די גרויסע שיל אין פֿאַלטיטשען |
זונטיק פֿאַראַכטאָגן, דעם 6טן יוני, איז אינעם בראָנקסער "שלום־עליכם־צענטער" פֿאָרגעקומען אַ לעקציע פֿון עליע מאָזעסאָן, אַ סטודענט פֿונעם קאָלומביע־אוניווערסיטעט, אויף דער טעמע "ייִדיש און מיסטיציזם". דער לעקטאָר האָט דערציילט וועגן אַזעלכע פּאָפּולערע ספֿרים אויף ייִדיש, ווי "קבֿ הישר" און "נחלת־צבֿי", וואָס זענען פֿול מיט מיסטישע מעשׂיות פֿונעם זוהר און אַנדערע קבלה־ענינים, ווי אויך וועגן חסידישע שפּראַך־טעאָריעס, לויט וועלכע ייִדיש איז אַ הייליקע אָדער האַלב־הייליקע שפּראַך, אַזוי ווי דער תּלמודישער אַראַמיש, וואָס איז אויך אַמאָל געווען דאָס מאַמע־לשון פֿאַר אַ סך ייִדן, און ווערט הײַנט באַטראַכט ווי אַ קלאַסישע ייִדישע שפּראַך, אויף וועלכער ס׳איז אָנגעשריבן געוואָרן דער זוהר — אַ יסודותדיקער אוצר פֿון דער ייִדישער עזאָטערישער טראַדיציע.
די טעמע איז טאַקע אַן אינטערעסאַנטע און אַ ווייניק דורכגעפֿאָרשטע. קבלה ווערט געוויינטלעך באַטראַכט ווי אַ געהיימע חכמה, מיט וועלכער עס האָט זיך פֿאַרנומען בלויז אַ קליינע און פֿאַרשלאָסענע עליטע פֿון תּלמידי־חכמים. להיפּוך, איז ייִדיש דווקא אַ קאָלאָקוויאַלע, היימישע שמועס־שפּראַך, וואָס ווערט אַסאָציִיִרט מיט קינדער־לידער און פֿאָלק־מעשׂיות, און נישט מיט טיפֿע סודות פֿון ג־טלעכער ספֿירות, שמות און פּרצופֿים.
אין דער אמתן, האָט קבלה זיך גענוג אָפֿט צונויפֿגעפֿלאָכטן מיט ייִדיש, און די דאָזיקע פֿאַרבינדונג ענדיקט זיך ווײַט נישט אויף דעם, וואָס מאָזעסאָן האָט דערציילט. נישט ווייניק מקובלים האָבן געפּרוּווט צו פֿאַרשפּרייטן קבלה צווישן דעם פּשוטן עולם, און האָבן זי בפֿירוש נישט באַטראַכט ווי בלויז אַן עליטאַרע חכמה פֿאַר געציילטע יחידים. רבי יוחנן אַלימאַנו, אַן איטאַליענישער פֿילאָסאָף־הומאַניסט, האָט געגרינדעט אינעם 15טן יאָרהונדערט אַ קליינעם "קבלה־צענטער", וווּ עס האָבן געלערנט קלבה אַזעלכע נישט־ייִדישע מיסטיקער, ווי פּיקאָ דעלאַ מיראַנדאָלאַ — אַ באַרימטער קריסטלעכער נעאָ־פּלאַטאָניסט.
מיט אַ הונדערט יאָר שפּעטער, האָט רבי אַבֿרהם הערעראַ (איריראַ), אַ בעל־תּשובֿה פֿון אַ געשמדטער מאַראַנישער משפּחה, וועלכע האָט געוווינט אין אַמסטערדאַם, אָנגעשריבן צוויי טיפֿע קבלה־ספֿרים אויף שפּאַניש, וועלכע זענען אָנגענומען אין די פֿרומע קרײַזן אין העברעיִשער איבערזעצונג, און צווישן די קריסטלעכע וויסנשאַפֿטלער און פֿילאָסאָפֿן — אין לאַטײַנישער.
