חורבן
סאָניע מאַדייסקער
סאָניע מאַדייסקער

הײַנטיקן זומער בין איך געווען אין ווילנע, געגאַנגען אויף דער גאַס, וואָס האָט געהייסן "סאָניע מאַדייסקער־גאַס". הײַנט הענגט אַן אַנדער שילדל: "בלומען־גאַס". די הײַנטיקע שטאָט־באַלעבאַטים האַלטן, אַז סאָניע מאַדייסקער איז ניט ווערט דעם נאָמען פֿון אַ גאַס אין דער שטאָט, וווּ זי איז געבוירן, געקעמפֿט און העלדיש אומגעקומען.

די פּוילישע רעגירונג האָט באַלוינט די ווילנער ייִדישע העלדין סאָניע מאַדייסקער נאָכן טויט מיטן העכסטן פּוילישן אָרדן "ווירטוטי מיליטאַרי". די סאָוועטישע רעגירונג האָט זי באַלוינט מיטן אָרדן "פֿאָטערלענדישע מלחמה — ערשטע מדרגה". יוליוס פֿוטשיק האָט געשריבן: "זאָלן די געפֿאַלענע אין שלאַכט אײַך זײַן נאָנט ווי פֿרײַנד, ווי אייגענע, ווי איר אַליין!" אָבער הײַנט זײַנען פֿאַראַן אַזוינע, וועלכע באַמיִען זיך, אַז אַזאַ דערהויבענע געשטאַלט זאָל מען בכלל פֿאַרגעסן. און זיי האָבן, צום באַדויערן, זייער ציל טיילווײַז דערגרייכט...

אין די 20ער און 30ער יאָרן פֿון פֿריִערדיקן יאָרהונדערט האָט די משפּחה מאַדייסקער געלעבט אין ווילנע אויף מאַקאָווע 16, בשכנות מיט אונדזער משפּחה. דער ראָש פֿון דער משפּחה, העשל מאַדייסקער, איז געווען אַ חבֿר פֿון מײַן טאַטן יצחק גאַראָן. ער איז געווען אַ לערער, אָבער פֿון לערערײַ איז געווען שווער אויסצוהאַלטן אַ משפּחה מיט פֿיר קינדער. האָט ער זיך גענומען צו מיסחר. העשל מאַדייסקער האָט געהאַט דרײַ טעכטער–שיינהייטן — צעסיע, סאָניע און דינה. איך געדענק זיי אַלע דרײַ. מיר האָבן זיך געלערנט אין דער ווילנער ייִדישער גימנאַזיע פֿון סאָפֿיע גורעוויטש. און געהאַט האָט העשל פֿון די טעכטער געברענטע צרות — פֿלעגט איינע אַרויסגיין פֿון טורמע, פֿלעגט די צווייטע אַרײַנפֿאַלן. זיי זײַנען געווען רעוואָלוציאָנערקעס, קאָמוניסטקעס.

סוף דעצעמבער 1941 האָבן זיך אין ווילנער געטאָ געהיים געטראָפֿן די געוועזענע מיטגלידער פֿון דער קאָמוניסטישער פּאַרטיי פֿון מערבֿ־ווײַסרוסלאַנד איציק וויטענבערג, בער שערשניעווסקי, כיענע באָראָווסקי, ראָזאַ שערשניעווסקי, שיינע לונסקי, יאַנקל קאַפּלאַן און די פֿאָרשטייערין פֿון קאָמיוג, סאָניע מאַדייסקער. דאָס איז געווען דער אָנהייב פֿון קאַמף קעגן דעם פֿאַשיסטישן אָקופּאַנט. ס׳איז געשאַפֿן געוואָרן אַן אָרגאַניזאַציע, צו וועלכער, חוץ די קאָמוניסטן, זײַנען צוגעשטאַנען די בונדיסטן און די ציוניסטישע יוגנט. דער אָנפֿירער פֿון ווילנער "השומר־הצעיר", דער פּאָעט אַבא קאָוונער האָט געזאָגט, אַז "אונדזערע עלטערן האָבן געהאַט אַ גאָט און געגלייבט אין משיחן. אונדזער משיח איז די רויטע אַרמיי. איך בין זיכער, אַז זי וועט זיגן".

עס איז געגרינדעט געוואָרן די פֿאַראייניקטע פּאַרטיזאַנער־אָרגאַניזאַציע (פֿפּ״אָ). ווי קאָמאַנדיר פֿון דער אָרגאַניזאַציע איז אויסגעוויילט געוואָרן איציק וויטענבערג. די אויפֿגאַבעס פֿון דער אָרגאַניזאַציע זײַנען געווען דאָס צוגרייטן אַ באַוואָפֿנטן ווידערשטאַנד אין פֿאַל, ווען דער שׂונא וועט פּרובירן ליקווידירן די געטאָ, אָרגאַניזירן סאַבאָטאַזש־ און דיווערסיע־אַקטן, זיך פֿאַראייניקן מיט די סאָוועטישע פּאַרטיזאַנער, העלפֿן דער רויטער אַרמיי.

