פּערזענלעכקײטן
פֿון יעפֿים טײַבלין (‫אַמעריקע)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

מיר פֿײַערן איצט אַרקאַדי יאַגודאַיעווס 75סטן יוביליי און לייגן פֿאָר אונדזערע לייענער זײַן רעפּאָרטאַזש, געווידמעט זײַנע קאָלעגן, די מענטשן, וואָס זעען די וועלט דורך אַ "דריט אויג"


מע זאָגט, אַז אַ גוטער פֿײַערלעשער קומט צו דער שׂרפֿה מיט אַ האַלבער שעה פֿריִער, איידער דאָס פֿײַער ברעכט אויס. נו, און אַ גוטער פֿאָטאָ־רעפּאָרטער?

מאַטיאַס רוס — דער פֿליִער־אַמאַטאָר פֿון האַמבורג, וואָס האָט געגנבֿעט די סאָוועטישע גרענעץ אויף זײַן ספּאָרטיוון עראָפּלאַן און געלאַנדט אין מאָסקווע, אַקוראַט אויפֿן רויטן פּלאַץ, — איז נאָך געהאַט געפֿלויגן איבער פֿינלאַנד, ווען אַרקאַדי יאַגודאַיעוו, מיט זײַן שוואַכן פֿאָטאָ־אַפּאַראַטל "זעניט" האָט שוין ווי אַרויסגעקוקט אויף אים, דרייענדיק זיך לעבן דעם קלויסטער פֿון "וואַסילי בלאַזשעני".

ווי בײַ אַ סך געניטע פֿאָטאָגראַפֿן, האָט זיך יאַגודאַיעווס רעפּאָרטער־קאַריערע אָנגעהויבן צופֿעליק, פֿון איין פֿאָטאָגראַפֿיע, אַרײַנגעשיקט פֿון בוכאַראַ, אוזבעקיסטאַן, וווּ ער האָט דעמאָלט געוווינט מיט זײַנע עלטערן, אין דער צענטראַלער מאָסקווער צײַטונג "איזוועסטיע" (ידיעות). און שטעלט זיך פֿאָר — מ'האָט די דאָזיקע פֿאָטאָגראַפֿיע, אויף וועלכער מ'האָט געזען אַ שטיק רער פֿון דער גאַזלייטונג "בוכאַראַ־אוראַל", אָפּגעדרוקט. דער פֿאַקט אַליין האָט איבערגעקערט זײַן גאַנץ לעבן. נאָך אַ גאָר יונג בחורל האָט ער באַשלאָסן צו פֿאָרן קיין מאָסקווע. פֿאַרשטייט זיך, אַז זײַן טאַטע, וואָס אַלע אין שטאָט האָבן אים גערופֿן מאָשקע דער פּאַריקמאַכער, האָט געטרוימט איבערצוגעבן זײַן שער־מאַשינקע דעם בכור, אָבער איבערצײַגן דעם זון אַרויסצוּוואַרפֿן פֿונעם קאָפּ די נאַרישע פֿאַנטאַזיע, האָט זיך אים נישט אײַנגעגעבן. אונטערגעהאַלטן האָט דעם זון זײַן מוטער, רענע, און ער האָט זיך געלאָזט אין ווײַטן וועג.

דאָס איז געווען אין די מיט־1950ער, אין דער צײַט, ווען כרושטשאָוו האָט אַרײַנגעבראַכט אין לאַנד אַ צײַטווײַליק פֿריש ווינטל. קיין מאָסקווע זײַנען זיך צונויפֿגעפֿאָרן טויזנטער יונגע מענטשן פֿון דער גאָרער וועלט צום אינטערנאַציאָנאַלן פֿעסטיוואַל פֿון יוגנט און סטודענטשאַפֿט. אַרקאַדיע האָט זיך געטראָגן מיט זײַן פֿאָטאָ־אַפּאַראַט איבער דער שטאָט, נישט צו פֿאַרפֿעלן דעם "גאָלדענעם קאַדער". ער האָט פֿאָטאָגראַפֿירט באַקאַנטע קינאָ־שטערן, אַרטיסטן, פּאָליטישע טוער, אונטערנעמונגען און קאָנצערטן — און צעטראָגן זײַנע פֿאָטאָגראַפֿיעס איבער פֿאַרשיידענע רעדאַקציעס. מ'האָט דאָך געדאַרפֿט פֿון עפּעס לעבן...

אַרקאַדי ווערט באַקאַנט כּמעט אין אַלע מאָסקווער רעדאַקציעס. זײַנע פֿאָטאָגראַפֿיעס ווערן געדרוקט אויף די ערשטע שפּאַלטן. ער פֿאָרט אַרום איבערן לאַנד און פֿאַראייביקט מיט זײַן פֿאָטאָ־אָביעקטיוו די וויכטיקסטע מאָמענטן פֿון יענעם לעבן, וואָס ער האָט אין די אָנהייב 1990ער פֿאַרלאָזט, קומענדיק מיט זײַן משפּחה קיין אַמעריקע.

אַ נײַ לאַנד — נײַע אײַנדרוקן. שוין גאָר אין גיכן קומט אין ניו־יאָרק פֿאָר זײַן ערשטע פֿאָטאָ־עקספּאָזיציע אונטער דעם נאָמען "איך קום פֿון רוסלאַנד". דערנאָך איז געווען די צווייטע — "מײַן ניו־יאָרק", די דריטע "דאָס זײַנען מיר". אין יאָר 2007, אינעם קאָנקורס "מענטש פֿון יאָר", ווערט יאַגודאַיעוו אָנערקענט ווי דער בעסטער פֿאָטאָ־רעפּאָרטער פֿון יאָר. זײַנע בילדער דרוקט מען אין די רוסיש־שפּראַכיקע און אַמעריקאַנער צײַטונגען; מע קאָן זיי אָפֿט זען אויך אויף די זײַטן פֿון אונדזער "פֿאָרווערטס".