מיט נאָך אַ הונדערט יאָר שפּעטער, אין דער ערשטער העלפֿט פֿונעם 18טן יאָרהונדערט, האָט רבי עמנואל חי ריקי, אַן אַנדער איטאַליענישער מקובל, געגעבן אַן עצה פֿאַר אַ בעל־הבית, וואָס אַרבעט אַ גאַנצן טאָג, צו לערנען דווקא קבלה און נישט גמרא, אויב מע האָט ניט גענוג צײַט צו לערנען ביידע.
אין פֿאַרגלײַך מיט דער ליבעראַלער הומאַניסטישער איטאַליע און האָלאַנד, איז די באַציִונג צו קבלה אין מיזרח־אייראָפּע געווען, בדרך־כּלל, מער קאָנסערוואַטיוו — בפֿרט נאָך דער מעשׂה מיט שבתי־צבֿי, ווען אַ צאָל פּוסקים האָבן פֿאַרווערט צו לערנען קבלה ביז פֿערציק יאָר. הגם די ערשטע חסידישע רביים האָבן פּאָפּולאַריזירט אַ סך קבלהדיקע קאָנצעפּציעס, וואָלטן אַ סך פֿון זיי נישט דערלויבט פּשוטע בעלי־בתּים צו לערנען דעם זוהר אָדער כּתבֿי־אַריז״ל.
פֿונדעסטוועגן, געפֿינען מיר אויך גלענצנדיקע יוצא־מן־הכּללים, וואָס האָבן טאַקע צו טאָן מיט ייִדיש. רבי פּינחס־אליהו הורוויץ, דער מחבר פֿונעם "ספֿר־הברית", האָט געפֿירט אַ מיליטאַנטישע פּראָפּאַגאַנדע פֿון לערנען קבלה. ער האָט געהאַלטן, אַז דער, וואָס וויל נישט קענען קיין סודות־התּורה, וועט לײַדן אויף יענער וועלט פֿון אַ ביטערער שטראָף, אויב אַפֿילו ער האָט געהיט אַלע מיצוות; און דער, וואָס האָט כּסדר געלערנט קבלה, וועט פּטור ווערן פֿונעם הימלישן דין.
קבלה און ייִדיש־פֿאָרשונגען, אויסגעמישט אינעם ספֿר "פּליאות חכמה" |
"ספֿר־הברית" איז אַן ענציקלאָפּעדיש ווערק, וואָס נעמט אָרגאַניש אַרום קבלה, פֿילאָסאָפֿיע, מוסר, מעסיקע השׂכּלה־געדאַנקען און נאַטור־וויסנשאַפֿט. דער מחבר האָט געגלייבט, אַז יעדער מענטש — אַ מאַן צי אַ פֿרוי, אַ ייִד און ניט־ייִד — קאָן דערגרייכן רוח־הקודש און דערזען די רוחניותדיקע וועלטן, אויב מע גרייט זיך צו ווי געהעריק, דורך ספּעציעלע מעדיטאַציעס, עבֿודת־השם און סאָציאַלן יושר. ס׳זעט אויס, האָט הורוויץ געמיינט, אַז יעדער דאַרף לערנען קבלה.
אין דער הקדמה צו זײַן ספֿר דערקלערט ער, אַז ער האָט עס קודם פֿאַרשריבן אויף ייִדיש און דערנאָך איבערגעטײַטשט אַליין אויף העברעיש. אין פֿאַרגלײַך מיט לשון־קודש, וואָס ער האָט באַטראַכט ווי אַ קאָסמישע הייליקע שפּראַך, רופֿט ער אָן ייִדיש "לשון־עמי" — "דאָס לשון פֿון מײַן פֿאָלק". דאָס הייסט, אַז דער דאָזיקער רבֿ און מקובל האָט בפֿירוש באַטראַכט ייִדיש ווי זײַן נאַציאָנאַלע שפּראַך — מיט אַ הונדערט יאָר פֿאַר דער טשערנאָוויצער קאָנפֿערענץ.
