָגט, נישט אַדורכגעלאָזט געוואָרן קיין עזה. די פּרטים זענען אַלעמען באַוווּסט. די דאָזיקע "הומאַניטאַרע מלחמה" אויפֿן ים איז נאָך נישט פֿאַרענדיקט — אין די פּאָרטן פֿון איראַן און פֿון לבֿנון אָרגאַניזירן זיך שוין נײַע פֿלאָטיליעס אַרויסצושווימען אויפֿן וועג קיין עזה און מען דערוואַרט נײַע צוזאַמענשטויסן מיט ישׂראלדיקע קריגס־פֿלאָטיליעס אין די פּרוּוון אַדורכצוברעכן די בלאָקאַדע פֿון עזה.

די ערשטע "הומאַניטאַרע אָפֿענסיווע", אָנגעפֿירט פֿון אַ טערקישער שיף, איז סײַ־ווי געוואָרן אָפּגעשטויסן און די דעמאָנסטראַנטן, אַ געמיש פֿון וואָלאָנטירן פֿון פֿאַרשיידענע לענדער, צווישן זיי, אַ פֿרוי אַ נאָבעל־לאַורעאַט, און אַ צאָל אויפֿריכטיקע קעמפֿער פֿאַר מענטשן־רעכט, ווי אויך אַ גרופּע פֿירנדיקע טעראָריסטן — אַלע זײַנען זיי דעם זעלבן טאָג צוריקגעקערט געוואָרן מיט די לופֿט־וועגן אין זייערע לענדער.

אויבנאויפֿיק, הייסט עס, איז עס געווען אַ ישׂראלדיקער נצחון. אָבער — ווי האָט עס געזאָגט דער אַלטערטימלעכער קעניג פֿון עפּירוס נאָך אַ "געוווּנענער שלאַכט" קעגן די רוימער: — נאָך איין אַזאַ נצחון, און מיר זײַנען פֿאַרלוירן"... "די גאַנצע וועלט" איז אויפֿגעשטאַנען קעגן ישׂראל. דער פּרעמיער נתניהו האָט געמוזט איבעררײַסן זײַן וויזיט אין קאַנאַדע און זיך אײַליק צוריקקערן אין לאַנד, אָפּרופֿנדיק זײַן אָנגעזאָגטע באַגעגעניש מיטן פּרעזידענט אָבאַמאַ אויפֿן אַנדערן טאָג אין ווײַסן הויז אין וואַשינגטאָן. שטורמישע דעמאָנסטראַציעס קעגן ישׂראל זענען אויסגעבראָכן נישט נאָר אין אַלע אַראַבישע און מוסולמענישע לענדער, נאָר אויך איבער דער גאַנצער נישט מוסולמענישער וועלט — פֿון קאַראַקאַס אין ווענעזועלאַ, ביז סעול, די הויפּטשטאָט פֿון דרום־קאָרעע, ווען ס׳איז דאָרט אין דער זעלבער צײַט געווען אויף אַ באַזוך דער פּרעזידענט פֿון ישׂראל, שמעון פּערעס. דער ענין איז גלײַך און דרינגענדיק געבראַכט געוואָרן פֿאַרן זיכערהייט־ראַט און ישׂראל איז געטאַדלט געוואָרן סײַ דאָרט און סײַ אין דער קאָמיסיע פֿאַר אַטאָמישער אַנטוואָפֿענונג — מיט דער צושטימונג פֿון אַמעריקע. אין לאַנד האָט די פּרעסע אויסגעאיבט אַ האַרבע קריטיק קעגן דער קורצזיכטיקער פּאָליטיק און דער שלימזלדיקער אומבאַהאָלפֿנקייט פֿון דער רעגירונג, וועלכע קען זיך נישט דעצידירן אין קריטישע מאָמענטן, קעגן דעם אומגעלומפּערטן אינפֿאָרמאַציע־דינסט, וועלכער האָט נישט געוווּסט צו וואָרענען וועגן דער אָנוועזנהייט און כּוונות פֿון טעראָריסטישע "העכט" אויף דער טערקישער שיף און די מעגלעכע פּאָליטישע אויסווירקונגען פֿון אַ צוזאַמענשטויס אויף די אינטערנאַציאָנאַלע וואַסערן אאַז״וו.

