ייִדיש־וועלט, פֿון אונדזער פֿאָלקלאָר־אוצר
‫צונויפֿגעשטעלט פֿון איציק גאָטעסמאַן
שמואל רובינשטיין
שמואל רובינשטיין

אין זײַן הומאָריסטישן ביכל, "רויטער געלעכטער: אילוסטרירטער פֿלוג־אַלמאַנאַך פֿאַר ליטעראַריש־געזעלשאַפֿטלעכער סאַטירע", געדרוקט אין וואַרשע, צווישן ביידע וועלט־מלחמות, פֿרעגט דער מחבר, שמואל רובינשטיין — אַ באַקאַנטער פֿאָלקלאָריסט — "וועלכע זאַך ברענט אָן פֿײַער? דעם ווילנערס ׳פֿאָלקלאָריסט׳ ש. באָסטאָמסקיס היטל בײַם אויסניצן א. מ. דיקס ׳הונדערט פֿראַגן און אַנטוואָרטן׳ פֿאַר זײַנע ׳געזאַמלטע׳ רעטענישן (ווילנע, 1923)". די פֿראַגע, אָדער באַשולדיקונג, געפֿינט זיך אויף זײַט 36 אין אַ ריי אַנדערע בײַסיקע פֿראַגעס וואָס האָבן אַ שײַכות מיט דער פּאָליטיש־געזעלשאַפֿטלעכער סבֿיבֿה אין פּוילן פֿון יענער צײַט.

שמואל רובינשטיין איז געבוירן געוואָרן אין 1885 לעבן קיִעוו און געווען אַקטיוו אין "בונד" זײַן גאַנץ לעבן. ער האָט זיך אָפֿט באַטייליקט אין הומאָריסטישע בלעטלעך ווי "אַקדמות" און "אַשמדאַי", און געשריבן ליטעראַרישע און פֿאָלקלאָריסטישע אָפּהאַנדלונגען. ווען און וווּ ער איז געשטאָרבן איז נישט באַקאַנט. אין 1937 איז אַרויס דאָס בוך "שריפֿטן פֿון אַ ייִדישן פֿאָלקלאָריסט", וואָס נעמט אַרײַן אַ טייל פֿון זײַנע זאַמלונגען.

ס'איז אונדז געווען טשיקאַווע צו לייענען די ידיעה, ווײַל ראשית־כּל איז שלמה באָסטאָמסקי (1891—1941) אַ חשובֿער נאָמען, סײַ אין דער וועלט פֿון ייִדישער פֿאָלקלאָריסטיק, סײַ אין דער ייִדישער פּעדאַגאָגישער געשיכטע — אַ רעדאַקטאָר פֿון נאָוואַטאָרישע קינדער־זשורנאַלן און טעקסטן פֿאַר די נײַע וועלטלעכע שולן אין פּוילן, מחבר פֿון כרעסטאָמאַטיעס און קינדער־ביכער, און איינער פֿון די געניטסטע זאַמלער פֿון ייִדישן פֿאָלקלאָר. זיכער קומט אים נישט די גענזן־פֿיסלעך אַרום דעם וואָרט "פֿאָלקלאָריסט", וואָס רובינשטיין האָט אים אַוועקגעשטעלט.

שלמה באָסטאָמסקי
שלמה באָסטאָמסקי

והשנית, האָבן מיר אין גאַנצן נישט געוווּסט וועגן דער זאַמלונג רעטענישן פֿון אײַזיק־מאיר דיק. אונדז האָט זיך געדאַכט, אַז באָסטאָמסקיס זאַמלונג פֿון ייִדישע רעטענישן איז טאַקע געווען די ערשטע אויף ייִדיש. אינעם מחברס אַרײַנפֿיר האָט ער געשריבן, אַז "דער זאַמלער פֿון די דאָזיקע רעטענישן האָט זיך אין משך פֿון צען יאָר פֿאַרנומען מיטן ייִדישן פֿאָלקלאָר. אַ גרויסער מאַטעריאַל פֿון דער ייִדישער פֿאָלקסשאַפֿונג ליגט נאָך ניט פֿאַרעפֿנטלעכט, און וועט מיט דער צײַט אַרויס אויף דער וועלט." צי איז דאָס נישט אמת געווען? האָט באָסטאָמסקי "געליגן" זײַן מאַטעריאַל בײַ אַנדערע, ווי רובינשטיין שרײַבט?

האָבן מיר זיך נישט געפֿוילט, און באַקומען בײַם ייִוואָ אַן עקזעמפּלאַר פֿון דיקס "הונדערט פֿראַגען אונד אַנטוואָרטען" צו קאָנטראָלירן רובינשטיינס טענה. דיקס ביכל איז אַרויס אין 1869 אין ווילנע אין ראָמס דרוקערײַ און נעמט אַרײַן נישט נאָר די הונדערט רעטענישן, נאָר אויך אַנדערע הומאָריסטישע מאַטעריאַלן, ווי דיק שרײַבט אין זײַן הקדמה אויפֿן שער־בלאַט: "דערצו געפֿינען זיך אין דיזעס ביכל קליינע זאַכן צום לאַכן: דער נײַער מאָדישער ברית; דאָס שפּאַצירן גיין מיט דער ווײַב; איין עטוואָס איבער די געבעט־שולן; שטיק אין שטיק מיט דעם העכסטן קריטיק; מיט וויץ און בליץ; און דאָך אַלץ ריכטיק, און וויכטיק, געשטעלט אום צו בעסערן די וועלט".