בײַ די חסידים, ווי ס׳איז באַקאַנט, האָט ייִדיש געשפּילט אַ וויכטיקע ראָלע. רבי נחמן בראַצלעווער האָט געגעבן אַן עצה צו דאַוונען צומאָל מיט אייגענע ווערטער אויף ייִדיש. זײַנע באַרימטע "סיפּורי־מעשׂיות" זענען באַגרינדעט אויף קבלה און אַנטהאַלטן אומצאָליקע מיסטישע רמזים. רבי יצחק־אײַזיק זשידיטשאָווער פֿלעגט רעכענען גימטריאות אויף ייִדיש און אויסגענוצט געוויסע ייִדישע ווערטער ווי שמות־הקודש — למשל, דאָס וואָרט "וואַסער", וואָס ער האָט געהייסן האָבן אין זינען, ווען מע דאַוונט תּפֿילת־הגשם.
הרבֿ יהושע־פֿאַלק־זאבֿ וואָלפֿסאָן: אַ מקובל אַ ייִדישיסט
איינער פֿון די סאַמע אינטערעסאַנטע און אומגעוויינטלעכע ספֿרים, וואָס האָט צו טאָן, אין דער זעלבער צײַט, מיט קבלה און ייִדיש, איז "פּליאות החכמה" פֿון הרבֿ יהושע־פֿאַלק־זאבֿ וואָלפֿסאָן, דער אָבֿ־בית־דין פֿונעם בוקאָווינער שטעטל פֿאַלטיטשען (Fălticeni).
פֿאַלטיטשען איז אַ רעלאַטיוו־יונג שטעטל מיט אַן אינטערעסאַנטער געשיכטע. דאָס איז געווען די ערשטע שטאָט אין רומעניע, מלכתּחילה געגרינדעט דורך ייִדן, מיט אַ דערלויבעניש פֿונעם גריכיש־רומענישן פּרינץ קאָנסטאַנטין מאָרוזי, אינעם יאָר 1779. אַן אָרטיקער היסטאָריקער, אַרטור גאָראָוויי, שרײַבט, אַז פֿאַלטיטשען איז אויפֿגעקומען אויפֿן אָרט בײַם ברעג פֿונעם טײַך סאָמוז, וווּ עס האָבן שוין געוווינט דרײַ ייִדישע ברידער. שפּעטער, ווען עסטרײַך האָט איבערגענומען בוקאָווינע, האָט דאָס דאָזיקע אָרט צוגעצויגן נאָך אַ צאָל ייִדישע משפּחות, און דער פּרינץ האָט זיי געגעבן אַ רשות צו שאַפֿן אַן אייגענע שטאָט, וועלכע האָט אַמאָל אויך געהייסן סאָלדאַנעשטי און סאָמוז.
לויט דעם שטענדיקן אָפּמאַך מיט דער מלוכה און די באָיאַרן (אָרטיקע פֿירשטן), האָבן די ייִדן אין פֿאַלטיטשען באַקומען האַלב־אויטאָנאָמישע רעכט. די שטאָט האָט זיך צעבליט און געדינט ווי אַ מוסטער פֿאַר אַנדערע אַזעלכע רומענישע שטעטלעך, וווּ ייִדן האָבן געהאַט אַ צאָל ספּעציעלע פּריווילעגיעס.
הרבֿ יהושע־פֿאַלק־זאבֿ וואָלפֿסאָן איז געבוירן געוואָרן אין 1835 און געדינט ווי דער פֿאַלטישענער הויפּט־רבֿ אין דער צווייטער העלפֿט פֿונעם 19טן יאָרהונדערט. ער האָט אָנגעשריבן נאָך עטלעכע ספֿרים פֿון הלכה, דרשות, מוסר און קבלה: "נהורא דאורייתא", "אַניה בלבֿ ים", "תּורת האָדם", "מעיני הישועה", "ספֿר המדות", "גאולה וישועה", "מילון אורחים". זײַן סאַמע אינטערעסאַנטער ספֿר איז אָבער "פּליאות חכמה", וווּ דער מחבר בינדט צונויף וויסנשאַפֿט, מיסטישע לינגוויסטיק און קבלה אויף אַן אופֿן, וואָס דערמאָנט אין "ספֿר הברית".
