פּאָליטיק

איך בין ניט באַקאַנט מיט אַנאַטאָלי מוטשניק, וואָס איז אַ תּושבֿ פֿון דער באַרימטער אוקראיִנישער שטאָט פּאָלטאַווע. אָבער זײַן מאַנקאָליע זעט אויס זייער מאָדנע — איך וואָלט מורא געהאַט צו פֿירן געשעפֿטן מיט אַזאַ מענטש. שטעלט זיך פֿאָר: פּאַן מוטשניק האָט אַ מאה דיפּלאָמען, וואָס האָט אים באַזאָרגט מיט אַן אָרט אינעם גינעס-בוך פֿון רעקאָרדן. קיין געלערנטער איז ער, אייגנטלעך, ניט. צוריק גערעדט, קיין געלערנטער יאָגט זיך ניט נאָך צענדליקער דיפּלאָמען. אַנאַטאָלי מוטשניק איז, אַ פּנים, אַ גוטער געשעפֿטמאַן — ער האָט געעפֿנט עטלעכע פּריוואַטע לערן־אַנשטאַלטן, אַ נעץ קראָמען וואָס האַנדלען מיט שיך, און זײַן ווײַב האָט ניט לאַנג צוריק באַקומען פֿון אים אַ שיינע מתּנה — אַן אייגענעם רעסטאָראַן. גלײַכצײַטיק איז אַנאַטאָלי מוטשניק אַ ייִדישער אַקטיוויסט — ער שטייט בראָש דעם "ייִדישן פֿאָנד פֿון אוקראַיִנע". איך ווייס ניט, וואָס דאָס מיינט, ווײַל אוקראַיִנע איז רײַך מיט צענדליקער ייִדישע פֿאָנדן און אָרגאַניזאַציעס. עס שאַפֿט זיך אַן אײַנדרוק, אַז איטלעכער רײַכער ייִד האָט זיך דאָרטן זײַן אייגענע אָרגאַניזאַציע.

אַזוי צי אַזוי, אָבער אין אָקטאָבער האָט מוטשניק באַקומען קלעפּ, דווקא מצד אַ פּאָר היגע פּאָליציאַנטן. דער קאָנפֿליקט האָט זיך צעברענט אַרום די אויטאָס — מוטשניק האָט צופֿעליק פֿאַרטשעפּעט דעם אויטאָ, וווּ עס זײַנען געזעסן די פּאָליציאַנטן. יענע איז עס, אַ פּנים, ניט געפֿעלן געוואָרן און זיי האָבן פֿון דעם קיין סוד ניט געמאַכט. הקיצור, די גאַנצע געשיכטע האָט זיך נאָך ניט פֿאַרענדיקט. מוטשניק האָט פֿון די איבערלעבענישן באַקומען אַ האַרצווייטיק, און אין דער פּרעסע, בפֿרט אין ישׂראל, איז עס פֿאַרטײַטשט געוואָרן, ווי אַן אַקט פֿון אַנטיסעמיטיזם.

ס׳איז ניט אויסגעשלאָסן, אַז אַזוי איז עס טאַקע געווען. אָבער איך קען ניט פֿאַרשטיין: וואָס האָבן אַזעלכע לײַט ווי מוטשניק דערוואַרט? אוקראַיִנע איז אַ לאַנד, וווּ אַנטיסעמיטיזם איז עלטער פֿון דעם אַמעריקאַנער ראַסיזם. מיט אוקראַיִנע זײַנען פֿאַרבונדן אַזעלכע שחיטות ווי גזירות תּ״ח ותּ״ט און די פּאָגראָמען אין יאָר 1919 און 1920. אוקראַיִנישע פּאָליציאַנטן, און ניט נאָר פּאָליציאַנטן, האָבן זיך אויסגעטיילט אויך אין די חורבן-צײַטן. איך דערמאָן היסטאָרישע פֿאַקטן, ווײַל די הײַנטיקע נאַציאָנאַליסטישע אוקראַיִנישע מיטאָלאָגיע שטעלט אויבנאָן ווייניק-סימפּאַטישע פּערזענלעכקייטן צי סתּם מערדער, וואָס זײַנען געווען ניט בעסער פֿון די נאַציסטן, לכל-הפּחות וואָס שייך די ייִדן. קען מען עס בײַטן אין משך פֿון אַ קורצער צײַט? אַוודאי ניט.

