שאלות און תּשובֿות אין "הלכות ליבע"
פֿון חנה סלעק (לאָס־אַנדזשעלעס)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

טײַערע חזנטע,

אַ גוטע בשׂורה — איך ליג שוין אין קימפּעט! וואָס איז די פּראָבלעם? מײַן מאַן און איך קענען נישט קומען צו אַ הסכּם מכּוח וואָסערע שפּראַכן צו רעדן מיט אונדזער עופֿעלע. מיר רעדן ביידע גוט ענגליש און העברעיִש און זענען ציוניסטן. מיר זענען מסכּים, אַז דאָס קינד דאַרף קענען העברעיִש, אָבער איך מיין, אַז דאָס קען וואַרטן ביז עס וועט אָנהייבן גיין שוין אין אַ ייִדישער טאָגשול.

חיים קען שפּאַניש און אַראַביש. ער האַלט, אַז שפּאַניש איז וויכטיק, ווײַל עס זענען פֿאַראַן אַזוי פֿיל שפּאַניש־רעדנדיקע מענטשן אין אַמעריקע. איך, פֿאַרשטייט זיך, האָב ליב ייִדיש, און כ'רעד פֿאַרסי אויך. מיר זענען ביידע גרייט צו פֿאַרגעסן אין אַראַביש און פֿאַרסי — איז געבליבן נאָך ענגליש, ייִדיש, שפּאַניש און העברעיִש. צי איז טאַקע אמת, אַז פֿיר שפּראַכן וועלן צעמישן דאָס קליינע קינד? אויף וואָסערע שפּראַך זאָלן מיר רעדן מיט אונדזער עופֿעלע?

צעדרייטע צונג


טײַערע צעדרייטע צונג,

איך בין מסכּים, אַז פֿיר שפּראַכן וואָלטן אַפֿילו צעמישט אַ דערוואַקסענעם! אײַער עופֿעלע וועט הערן און זיך לערנען ענגליש, ווי עס זאָל נישט זײַן — צי איר רעדט ענגליש, צי נישט. עס וועט הערן ענגליש אין דער היים, ווען איר האָט געסט, אויף טעלעוויזיע און אַזוי ווײַטער. ענגליש איז אומעטום. טאָ לאָמיר אַרויסנעמען ענגליש פֿון דער רשימה, ווײַל דאָס עופֿעלע וועט נאַטירלעך זיך לערנען ענגליש. העברעיִש איז די אַנדערע שפּראַך, וואָס איר קענט ביידע. רעדט העברעיִש צווישן זיך און מיטן עופֿעלע, ווען איר זענט צוזאַמען.

עס זענען דאָך דאָ אַזוי פֿיל ייִדיש־רעדנדיקע קינדער הײַנטיקע צײַטן, אַז איר מוזט רעדן ייִדיש מיט אײַער עופֿעלע. יאָ אפֿשר בין איך נישט אָביעקטיוו אין מײַן מיינונג, אָבער ייִדיש איז אַ מתּנה ניט בלויז פֿאַר אײַער קינד, נאָר אויך פֿאַרן ייִדישן פֿאָלק. רעדט מאַמע־לשון מיטן עופֿעלע, ווען איר, די מאַמע, זענט אַליין מיטן קינד.

ווען דאָס עופֿעלע וועט אונטערוואַקסן, וועט איר ביידע קענען אויסקלײַבן אַנדערע שפּראַכן פֿאַרן קינד צו לערנען. אפֿשר וועט אײַער קינד אויסקלײַבן גאָר אַנדערע שפּראַכן זיך צו לערנען, ווי כינעזיש, פֿראַנצייזיש אָדער אַפֿריקאַנס! אין אַ מזלדיקער שעה!


טײַערע חזנטע,

צום באַדויערן, האָט זיך מײַן זיווג־לעבן געענדיקט נאָך צוויי יאָר. מיר האָבן שוין אַ גט און מיר זענען אין גאַנג פֿון באַקומען אַ בירגערלעכן גט. איך קען נאָך אַלץ נישט גלייבן, וואָס איז געשען מיט מײַן לעבן.