הרבֿ וואָלפֿסאָנס אומגעוויינטלעך ווערק איז אָנגעשריבן אין אַ בונטן "כּל־בו"־סטיל, וואָס זעט ערטערווײַזט אויס ווי אַ מין "שטראָם פֿון באַוווּסטזײַן", וואָס דערמאָנט אַ ביסל די הײַנטיקער פּאָסטמאָדערנע ליטעראַטור. די, וואָס האָבן געהאַט הנאָה פֿון מיכאל פֿעלזענבאַומס "שבתדיקע שוועבלעך" אָדער פֿון מילאָראַד פּאַוויטשס "כאַזאַרישן ווערטערבוך", וועלן לעקן די פֿינגער פֿונעם דאָזיקן ספֿר.
דער מחבר מישט כּסדר צונויף קבלה מיט לינגוויסטיק, אָפּטיק, געאָמעטריע, כעמיע און אַנדערע וויסנשאַפֿטלעכע אָדער כּמו־וויסנשאַפֿטלעכע ענינים. אין זײַנע דרשות, בויט ער מעטאַפֿיזישע אַסאָציאַציעס צווישן די קאָלירן, מוזיקאַלישע נאָטן, מענטשלעכע געפֿילן, ג־טלעכע ספֿירות און געאָמעטרישע פֿיגורן.
ייִדן אין פֿאַלטיטשען פֿאַרן חורבן |
הרבֿ וואָלפֿסאָן באַנוצט זיך מיט אַ ספּעציפֿישער כעמישער טערמינאָלאָגיע, אויפֿן סמך פֿון ייִדישע ווערטער און לשון־קודשדיקע איבערזעצונגען פֿון ייִדיש. למשל, "יסוד מימי" איז וואַסערשטאָף און "יסוד פּחמי" איז קוילנשטאָף. ווען ער ציילט איבער די פֿאַרבן פֿונעם רעגנבויגן, מישט ער אויך העברעיִש מיט ייִדיש, אַ ביסל פֿאַרדײַטשמערישט, ווי ס׳איז געווען דער שטייגער אין זײַן צײַט: "אדום, צהובֿ, געלב, גרין, בלאָה, אינדיגאָ, פֿיאָלעט".
אַזעלכע חכמות זענען נישט גרויסער חידוש. אַ סך מקובלים, פֿון מיטל־עלטער ביזן הײַנטיקן טאָג, פֿאָרשן מעטאַפֿיזישע אַסאָציאַציע צווישן מיסטיציזם און וויסנשאַפֿט. דער סאַמע אינטערעסאַנטער און באַלערנדיקער טייל פֿון "פּליאות חכמה" האָט אָבער צו טאָן מיט לינגוויסטיק. דער עצם־אינטערעס צו פֿאַרשיידענע שפּראַכן איז אויך נישט קיין נאָווינע אין קבלה און רבנישער ליטעראַטור. אינעם דאָזיקן ספֿר ווערן אָבער בפֿירוש אָפּגעשפּילט די וויכּוחים, וואָס האָט מיט 20 יאָר שפּעטער געבראַכט צו דער טשערנאָוויצער קאָנפֿערענץ, בעת וועלכער אַ ברייטע ריי ייִדישע קולטור־טוער און אָרגאַניזאַציעס האָבן אָנערקענט ייִדיש ווי אַ נאַציאָנאַלע שפּראַך.
אין פֿאַרגלײַך מיט דעם ווילעדניקער רבין און אַ צאָל אַנדערע חסידישע צדיקים, פֿאַרנעמט זיך נישט הרבֿ וואָלפֿסאָן מיט מיסטישע טעאָריעס וועגן דער הייליקייט פֿון ייִדיש; פֿאַר אים איז עס "לשון־חול" — אַ וועלטלעכע שפּראַך. פֿונדעסטוועגן, פֿאַרענטפֿערט ער סיסטעמאַטיש די טענות פֿון העברעיִסטן און פֿאַרטיידיקט סײַ ייִדיש, סײַ די אַשכּנזישע הבֿרה פֿון לשון־קודש.
