טעאַטער
אליס פּײַטאָן און ריטשאַרד מאַזור אין "אָלדסמאָבילס"
אליס פּײַטאָן און ריטשאַרד מאַזור אין "אָלדסמאָבילס"

פֿון דער "מאַנהעטן־בריק" אין ניו־יאָרק איז נאָך קיינער נישט געשפּרונגען. פּאָפּולערער פֿאַר די שפּרינגערס איז דווקא "וואַשינגטאָן־בריק." דאָרט זעט מען פֿון צײַט צו צײַט יונגע און אַלטע, געזונטע און קראַנקע. אַלץ שפּרינגט. מסתּמא מיד געוואָרן פֿונעם לעבן, שפּרינגט מען. אָבער צו מאַכן אַ קאָמעדיע אין איין אַקט פֿון אַ שפּרינג־אַפֿערע, דאָס דאַרף מען טאַקע קענען. האָב איך זיך אַראָפּגעלאָזט אין שטאָט זען אַ פּיעסע וואָס ווערט איצט געשטעלט אין ״Flea-Theater״ (פֿלוי־טעאַטער) אין מאַנהעטן. די פּיעסע געדויערט פּונקט איין שעה, וווּ מען לאַכט מיט יאַשטשערקעס. ס׳ווענדט זיך אָבער צי מען איז אין די זעכציקער.

קום איך גלײַך צום פּסוק. די פֿאָרשטעלונג האָט צו טאָן מיט אַן עלטער ייִדיש פּאָרפֿאָלק, די "אָלדסמאָבילס," וואָס זײַנען נאָך אין גוטן, געזונטן צושטאַנד, אָבער דאָס האַלט זיי נישט אָפּ פֿון שרעקן זיך פֿאַר דער עלטער. מאַן און ווײַב, זיצן אויף דעם פּאָרענטש פֿון דער מאַנהעטן־בריק, קוקן אַראָפּ צום וואַסער און מאַכן אַ שטיקל סך־הכּל פֿון זייער לעבן, און וואָס עס שטייט זיי פֿאָר אין די קומענדיקע צען יאָר. זיצט דאָס פּאָרל אויף דער ראַמפּע פֿון דער בריק און פּלאַנירט צו שפּרינגען. אָבער איידער מען שפּרינגט, גיט מען זיך אָפּ אַ שטיקעלע דין־וחשבון פֿון זייער לעבן. און זיי קומען צום אויספֿיר, אַז עס איז געווען גוט, נישטאָ קיין סיבה צו נאַזשעקען (דאָס הייסט, באַקלאָגן זיך).

די אַלע געשעענישן דערמאָנען מיר אין אײַאָנעסקאַס ״Waiting for Godot״ (וואַרטנדיק אויף גאָדאָו). ס׳איז טאַקע אַן אַבסורד, אָבער זיי טענהן, אַז דאָס גאַנצע לעבן איז אַן אַבסורד. און ווען זיי קלערן זיך אַרײַן אין דער גלײַכגילטיקייט פֿונעם לעבן גופֿאַ מיט זײַנע קאָנסעקווענצן, קומען זיי צום אויספֿיר, אַז אַלץ איז הפֿקר פּעטרישקע. אַז דער גוף ענדערט זיך, ווערט פֿאַרעלטערט, בעת זייער גײַסט און דאָס אינערלעכע לעבן פֿירט גאָר אַן אַנדער בוכהאַלטעריע.

די פֿרוי (אליס פּײַטאָן) איז נישט פֿעיִק צו באַהערשן דעם צופֿלוס און אָפּפֿלוס פֿון אירע שוועבנדיקע געדאַנקען. איר מאַן (ריטשאַרד מאַזור) טראַכט אַ סך מאָל פּונקט פֿאַרקערט. זאָגט זי אים:

"דו ווייסט אַז הײַנטיקע צײַטן — זעכציק איז דאָס נײַע פֿערציק, און דאָס נײַע פֿערציק איז דאָס נײַע צוואַנציק און דער טויט איז דאָס נײַע פֿופֿציק."

וואָס אַן אמת איז דער דור, וואָס איז הײַנט אין די זעכציקער, געבוירן געוואָרן נאָך דער צווייטער וועלט־מלחמה. זיי ווילן בשום־אופֿן נישט שלום מאַכן מיט דער עלטער. זייערע קינדער ווידער, געדענק איך, אַז מען האָט זיי גערופֿן די ״Pepsi-Generation״ (פּעפּסי־דור), האָבן בכלל קיין אַנונג נישט אין וואָס עס האַנדלט זיך. איין זאַך ווייסן זיי יאָ, זיי וועלן בלײַבן אייביק יונג.