צי האָבן אָבער די דעמאָנסטראַנטן אין קאַראַקאַס, אין סעול צי אין שטאָקהאָלם, אין מאָמבײַ אָדער אין טימבוקטו געוווּסט, וווּ ישׂראל געפֿינט זיך און אין וואָס זי ווערט באַשולדיקט? די טערקן ווייסן, זיי הערן יעדן טאָג פֿון זייער מנהיג, דעם נעווראָטישן דעמאַגאָגישן פּרעמיער אַרדאָגאַן און פֿון זײַנע געהילפֿן, אַז ישׂראל הרגעט אָן רחמנות אומשולדיקע פֿרויען און קינדער. פֿון וואַנען האָט ער זיך גענומען, דער דאָזיקער געוואַלדיקער אויפֿברויז קעגן ישׂראל? פֿון וואַנען די כוואַליע פֿון דער אומגעצוימטער שׂינאה, וואָס האָט מיט איין מאָל אָנגעשטעקט און אַרומגעכאַפּט ווי אַ מגיפֿה די גאַנצע וועלט?

אָן ספֿק, איז דאָס געווען אַ גוט געפּלאַנטער פּסיכאָלאָגישער קרײַצצוג. דער טערקישער מנהיג האָט אויסגענוצט פֿאַר זײַנע פּאָליטישע צוועקן דעם געמיש פֿון אַ גאַנצער ריי גינסטיקע אומשטענדן פֿון אמתדיקער נויט און פֿאַרצווייפֿלונג מיט נאַיִוון גלויבן און גוטע הומאַניטאַרע כּוונות. זיי זענען געפֿאַלן אויפֿן באָדן פֿון שקרים און גײַסטיקער פֿינצטערניש, פֿון בלינדן אומוויסן ווי דער שטאַרקסטער מקור פֿון שׂינאה, אויף וועלכער די פּאָליטישע דעמאַגאָגן בויען זייערע דערפֿאָלגן.

אָבער וואָס איז דאָ אַזוינס געשען, וואָס דאָס ראָד פֿונעם גורל האָט זיך אַזוי פּלוצעם איבערגעקערט "מיט דער פּוטער אַראָפּ", אַז "די גאַנצע וועלט" האָט זיך אויפֿגעשטעלט קעגן ישׂראל און האָט פֿאַרוואַנדלט דעם נצחון פֿון דער "פֿלאָטיליע 13" אין אַ שווערער פּאָליטישער מפּלה? האָט זי דאָך, אַזאַ קורצע צײַט נאָך דעם "געלונגענעם דורכפֿאַל" פֿון אונדזער געהיימדינסט אין דובײַ, מיט דער ליקווידאַציע פֿון דעם טעראָריסט מאַבכוך, אַרײַנגעשלעפּט ישׂראל אין אַ פּאָליטישן און דיפּלאָמאַטישן פּלאָנטער, פֿון וועלכן זי קען זיך נישט אַרויספּלאָנטערן, נאָר זי פֿאַרפּלאָנטערט זיך איצט אַלץ מער און מער.

צי דערמאָנט נישט דער דאָזיקער דורכפֿאַל אַן ענלעכן אַרײַנפֿאַל, וואָס איז געשען בעת בנימין נתניהוס ערשטער פּרעמיערשאַפֿט מיט צען יאָר צוריק — ווען דער פּרוּוו צו "ליקווידירן" דעם כאַמאַס־מנהיג כאַלעד מאַשאַל האָט געצוווּנגען ישׂראל אויסצוגעבן דער יאָרדאַנישער מאַכט די געהיימע פֿאָרמול פֿון דעם סם, מיט וועלכן דער מוסד ("מאָסאַד") האָט געפּרוּווט אים אומברענגען, ווי אויך צו באַפֿרײַען אַ צאָל פּאַלעסטינער טעראָריסטן בראָש מיטן העכסטן מנהיג פֿון "כאַמאַס", דעם שייך אַכמעד יאַסין — שוין אָפּגערעדט פֿון דעם אָפּגעראַטעוועטן קרבן, וועלכער זיצט איצט אין דמשׂק און קאָמאַנדעוועט פֿון דאָרט מיטן "כאַמאַס" אין עזה.

