בײַ אונדז ייִדן זאָגט מען: אַ נײַער דור, אַ נײַער ניגון. דער "ניגון" פֿון נײַעם דור, דער דור פֿון 21סטן יאָרהונדערט, איז געוואָרן קאָמפּיוטערײַ. די הײַנטיקע קינדער, נאָך איידער זיי הייבן אָן רעדן, ציִען זיי זיך שוין מיט די הענטעלעך צו די קאָמפּיוטער־קנעפּלעך. מסתּמא איז עס גוט, אָבער ווי יעדע נײַע אַנטדעקונג, ברענגט קאָמפּיוטערײַ אַרײַן אין אונדזער לעבן סײַ גוטס און סײַ שלעכטס; עס ווענדט זיך ווידער, וועמעס "הענטעלעך" ציִען זיך צו די קאָמפּיוטער־קנעפּלעך.
אַנטקעגן וואָס האָבן מיר עס דערמאָנט? לעצטנס, האָט אַ באַוווּסטע קאָמפּאַניע פֿון אינטערנעץ־זיכערהייט McAfee פֿאַרענפֿטלעכט אַ באַריכט, אין וועלכן עס ווערט באַטאָנט, אַז ס'איז געוואָרן אויס פֿאַנטאַסטיש צו פֿירן מלחמות אין די אינפֿאָרמאַציע־נעצן. נאָך מער, אַנאַליזירנדיק די לעצטע קאָמפּיוטער־אַטאַקן, וואָס זײַנען פֿאָרגעקומען אין פֿאַרשידענע לענדער, קומט מען צום אויספֿיר, אַז אין אַ היפּשער צאָל פֿאַלן קומען די אַטאַקן פֿאָר צוליב פּאָליטישע צוועקן.
אין שײַכות מיט דעם, גרייטן אַ סך לענדער מיט אַן אַנטוויקלטער קאָמפּיוטער־נעץ זיך קעגנצושטעלן די קאָמפּיוטער מלחמות. באַזונדערס אַקטיוו זײַנען אין דעם זין פֿינעף לענדער: ענגלאַנד, דײַטשלאַנד, פֿראַנקרײַך, כינע און צפֿון־קאָרעע. די לעצטע צוויי זײַנען שוין נישט איין מאָל געכאַפּט געוואָרן בײַם אַרײַנדרינגען אויף אַ האַקערישן אופֿן אין די וויכטיקע קאָמפּיוטער־סיסטעמעס פֿון די מערבֿ־לענדער.
אינעם באַריכט ווערט אויך געזאָגט, אַז אויב עס וועט אַזאַ מין ווירטועלע וועלט־מלחמה פֿאָרקומען, וועלן די ערשטע אָביעקטן פֿאַרניכטעט צו ווערן זײַן פֿאַרבונדן מיט דער אינפֿראַסטרוקטור. ס'איז שווער הײַנט צו געפֿינען אַזאַ סעקטאָר פֿון עקאָנאָמיע, פֿינאַנצן, קאָמוניקאַציע וכּדומה, וואָס זאָל נישט זײַן דירעקט אָפּהענגיק פֿון קאָמפּיוטערײַ.
מיליאָנען דאָלאַרן ווערן הײַנט אַרײַנגעלייגט אינעם שאַפֿן ספּעציעלע סטרוקטורן, וועלכע פֿאַרנעמען זיך מיטן אויסאַרבעטן שוץ־מיטלען צו פֿאַרטיידיקן די נאַציאָנאַלע אינפֿראַסטרוקטור פֿון די ווירטועלע אַטאַקן. ס'איז באַוווּסט, אַז אַמעריקע בעת דער מלחמה אין איראַק האָט שוין אויסגעפּרוּווט איר אייגענע מיטלען פֿון אָפּעראַטיווע אַטאַקן. זיי ווערן ווײַטער אויסגענוצט אין קאַמף קעגן טעראָריזם.
עס איז נישט אויסגעשלאָסן, אַז די הײַנטיקע קינדער, וואָס פֿאַר זיי איז דערווײַל דער קאָמפּיוטער אַ פֿאַרכאַפּנדיק שפּילעכל, זאָלן מאָרגן פֿאַרדרייט ווערן אין דער שטילער, אָבער נישט ווייניק סכּנותדיקער מלחמה פֿון פֿאַרניכטן די מענטשלעכע ציוויליזאַציע.
גיי, דערציילן דעם הײַנטיקן דור די מעשׂה, אַז קין האָט דערהרגעט זײַן ברודער הבֿל מיט אַ פּשוטן שטיין.
אַן עצה־געבער גיט אַן עצה
די וואָך האָט אין ישׂראל אָפּגעשטאַט אַ וויזיט בריוס רידעל, דער עצה־געבער בײַם פּרעזידענט באַראַק אָבאַמאַ וועגן מיטעלן מיזרח און דרום־אַזיע, וואָס טראָגט דאָס אַחריות פֿאַרן קאָאָרדינירן די נײַע אַמעריקאַנער סטראַטעגיע אין אַפֿגאַניסטאַן. פֿון זײַנע צוויי עפֿנטלעכע אויפֿטריטן אין תּל־אָבֿיבֿער אוניווערסיטעט און אויף די שפּאַלטן פֿון The Jerusalem Post ווערט קלאָר, אַז די איצטיקע אַדמיניסטראַציע אין "ווײַסן הויז" שאָקלט זיך אָפּ פֿון לייזן די פּראָבלעם פֿון דער איראַנישער נוקלעאַרער פּראָגראַם דורך אַ מיליטערישן אָנגריף. ווי עס דערקלערט רידעל, קאָן וואַשינגטאָן זיך הײַנט נישט דערלויבן אַזאַ אַקציע, צוליב דער סכּנה אַרײַנגעשלעפּט צו ווערן, נאָך איראַק און אַפֿגאַניסטאַן, אין אַ דריטער מלחמה.
חוץ די אַלע ריזיקע הוצאָות, וואָס וואַשינגטאָן לייגט אַרײַן אין די צוויי אָנגייענדיקע מלחמות (אויסצוהאַלטן נאָר איין אַמעריקאַנער סאָלדאַט קאָסט אָפּ דעם שטײַערצאָלער איין מיליאָן דאָלאַר אַ יאָר!), דראָט אַ גוואַלדיקע געפֿאַר פֿון פּאַקיסטאַן, אַ נוקלעאַרע מדינה, וווּהין די טאַליבאַנער טעראָריסטן רײַסן זיך מיט אַלע זייערע פֿינצטערע כּוחות. באַזעצט מיט פֿאַנאַטיש־פֿאַרגלייבטע סוניטן, קאָן דאָס לאַנד זיך פֿאַרוואַנדלען אינעם גרעסטן ספּאָנסאָר פֿון וועלט־טעראָריזם, און קודם־כּל, צו פֿאַרשטאַרקן די מאַכט פֿון "כאַמאַס".
בריוס רידעל האָט געגעבן צו פֿאַרשטיין, אַז די רעסורסן פֿון אַמעריקע זײַנען באַגרענעצט, בפֿרט, אַז פֿריִער אָדער שפּעטער וועט אָבאַמאַ אָננעמען דעם גורלדיקן באַשלוס צו שיקן קיין אַפֿגאַניסטאַן נײַע מיליטערישע טיילן און נאָך טיפֿער אײַנגעזונקען ווערן אין דעם טייטלעכן זומפּ. דערמיט האָט דער הויכגעשטעלטער פּאָליטיקער געגעבן דער ישׂראל־רעגירונג אַן עצה זיך אָפּצוהאַלטן פֿון מיליטערישע מעשׂים קעגן איראַן.