עטלעכע פּרקים אין "פּליאות חכמה" זענען געווידמעט פֿאָנעטישע פֿאָרשונגען פֿון ייִדישע דיאַלעקטן און פֿראַגעס פֿון ייִדישן אויסלייג. ס׳איז אינטערעסאַנט, אַז דער מחבר האָט באַטראַכט זיך און די רומענישע ייִדן בכלל ווי "פּוילישע", ווײַל אין רומעניע רעדט מען אַרויס דעם קמץ־אַלף ווי "או", אין פֿאַרלײַך מיט די ליטוואַקעס. אין זײַן אַנאַליז פֿון די חילוקים צווישן דעם ליטווישן און פּוילישן ייִדיש, נוצט ער אויס אַ קלוגן בײַשפּיל — דעם פֿאָנעטישן אונטערשייד צווישן לשון־קודש און אַראַמיש. צום בײַשפּיל, ווערט "הקדוש־ברוך־הוא" פֿאַרוואַנדלט אויף לשון־תּרגום אין "קודשא־בריך־הוא". מע קאָן דאָ באַמערקן אַ פֿאָנעטישן בײַט, וואָס דערמאָנט טאַקע אויף דעם אונטערשייד צווישן די ייִדישע דיאַלעקטן.
נאָך זײַן אַנאַליז פֿון די ייִדישע ווערטער, אין פֿאַרגלײַך מיט זייערע דײַטשישע קאָגנאַטן, מאַכט הרבֿ וואָלפֿסאָן אַ גאַנץ ריכטיקן אויספֿיר, אַז די ייִדן האָבן אָפֿט בעסער אָפּגעהיט די אַלט־גערמאַנישע וואָקאַלן, וואָס די דײַטשן האָבן פֿאַרלוירן, ווען זיי האָבן אויסגעאַרבעט זייער אָרטאָגראַפֿיע, וואָס דערלויבט נישט אויסצודריקן אַלע קלאַנגען ווי געהעריק. דערפֿאַר דערקלערט ער — ווי אַ פֿאַרביסענער ייִדישיסט — אַז די ייִדן האָבן בעסער אָפּגעהיט דאָס אוראַלטע לשון־אַשכּנז, און דערפֿאַר איז דער ייִדישער "זשאַרגאָן" מער היסטאָריש אויטענטיש, ווי דײַטש.דאָס שטעטל פֿאַלטיטשען און רומעניע בכלל האָבן אָפֿט געדינט ווי אַ קרייצוועג פֿאַר אויסלענדישע סוחרים. דער מחבר פֿון "פּליאות חכמה" האָט געהאַט די מעגלעכקייט צו באַקענען זיך מיט לאַדינאָ־רעדנדיקע ספֿרדים, מיט אַ ייִד פֿון תּימן, מיטן נאָמען יוסף מזרחי, און מיט אַן אַראַמיש־רעדנדיקן פּערסישן אָדער קורדישן ייִד. דער רבֿ האָט זיך גוט באַקענט מיט זייערע שמועס־שפּראַכן און העברעיִשע הבֿרות.
נאָך אַ לאַנגן פּילפּול, וואַרפֿט הרבֿ וואָלפֿסאָן אָפּ די סבֿרה פֿון די העברעיִסטן, וואָס האַלטן, אַז די ספֿרדישע הבֿרה פֿון לשון־קודש איז די עכטע, און פֿאַרטיידיקט דעם אַשכּנזישן לשון־קודש, אַרײַנגערעכנט אַזאַ פּרט, ווי די אַסימילאַציע פֿון וואָקאַלן אין אַזעלכע ווערטער ווי "תּורה" און "סוכּות", וואָס קלינגען ווי "טוירע" און "סוקעס". דער מחבר באַטאָנט, אַז "דווקא דאָס פֿאָלק טראָגט די פֿאָן פֿון אמונה און טראַדיציע"; די פּשוטע ייִדן ווייסן בעסער, ווי אַזוי צו לייענען לשון־קודש, אויב אַפֿילו עס שטימט נישט מיטן "אָפֿיציעלן" דיקדוק.