אַ סך וואַסער איז שוין זינט דעמאָלט אויסגעטריקנט געוואָרן אין ירדן. ישׂראל איז געוואַקסן צוזאַמען מיט אירע דערפֿאָלגן און דורכפֿאַלן, און האָט זיך אַדורכגעשלײַכט פֿון איין מלחמה אָדער "קריג־אָפּעראַציע" צו דער אַנדערער און פֿון איין שלום־פֿיקציע צו דער אַנדערער, בעת דער שלום גופֿא שטעקט אַלץ אויפֿן אָרט. ישׂראל האָט פֿײַנט צו פֿאַרשפּילן, אָבער זי האָט נאָך מער פֿײַנט צו באַצאָלן דעם פּרײַז פֿונעם דורכפֿאַל און פֿון זײַנע קאָנסעקווענצן.

דער איבערראַשנדיקער נצחון אין דער זעקס־טאָגיקער מלחמה און די אַלע אַנדערע וואָס זײַנען געקומען נאָך איר האָבן באַפֿעסטיקט דעם אַלטן כּלל, אַז אַ זיגערישע מלחמה איז נאָר אַזאַ וואָס ענדיקט זיך מיט אַ געחתמעטן שלום־אָפּמאַך. קיין איינע פֿון די אַלע קלענערע און גרעסערע מלחמות אָדער "קריגס־אָפּעראַציעס" וואָס ישׂראל האָט געפֿירט זינט יוני 1967, האָט זיך נישט פֿאַרענדיקט מיט קיין הסכּם, וואָס זאָל פֿירן צו אַ שלום — דאַקעגן האָבן זיי כּמעט אַלע זיך פֿאַרענדיקט מיט אויספֿאָרש־קאָמיסיעס, צו דערגיין די סיבה פֿון יעדן סעריאַלן דורכפֿאַל — און נישט צו לערנען פֿון אים.

דאָס באַשטימען דעם כאַראַקטער און צוזאַמענשטעל פֿון דער קאָמיסיע — אָ, דאָס ווערט ערשט, נאָך יעדן ערנסטן קאָנפֿליקט מיטן דרויסן, די צענטראַלע סיבה וואָס פֿירט צו אַן אינערלעכער מלחמה, אַזאַ פֿון אינעווייניק. זי איז נישט ווייניקער דראַמאַטיש ווי די אויסערלעכע מלחמות. דאָס איז אַ מלחמה צווישן די נישט דערפֿילטע פֿאַרפֿליכטונגען און די נישט דערפֿילטע חלומות וועגן דעם כאַראַקטער און געשטאַלטונג פֿון דער מדינה. ווערנדיק געצוווּנגען צו פֿאָרשן אירע דורכפֿאַלן, ראַנגלט זיך די רעגירונג אַלע מאָל פֿאַר דעם, אַז די קאָמיסיע זאָל זײַן אָן ציינער און אַז אירע אויספֿירן זאָלן נישט פֿאַראַנטוואָרטלעך מאַכן דעם הויכן פּאָליטישן און אויך נישט דעם הויכן מיליטערישן ראַנג. ווי לאַנג איז דאָס ווי דאָס לאַנד האָט געפֿיבערט מיט דער "ווינאָגראַד־קאָמיסיע" נאָך דער צווייטער לבֿנונישער מלחמה, פֿון וועלכער די רעגירונג האָט קיין סך נישט געלערנט און פֿון דעם געלערנטן, דאָס הייסט, פֿון די רעקאָמענדאַציעס, קיין סך נישט אויסגעפֿירט, כּדי צו פֿאַרמײַדן די פֿעלערן פֿון דער "אָפּעראַציע געשמעלצטער בלײַ" — דהײַנו, פֿון דער מלחמה אין עזה, פֿון וועלכער מיר עסן איצט אירע פֿאַרפֿוילטע פּירות.