קערט מען זיך אום צוריק צו דעם פּאָרפֿאָלק אָלדסמאָבילס. דער אמת איז, אַז מאַן און ווײַב לײַדן נישט פֿון קיין ראַדיקאַלע אָדער כראָנישע קראַנקייטן, אָבער זיי באַמערקן ווי דער זכּרון דינט זיי שוין נישט ווי אַמאָל. און אויב נאָך די זעכציק פֿילט מען זיך נאָך אַלץ נישקשהדיק און האַלב מענטשלעך, איז געבליבן בלויז איין אויסוועג. פֿאַרוואָס נישט ענדיקן מיט זיך איצט, איידער עס ווערט צו שפּעט, ווען מען קוליעט אײַך שוין אויף אַ וועגעלע, ווען מען פּאַשעט זיך שוין מיט גאַנצע פּודן טאַבלעטן, און ווען מ׳קרעכצט און אָכצט פֿאַר ווייטיק. איז וואָס בלײַבט? מען רעדט וועגן די קינדער:

"די קינדער האַלטן זיך אין איין קלאָגן. מסתּמא ווײַל זיי זײַנען ייִדן."

"ווער זאָגט עס, אַז זיי זײַנען ייִדן?"

"ווי קומט עס וואָס זיי זײַנען נישט קיין ייִדן. זיי האָבן דאָך ייִדישע טאַטע־מאַמע."

"מיר זײַנען אויך קנאַפּע ייִדן, מישטיינס געזאָגט."

וואָס אַן אמת, לײַדן ביידע דורות פֿון דעם זעלבן חלאַת וואָס מען רופֿט בײַ אונדז — קולטורלאָזיקייט. געלט איז דאָ, שׂכל איז דאָ, אָבער ס׳פֿעלט זיי אַ פּינטעלע. מיט איין וואָרט, אויב זיי זײַנען די צווײַגן פֿון אַ ייִדישן קולטור־שטאַם, פֿעלט זיי דער וואָרצל. און אויב זיי האָבן ערגעץ אַ וואָרצעלע פֿון ייִדישקייט, איז עס שוין פֿון לאַנג פֿאַרדאַרט און פֿאַרלאָזט, ווײַל מען דאַרף דעם בוים באַוואַסערן. ווענדט זי זיך צום מאַן און מאַכט:

"איך מיין, ווי לאַנג וועלן מיר אַזוי אָנטרײַבן אויב מיר וועלן נישט שפּרינגען?"

רופֿט זיך אָן דער מאַן:

"איך הייב נישט אָן צו וויסן, אפֿשר וועט מען דערלעבן צו אַ הונדערטער, און אפֿשר ביז הונדערט און פֿינף און צוואַנציק. אָבער דעמאָלט וועט מען שוין האָבן אַרײַנגעשטעלט נײַע לענדן (hips), נײַע קניגעלענקן און, דער עיקר, מיר וועלן מסתּמא אַדורכגיין אַ האַרץ־אָפּעראַציע וווּ מען וועט אין אונדז אַרײַנפֿלאַנצן אַ רערעלע וואָס מען וועט דערצו שעכטן אַ קו אָדער אַ חזיר. דו פֿאַרשטייסט, די דאָקטוירים ווילן אונדז שטראָפֿן מיט אַ לאַנג לעבן."

וואָס אויף דעם האָט שוין די פֿרוי אַ פֿאַרטיקן ענטפֿער:

"מיר וועלן טאַקע דערלעבן צו אַ לענגער לעבן, וואָס דאָס וועט זײַן די סיבה פֿון אַ לענגערן טויט."

זיי טרייסטן זיך ביידע, אַז מיטן שפּרינגען אין וואַסער וועלן זיי זיך פֿאַרשפּאָרן די מאָטאָריזירטע בענקעלעך, מיט האַרץ־פּראָבלעמען. די גראָבע קישקע וועט גיין אַ גאַנג, דער esophagus (שפּײַזרער) אין מאָגן וועט מאַכן קונצן, און דער עיקר קינדערלעך, די פּראָסטאַטע.

דערווײַל זאַמלט זיך אונטער דער בריק אַן עולם נײַגעריקע פֿאַרבײַגייער, פּאָליציי, פֿײַער־לעשער, דער מעיאָר פֿון שטאָט, אַקטיאָרן וואָס זוכן פּירסום און אין צווישן, אַ גלח. ווייסט מען דאָך שוין וואָס דער גלח וויל. זײַן עבֿודה איז צו רעדן וועגן גאָט, וועגן יענער וועלט, וועגן דער הייליקייט פֿונעם לעבן און נאָך אַ שלל מיט טעסטאַמענטן. וויל די שפּרינגערקע דווקא וויסן צי דער גלח גלייבט טאַקע אין גאָט... וואָס דערויף ענטפֿערט איר דער מאַן:

"אויב עס איז פֿאַראַן אַ גאָט, איז ער נעבעך אוממעכטיק."