אין זײַן טעאָריע פֿון ייִדישן אויסלייג, טרעט הרבֿ וואָלפֿסאָן אַרויס ווי אַ טראַדיציאָנאַליסט, און רעקאָמענדירט די אַלט־ייִדישע אָרטאָגראַפֿיע, לויט וועלכער געוויסע ווערטער שרײַבן זיך מיט אַ שטומען אַלף — למשל, "גייא", "צווייא" און "וויא". זײַן רומענישער "טאָטע־מאָמע"־לשון שטאַרצט דאָ אָבער אַרויס: ער זאָגט, אַז דאָס וואָרט "קלאָפּן" (קלאַפּן) האָט אין זיך דעם וואָקאַל "קמץ חטף", און אַזעלכע ווערטער, ווי "דײַן" און "מײַן" — אַ לאַנגן "אַ", "פּתח חריף".
אַזוי ווי אַ סך אַנדערע אַמאָליקע ייִדישע און קריסטלעכע שפּראַכן־קענער, פּרוּווט "פּליאות חכמה" צו דערווײַזן, אַז אַלע שפּראַכן שטאַמען פֿון לשון־קודש. וואָס שײַך די אותיות, ווײַזט דער מחבר מער־ווייניקער ריכטיק, ווי אַזוי דער לאַטײַנישער און גריכישער אַלפֿאַבעט שטאַמט פֿונעם אוראַלטן פֿיניקישן אַלף־בית. ער פֿאַרלאָזט זיך אָבער אויפֿן ספֿר "שלטי הגבורים" פֿון אבֿרהם בן דוד שער-אריה (פּאָרטאַלעאָנע), אַן איטאַליענישער דאָקטער און מקובל פֿונעם 16טן יאָרהונדערט, וווּ עס ווערן געבראַכט אַ צאָל מיסטעריעזע אַלפֿאַבעטן פֿון נישט־עקזיסטירנדיקע שפּראַכן.
אבֿרהם פּאָרטאַלעאָנע באַטאָנט, למשל, אַז די אוראַלטע גריכן פֿלעגן זיך באַנוצן מיט אַ משונהדיקער וואַריאַציע פֿון דער רוסישער "קיריליצע". אַ צאָל אַנדערע אַלפֿאַבעטן פֿון "שלטי הגבורים" האָבן, ווײַזט אויס, בכלל נישט קיין שום שײַכות צו די באַקאַנטע מענטשלעכע שפּראַכן. למשל, די אותיות פֿונעם אַזוי־גערופֿענעם "סאַראַצינער אַלף־בית" הייסן אַזוי: "אַליימאָקסי, ביינדי, קאַטי, דיילפֿין, אייפֿותי". הרבֿ וואָלפֿסאָן דערקלערט, אַז די דאָזיקע "סאַראַצינער" הייסן נאָך שׂרה, אַבֿרהם אָבֿינוס ווײַב, און האָבן אָנגענומען מוכאַמעדס גלויבן און וווינען אינעם לאַנד, וואָס הייסט סאָראָקע — ווי דאָס באַקאַנטע בעסעראַבישע שטעטל. ס׳זעט אויס, אַז אין דער פֿאַנטאַסטישער וועלט פֿון אַבֿרהם פּאָרטאַלעאָנעס אַלפֿאַבעטן וווינען די סאַראַצינער ערגעץ אין אַ "ווירטועלער בעסאַראַביע".
ס׳קאָן זײַן, אַז די דאָזיקע מיסטעריעזע אַלפֿאַבעטן פֿון "שלטי הגבורים" שטאַמען פֿון עפּעס אַ מיטל־עלטערישן געהיימען שיפֿער אָדער פֿון מאַגישע ביכער, וווּ אַזעלכע אותיות קאָנען דינען ווי אַ יסוד פֿון שפּרוכן. צום בײַשפּיל, האָט דער ענגלישער כּישוף־מאַכער און אַסטראָלאָג דזשאָן די באַשריבן אַזאַ מיסטעריעזן "חנוכס אלף־בית", וועלכן ער האָט באַקומען, ווי ער האָט געמאָלדן, פֿון מלאָכים. אַבֿרהם פּאָרטאַלעאָנע איז טאַקע געווען באַקאַנט מיט דער קריסטלעכער כּישוף־ליטעראַטור.