נאָך מער: דער איצטיקער מצבֿ אין אוקראַיִנע מאַכט ניט גרינגער די ייִדישע פֿראַגע. פֿון איין זײַט, זײַנען ס׳רובֿ אוקראַיִנישע ייִדן אַוועקגעפֿאָרן און וווינען איצט אין ישׂראל, אַמעריקע, דײַטשלאַנד צי אין אַנדערע לענדער. צווישן די פֿאַרבליבענע ייִדן האָבן אייניקע זיך גוט אַרויסגערוקט, מאַכנדיק געשעפֿטן צי שפּילנדיק עפּעס אַ ראָלע אין פּאָליטישן לעבן. עס זײַנען דאָ בר-מזלס, וואָס קאָמבינירן ביידע זאַכן. אין לאַנד, וווּ די עקאָנאָמישע לאַגע איז זייער אַ שווערע און וווּ די קאָמוניסטישע אידעאָלאָגיע האָט געמאַכט פֿאַר שׂונאים אַלע רײַכע לײַט, וואַרפֿן זיך באַלד אין די אויגן דווקא די ייִדישע נעמען צווישן די איצטיקע אוקראַיִנישע אָליגאַרכן.

איינער פֿון זיי, אַלכּסנדר פֿרענקעל, וואָס איז אַ דעפּוטאַט אין דעם פּאַרלאַמענט (ראַדאַ) און דער פֿאָרזיצער פֿון ייִדישן אוקראַיִנישן קאָמיטעט (נאָך איין "קאָמיטעט"!), האָט לעצטנס אָפֿן גערעדט וועגן אַנטיסעמיטישע שטימונגען צווישן אייניקע הויכגעשטעלטע לײַט אין דער רעגירונג און אין דער אַדמיניסטראַציע פֿונעם פּרעזידענט. אַ פֿאָרשטייער פֿון דער אַדמיניסטראַציע איז גלײַך אַרויסגעטראָטן קעגן אַזעלכע פֿעסטשטעלונגען און, בשעת-מעשׂה, דערקלערט, פֿאַר וואָס מע טאָר ניט רעאַליזירן קיין פּראָגראַמען פֿון רעסטיטוציעס: אין דעם איצטיקן עקאָנאָמישן און פּאָליטישן קלימאַט וואָלט עס אויפֿגעהויבן אַ סכּנותדיקע כוואַליע פֿון אַנטיסעמיטיזם.

די אוקראַיִנישע געשיכטע איז פֿול מיט ייִדישע פּראָבלעמען. בעת די ייִדישע אָרגאַניזאַציעס פּראָטעסטירן קעגן דער מיטאָלאָגיזאַציע פֿון גזלנים, בפֿרט פֿון סימאָן פּעטלוראַ און פֿון די נאַציסטישע שותּפֿים, רוקט אַרויס דער נאַציאָנאַליסטישער צד זייערע טענות. למשל, אַז אין די יאָרן פֿונעם "האָלאָדאָמאָר" (הונגער), 1932 און 1933, וואָס ווערט איצט פֿאַרטײַטשט ווי גענאָציד פֿון די אוקראַיִנער מצד דער סאָוועטישער מאַכט, זײַנען ס׳רובֿ פֿירער פֿון די רעפּרעסיווע אָרגאַנען אין אוקראַיִנע געווען ייִדן: 45 פֿון 66. און נאָך אַזעלכע חשבונות.

איך האָב געעפֿנט אַ פּאָר אינטערנעץ-זײַטלעך, וווּ מע האָט דערציילט וועגן אַלכּסנדר פֿעלדמאַנס דיאַגנאָז לגבי אַנטיסעמיטיזם, און איבערגעלייענט די קאָמענטאַרן, אין רוסיש און אוקראַיִניש, וואָס דער עולם האָט איבערגעלאָזט אויף די דאָזיקע זײַטלעך. עס ווערט פּריקרע און אַפֿילו שרעקלעך צו לייענען די דאָזיקע "פּירושים". לויט זיי קומען אַלע צרות פֿון די ייִדן, בפֿרט פֿון אַזעלכע נײַ־אויפֿגעקומענע ווי פֿעלדמאַן. צי הייסט עס, אַז נאָר אַנטיסעמיטן באַטייליקן זיך אין אַזעלכע אינטערנעץ-דיסקוסיעס? דאָס ווייס איך ניט. אָבער דער אײַנדרוק בלײַבט, אַז זיי, די אַנטיסעמיטן, דאָמינירן. אַזוי האָט זיך עס געפֿירט אין משך פֿון יאָרהונדערטער. מע זעט דערווײַל ניט קיין סיבות, פֿאַר וואָס דער מצבֿ זאָל זיך בײַטן.