דער ווילנער דיק (1814—1893) איז, ווי באַקאַנט, נישט געווען סתּם אַ שרײַבער פֿון מעשׂה־ביכלעך אָדער וויצן־דערציילער, נאָר אַ גרונטלייגער פֿון דער מאָדערנער ייִדישער ליטעראַטור, בפֿרט אין ליטע. כאָטש זײַנע שריפֿטן לייענען זיך הײַנט ווי פּרימיטיווע אויסדרוקן, האָט זײַן שרײַבן מיט זיך פֿאָרגעשטעלט אַ וויכטיקן טראָט פֿאָרויס צווישן די אַלטע מעשׂה־ביכלעך און דער מאָדערנער תּקופֿה. ער האָט, אַגבֿ, אָפֿט אַרײַנגענומען און באַשריבן פֿאָלקלאָר, מינהגים און טראַדיציעס אין זײַנע דערציילונגען און ראָמאַנען, אָבער כּמעט אַלע מאָל מיט אַ קריטיש, משׂכּיליש אויג. און אפֿשר וויכטיקער פֿון אַלץ — דיק איז געווען דער פּאָפּולערסטער שרײַבער אויף ייִדיש אינעם 19טן יאָרהונדערט.

ווען מע קוקט אַרײַן אין די צוויי ביכלעך פֿון רעטענישן, זעט מען תּיכּף, אַז באָסטאָמסקי הייבט אָן זײַן זאַמלונג מיט די "קלאַסישע" רעטענישן, וועלכע גראַמען זיך אָפֿט, און קענען אַפֿילו פֿאַררעכנט ווערן ווי פּאָעזיע:

ווײַס געשפּרייט,
שוואַרץ געזייט;
וווּ מע שיקט,
דאָרטן גייט. (אַ בוך)

ער פֿליט אָן פֿליגל,
ער מויערט אָן ציגל,
ער לייגט זיך ווי אַ האַר
און שטייט אויף ווי אַ נאַר. (אַ שניי)

ער גייט אַרויף —
און נעמט אַרויס,
ער גייט אַראָפּ —
און שאָקלט אויס. (אַ קוימענקערער)

א. מ. דיק
א. מ. דיק

אין דיקס זאַמלונג געפֿינען זיך קשיות, נישט געגראַמט און נישט אין קיין פּאָעטישער פֿאָרעם. למשל — "וועלכער אייזל איז עס, וואָס זײַן שטים האָבן געהערט אַלע מענטשן פֿון דער וועלט?" דער אייזל וואָס איז געווען בײַ נחן אין דער תּיבֿה, ווײַל אַלע מענטשן אויף דער וועלט, נח און זײַן משפּחה, זענען געווען אויף דער תּיבֿה. אָדער — "מיט וועלכן מאָרד איז דערהרגעט געוואָרן אַ פֿערטל פֿון דער וועלט?" ווען קין האָט דערהרגעט הבֿל זענען נאָר געווען פֿיר מענטשן אויף דער וועלט — אדם, חוה, קין און הבֿל. "וועלכעס מיידל דאַרף נישט קיין חתן?" די וואָס האָט שוין.

ווען באָסטאָמסקי גייט אַריבער אין זײַן ביכל אויף אַזוינע מער פּשוטע קשיות, ווי אין דיקס זאַמלונג, הייבט מען אָן טאַקע צו זען אַ שלל פֿון די זעלביקע רעטענישן אין ביידע ביכלעך:

"וועלכער מזיק שטאַרבט אין דער זעלביקער רגע, וואָס ער מזיקט?" (בליץ — נומ׳ 41 בײַ דיק, נומ׳ 111 בײַ באָסטאָמסקי); ווער קומט אַלע מאָל צו פֿרי? (דער טויט); צו שפּעט? (דער שׂכל). בײַ דיק איז עס רעטעניש #22, #23, בײַ באָסטאָמסקי #102, 103. אַזוינע פּאַראַלעלן קען מען געפֿינען אַ גאַנץ גרויסע צאָל; אַ סימן, אַז רובינשטיין איז טאַקע גערעכט געווען.

קיין ליטעראַרישן מישפּט, מיט אַ פּסק, וועלן מיר נישט פֿירן; סײַ דיק, סײַ באָסטאָמסקי פֿאַרדינען אַ בכּבֿודיק אָרט אין דער ייִדישער ליטעראַטור און קולטור־געשיכטע. אַ מאָל מאַכט זיך, זעט אויס, אַז די פֿעדער איז קלעפּיק...