אין זײַנע זוכענישן פֿון לשון־קודשדיקע שרשים אין פֿאַרשיידענע שפּראַכן, האָט הרבֿ וואָלפֿסאָן זיך פֿאַרלאָזט אויף דער טעאָריע פֿון רומענישע נאַציאָנאַליסטן, וועלכע באַטראַכטן זיך ווי די יורשים פֿון דער רוימישער אימפּעריע. אין ייִדישקייט וועט רוים אַסאָציִיִרט מיט עשׂו, יעקבֿ־אָבֿינוס ברודער, דערפֿאַר האָט דער מחבר פֿון "פּליאות חכמה" באַשלאָסן, אַז רומעניש מוז זײַן אַ פֿאַרקריפּלטע שפּראַך פֿון די ייִדישע אָבֿות. צווישן אַ גאַנצער ריי בײַשפּילן, באַטאָנט ער, אַז די העברעיִשע פֿראַגע "אין אַתּה באָ אלינו" (דו קומסט ניט צו אונדז) קלינגט אויף רומעניש גאַנץ ענלעך: "nu vi tu la noi".
הרבֿ וואָלפֿסאָן ברענגט אויך אַ גאַנצע ריי אַזעלכע העברעיִשע עטימאָלאָגיעס אין ייִדיש: ארץ — ערד, אַתין — אייזל, לבֿיא — לייב, שער — טויער, שבֿע — זיבן, קרן — האָרן, רימה — ווערעם, שאבֿ — שעפּן, כּובֿש — קוועטשן, אַתּה — דו, אין — ניין, קרץ — קריצן, חזה — געזען. הגם אַ גרויסער טייל פֿון זײַנע עטימאָלאָגיעס ווערט הײַנט באַטראַכט ווי צונויפֿפֿאַלן, זענען אַ צאָל פֿון זײַנע בײַשפּילן טאַקע אָנגענומען אין דער מאָדענרנער לינגוויסטיק ווי אוראַלטע אַנטלײַונגען פֿון סעמיטישע שפּראַכן. וואָס שײַך דער געשיכטע פֿון גערמאַנישע פֿעלקער, ברענגט הרבֿ וואָלפֿסאָן אַ לעגענדע, לויט וועלכער זיי שטאַמען, כּלומרשט, פֿון די קאַווקאַזער בערג.
נישט געקוקט אויף אַ צאָל צווייפֿלהאַפֿטיקע און בפֿירוש אומהיסטאָרישע טעאָריעס, זענען הרבֿ וואָלפֿסאָנס לינגוויסטישע פֿאָרשונגען גאַנץ אינטערעסאַנט, ברפֿט וואָס שײַך די ייִדישע דיאַלעקטן, און פֿאָדערט אַן ערנסטן אויפֿמערק פֿון די ייִדיש־פֿאָרשער. מע דאַרף געדענקען, אַז סוף 19טן יאָרהונדערט זענען זוכענישן פֿון "פֿאַרלוירענע נאַציאָנאַלע שרשים" געווען פּאָפּולער צווישן די אייראָפּעיִשע וויסנשאַפֿטלער. אין זײַן צײַט, וואָלטן גענוג געבילדעטע אייראָפּעער אָפּגעשאַצט זײַנע עטימאָלאָגישע פֿאָרשונגען ווי ערנסטע טעאָריעס.
אין זײַנע לינגוויסטישע פֿאָרשונגען, דערמאָנט הרבֿ וואָלפֿסאָן כּסדר קבלהדיקע טעאָריעס פֿון פֿאָנעטיק און אַנדערע מיסטישע ענינים. למשל, ער דערמאָנט די ייִדישע האַלב־וואָקאַלן אין אַזעלכע ווערטער ווי "בערל" און "פּערל" אין שײַכות מיט דער "ספֿר־יצירה", און דערקלערט דעם חילוק צווישן דעם ליטווישן, פּוילישן און ספֿרדישן לשון־קודש לויט אַ טאַבעלע פֿונעם ספֿר "תּיקוני־זוהר", אויסאַרבעטנדיק אַן אייגענע ווערסיע פֿון אַ "ייִדישיזם מיט אַ קבלהדיקן טעם".