מײַן געוועזענע פֿרוי און איך האָבן זיך געטראָפֿן אין אַ שול פֿאַר ציין־דאָקטערײַ. מיר זענען ביידע ציין־דאָקטוירים אין ניו־דזשערזי און זענען ביידע אַקטיוו אין דער "אַבסאָלווענט־פּראָגראַם" (alumni affairs) פֿון אונדזער שול. תּמיד האָב איך אַרויסגעקוקט אויף דער יערלעכער סעודה פֿון דער פּראָגראַם, אָבער דאָס יאָר, ווייס איך נישט צי איך וועל בכלל גיין. נישט געקוקט אויף דער בולטער פּראָבלעם, וואָס מײַן לאָוראַ וועט דאָרטן זײַן, וויל איך נישט יעדן דערציילן, אַז איך האָב זיך שוין געגט. מיר האָבן גיך חתונה געהאַט, און איך קען זיך שוין פֿאָרשטעלן, וואָס אַלע וועלן טראַכטן — "איך האָב אים געזאָגט!"

זאָל איך גיין אָדער בלײַבן אין דער היים?

טרויעריקער "סינגל־מאַן"


טײַערער טרויעריקער סינגל־מאַן,

אין דער דאָזיקער שווערער צײַט פֿון אײַער לעבן, מיין איך, אַז ס׳איז וויכטיק אויפֿצוהאַלטן די קאָנטאַקטן מיט פֿרײַנד און קאָלעגעס. ס׳איז בפֿירוש נישט קיין גוטע צײַט זיך צו דערווײַטערן פֿון אַנדערע. אָבער איך בין מסכּים מיט אײַך, אַז איר וועט נישט האָבן הנאה בײַ דער סעודה, אויב איר דאַרפֿט יעדן דערציילן וועגן גט.

איך וואָלט אײַך געעצהט, איר זאָלט אָנשרײַבן אַ בליצבריוו צו אײַערע נאָענטע פֿרײַנד און קאָלעגעס. דערציילט זיי, אַז "צום באַדויערן האָב איך און לאָוראַ זיך געגט, און איך קוק אַרויס אויף דער געלעגנהייט אײַך צו טרעפֿן אויף דער סעודה", אַז איר האָט געוואָלט זיי לאָזן וויסן וועגן דעם, כּדי אויסצומײַדן אומגעלומפּערטע סיטואַציעס. דאָס וועט, צום ווייניקסטנס, פֿאַרקלענערן די צאָל פֿראַגעס, וואָס מע וועט אײַך שטעלן וועגן גט אויף דער סעודה. געדענקט, אַז איר זענט קיינעם נישט מחויבֿ צו דערקלערן וואָס ס׳איז געשען. מיטן רעכטן פֿוס!


טײַערע חזנטע,

איך קען נישט אויפֿשטיין אין דער פֿרי. איך בלײַב אין בעט נאָך דעם ווי איך גיב אַ קלאַפּ צען מאָל דעם "נודניק"־קנעפּל אויפֿן וועקזייגער. איך טו אָן גיך אַ פּאָר הויזן און העמד און לויף צו דער אַרבעט און קום אָן פּונקט צו דער צײַט — אָבער איך בין מיד דעם גאַנצן פֿרימאָרגן. וואָס זאָל איך טאָן?

פֿויליאַק


טײַערער פֿויליאַק,

איר האָט קיין מאָל נישט געהערט פֿון פֿרישטיק? פֿון קאַווע? פֿון אַ שפּריץ אין דער פֿרי זיך אויפֿצופֿרישן?

* * *
איר האָט שאלות אין "הלכות־ליבע?" שיקט אַ בריוו — אויף ייִדיש אָדער ענגליש — צו חזנטע סלעק:
HazzanAri@yahoo.com
אָדער
Cantors Office
10400 Wilshire Blvd
Los Angeles, CA 90024

Highlight or double-click any word to see its English translationxDon't show again