אַזאַ איז טאַקע די איצט באַשטימטע דורך דער רעגירונג "עפֿנטלעכע באַטראַכטונגס־קאַמיסיע", בראָש מיט דעם פּענסיאָנירטן ריכטער יעקבֿ טירקל, וואָס צוויי פֿון אירע פֿינף מיטגלידער זײַנען אין עלטער פֿון 93 און 86 יאָר, און צוויי זײַנען אויסלענדישע אָבסערוואַטאָרן — איינער פֿון אירלאַנד, דער אַנדערער פֿון פּאָרטוגאַל, אָבער אָן שטים־רעכט אין דער קאָמיסיע. זייערע קאָמפּעטענצן זײַנען באַגרענעצט צום באַשטעטיקן די גוטע כּוונות און די געזעצלעך מאָראַלישע האַנדלונגען פֿון מדינת־ישׂראל קעגנאיבער דער באַלאַגערטער באַפֿעלקערונג פֿון עזה און בײַם פֿאַרהאַלטן דעם פּרוּוו אַדורכצוברעכן די בלאָקאַדע. אַזוי ווי אַלע פֿריִערדיקע, איז עס אַ קאָמיסיע אָן ציינער. די אינטערנאַציאָנאַלע פֿעלקער־משפּחה, די "יו־ען", וויל זיך מיט איר נישט באַנוגענען און איר גענעראַל־סעקרעטאַר באַנקי מון פֿאַרלאַנגט אַן אינטערנאַציאָנאַלע אויספֿאָרש־קאָמיסיע מיט ציין און מיט נעגל. וואָס שײַך דער בלאָקאַדע פֿון עזה, האָט די רעגירונג ערשט איצטער געלערנט, נאָכן "אַרײַנכאַפּן" אַזוי פֿיל שמיץ און שמוץ, מיט קללות און מוסר־זאָגענישן אַז די בלאָקאַדע און דאָס פֿאַרווערן אַרײַנצולאָזן אין דעם עזה־פּאַס שאָקאָלאַד פֿאַר די קינדער און ווײַן, געווירצן און אַפֿילו מעל און צעמענט אין דעם לענדל, האָט נישט באַוויזן אָפּצושוואַכן דעם "כאַמאַס" — נאָר האָט גאָר פֿאַרשאַפֿט ישׂראל אַן אינטערנאַציאָנאַלן שאָדן און געצוווּנגען זי זיך אײַנצופּעקלען אַן אָפּגעשוואַכטע אונטער דעם אינטערנאַציאָנאַלן דיקטאַט...

אָט אַזוי הוידלט זיך די מדינה פֿון איין אַפֿערע צו דער אַנדערער, פֿון איין נידערלאַגע צו דער אַנדערער. אַ ירידה פֿון איר "אימאַזש" פֿון די פֿופֿציקער און זעכציקער יאָרן, ווען איר אויסשטעל־פֿענצטער איז געווען דער קיבוץ, וואָס האָט געדינט ווי אַ וועלטלעכער "אור לגויים" און האָט צוגעצויגן טויזנטער וואָלונטירן — ביז איר הײַנטיקן פּנים, מיטן אויסערן־מיניסטער ליבערמאַן, ווי דעם אויסשטעל־פֿענצטער צו דער וועלט. און ווער עס האָט געקויפֿט בײַם מדינה־פּרעזידענט שמעון פּערעס דעם חלום פֿון דעם נײַעם פֿרידלעכן מיטעלן מיזרח, שטויסט זיך איצט אָן אויף דעם מיטעלן מיזרח אינעם נוסח פֿון דעם טערק אַרדאָגאַן.

צי טראָגט אָבער נישט די פּאָליטישע אָנפֿירונג פֿון ישׂראל קיין אַחריות פֿאַר דער שאַפֿונג פֿון דער דאָזיקער אָנשטעקנדיקער פֿײַנטלעכער אַטמאָספֿער אויף דער וועלט? צי דערמוטיקט זי נישט מיט אירע האַנדלונגען דעם אַנטיסעמיטיזם אויף דער וועלט, ווען זי רעדט און האַנדלט אין נאָמען פֿון ייִדישן פֿאָלק? מע קען אָבער צו איר קיין טענות נישט האָבן: דאָס פֿאָלק האָט זי אויסגעוויילט און שפּײַזט זיך דעריבער מיט די פּירות פֿון זײַן אויסוואַל.

תּל־אָבֿיבֿ, דער 15טער יוני, 2010