וואָס דערויף רופֿט זיך אָפּ דער גלח, וועלכער רעדט צו זיי דורך אַ מיקראָפֿאָן:

"אויב איך וועל אײַך אויסזאָגן דעם סוד פֿונעם לעבן..."

אָבער די פֿרוי וואַרט נישט אויף קיין ענטפֿער און שרײַט אַראָפּ צום גלח:

"איך קען אײַך אויפֿקלערן דעם סוד פֿונעם לעבן אַליין." דער מאַן כאַפּט איר אויס:

"דאָס לעבן באַשטייט פֿון צײַט".

און נאָך אַ זאַך דאָקוטשעט די שפּרינגערקע און זי קען זיך דאָס נישט שענקען; הלמאַי איר דור איז געווען אַ גוט־דערצויגענער, אַ קולטורעלער דור און זי גיט צו:

"מיר זײַנען געווען דער לעצטער דור צו ווערן דערצויגן."

ביידע שפּרינגערס האָבן מורא פֿאַרן טויט. וואָס קען דער טויט טאָן אין דער אמתן? ער קען בלויז דערהרגענען, איז צו וואָס וואַרטן, אַז זיי קענען זיך נעמען אַליין.

דערווײַל קומען אָן די קינדער. זיי רעדן אָפּ די עלטערן פֿונעם שפּרינגען, אָבער ס׳נעמט נישט לאַנג און זיי פֿאַרלירן דאָס געדולד און דעם חשק זיך צו פֿאַרנעמען מיט זיי. פֿאַרלאָזן זיי און גייען אַהיים.

דער עיקר, האָט די פּיעסע צו טאָן סײַ מיט דער עלטער, מיטן לעבן, מיט דער מורא אַלט צו ווערן. בדרך־כּלל בעט מען דאָך אויף אַריכות־ימים. אָבער ווען די אַריכות־ימים באַווײַזט זיך, מאַכט זי אָן אַ גראַטשקע מיט אַ חורבן פֿון דער גאַנצער גדולה; פֿונעם גאַנצן לאַנגן לעבן. און אַז מ׳הערט זיך צו צו די וויסנשאַפֿטלער און מעדיקער, שטייען מיר אויף דער שוועל פֿון אַנטדעקן די גענע פֿון יוגנט. און אין דער צוקונפֿט וועט קיינער שוין נישט ווערן אַלט. בלײַבט די פֿראַגע, וווּ וועט זיך אַהינטאָן דער טויט? ער וועט דאָך בלײַבן אַרבעטסלאָז און גיין אויף פּענסיע, לעבן אויף סאָציאַלער פֿאַרזיכערונג און ענדיקן זײַן זיקנה ערגעץ אין ״Assistant Living״ (עלטערהיים), פֿאַרגעסן זײַן פֿונקציע און אָנווערן זײַן מאַכט. אָרעמער מלאך־המוות.

פֿאַרשטייט זיך, אַז איך וועל אײַך נישט אויסזאָגן דעם סוף פֿון דער פּיעסע. איר וועט מסתּמא וועלן זי זען אַליין. די טראַגי־קאָמעדיע געדויערט נישט מער ווי אַן אויגנבליק.

די פּיעסע האָט געשריבן דער באַגאַבטער דראַמאַטורג ראַדזשער ראָזנבלאַט. זײַן רענאָמע ציט זיך דורך צענדליקער ביכער, ״News-hour,״ מיט דזשים לערער אויף PBS, און איך קען דאָ נישט אויסרעכענען וויפֿל אויסצייכענונגען ער האָט ביז אַהער באַקומען פֿאַר זײַנע פּובליקאַציעס וואָס זײַנען איבערגעזעצט געוואָרן אויף דרײַצן שפּראַכן. רעזשיסירט האָט די פּיעסע דזשים סימפּסאָן אויף אַ גלאַטיקן און שעפֿערישן אופֿן. די צוויי גאָר באַגאַבטע און טאַלאַנטירטע אַקטיאָרן, ריטשאַרד מאַזור און עליס פּײַטאָן באַווײַזן וווּנדער אויף דער בריק. דאָס קליינע "פֿלוי־טעאַטערל" געפֿינט זיך אויף 41 White Street און Church Street, נישט ווײַט פֿון דעם ״World Trade Center,״ וואָס ווערט איצט רעמאָנטירט. איר קענט זיך אויך פֿאַרשטענדיקן מיט דער קאַסע טעלעפֿאָניש: 3101־352 (212).