וועגן ייִדישן ווידערשטאַנד איז ניט ווייניק שוין געשריבן געוואָרן און די טעמע איז, ווײַזט אויס, ווײַט ניט אויסגעשעפּט. דאָ וועל איך נאָר באַמערקן, אַז זייער וויכטיק זײַנען דאַן געווען די קאָנטאַקטן אויסער דער געטאָ, מיט דער ליטווישער אונטערערדישער אָרגאַניזאַציע אויף דער אַרישער זײַט, מיט וועלכער ס׳האָט אָנגעפֿירט דער קאָמוניסט יואָזאַס וויטאַס, און מיט דער פּוילישער אַנטיפֿאַשיסטישער אָרגאַניזאַציע אונטער דער אָנפֿירונג פֿון יאַן פּשעוואַלסקי. דעם 8טן מײַ 1943 האָבן די ביידע אָרגאַניזאַציעס, צוזאַמען מיט די קאָמוניסטן פֿון פֿפּ״אָ געגרינדעט דעם אונטערערדישן ווילנער קאָמיטעט פֿון דער ליטווישער קאָמוניסטישער פּאַרטיי, וועלכער האָט אָנגעפֿירט מיטן אַנטיפֿאַשיסטישן ווידערשטאַנד אין ווילנע, געהאָלפֿן דער פֿפּ"אָ אין געטאָ מיט געווער, אַרויספֿירן די קעמפֿער אין וואַלד צו די פּאַרטיזאַנער אאַז״וו. מיטגלידער פֿון דעם קאָמיטעט זײַנען געווען איציק וויטענבערג און בער שערשניעווסקי. סאָניע מאַדייסקער איז געווען דער סעקרעטאַר פֿון דער ווילנער קאָמיוג־אָרגאַניזאַציע אין געטאָ. זי איז אין שטאָט אַרומגעגאַנגען אָן דער געלער לאַטע מיט אַרישע פּאַפּירן פֿון קאַטאַזשינאַ ראָמאַנאָווסקאַ; געווען די בריק, די פֿאַרבינדלערין פֿון פֿפּ״אָ.

אָבער די געשעענישן האָבן זיך אַנטוויקלט אַנדערש.

דעם 15טן יולי 1943 אין אָוונט האָט דער פֿאָרזיצער פֿון ווילנער "יודענראַט" יעקבֿ גענס אַרויסגערופֿן די מיטגלידער פֿון שטאַב פֿון פֿפּ״אָ אין "יודענראַט". ווען זיי זײַנען געקומען, האָט גענס גערופֿן צוויי ליטווישע פּאָליציסטן, וואָס האָבן אַרעסטירט דעם קאָמאַנדיר פֿון שטאַב איציק וויטענבערגן און געשמידט אים אין קייטן. נאָר בײַם טויער פֿון געטאָ האָט אַ גרופּע באַוואָפֿנטע מיטגלידער פֿון דער פּאַרטיזאַנער־אָרגאַניזאַציע אים אָפּגעשלאָגן. באַוואָפֿנטע פּאַרטיזאַנער האָבן פֿאַרנומען זייערע פּאָזיציעס אין די אַרומיקע הייף און זײַנען געווען גרייט זיך צו פֿאַרטיידיקן. דאַן האָט די "געסטאַפּאָ" דורך גענסן איבערגעגעבן אַן אולטימאַטום: אויב וויטענבערג וועט ביז 10 אין דער פֿרי דעם 16טן יולי זיך ניט אונטערגעבן, וועט די געטאָ ווערן ליקווידירט. "ליקווידירט" — דאָס הייסט, אַז מען וועט אויסשעכטן אַלע צוואַנציק טויזנט אַסירים. גענס האָט צוזאַמענגערופֿן אַ פֿאַרזאַמלונג און זיך געווענדט צו טויזנטער ייִדן: "ברידער, אין געטאָ איז טעטיק אַ באַוואָפֿנטע אָרגאַניזאַציע. די דײַטשן פֿאָדערן וויטענבערג זאָל זיך אונטערגעבן. אויב ניט — וועלן זיי ליקווידירן די געטאָ. אײַער לעבן איז אין אײַערע הענט".

גענס האָט געוואָלט ניט נאָר אויספֿירן דעם באַפֿעל פֿון דער "געסטאַפּאָ", נאָר פֿאַר איינס אויך ליקווידירן די פּאַרטיזאַנער־אָרגאַניזאַציע. אַליין אָנהייבן מיט איר האָט ער מורא געהאַט. דערפֿאַר האָט ער באַשלאָסן פּטור צו ווערן פֿון איר אויף אַזאַ אופֿן.

פֿאַרן שטאַב פֿון פֿפּ״אָ האָט זיך געשאַפֿן די שווערסטע פּראָבלעם, פּשוט אַ טראַגישער שעקספּירישער סיוזשעט: "זײַן אָדער ניט זײַן?" אַרויסצוגעבן דעם קאָמאַנדיר, אָדער ניט אַרויסגעבן? וווּ איז עס געהערט געוואָרן, אַז פֿרײַהייט־קעמפֿער זאָלן אַרויסגעבן דעם שׂונא זייער קאָמאַנדיר; דעם חבֿר, וואָס האָט געגרינדעט די אָרגאַניזאַציע און זי געשטאַרקט? איציק וויטענבערג איז געווען פֿאַרקאָנספּירירט און באַהאַלטן. דער שטאַב פֿון פֿפּ״אָ האָט געדאַרפֿט באַשטימען זײַן גורל.

די געטאָ האָט אַרומגעכאַפּט אַ פּאַניק: "איינער אָדער צוואַנציק טויזנט", "אײַער לעבן איז אין אײַערע הענט" — אָט די ווערטער האָבן געקלונגען בײַ אַלעמען אין די אויערן. צום שטאַב זײַנען געקומען פֿאַרשיידענע דעלעגאַציעס, פֿרויען מיט קינדער אויף די הענט: "ראַטעוועט אונדז!" אַנדערע האָבן דערוויזן: "דעם דײַטש וועט איר ניט באַזיגן, אפֿשר קען מען זיך אויסקויפֿן?" פֿון די נאָרעס איז אַרויסגעקראָכן די ייִדישע אונטערוועלט: "גיט אַוועק אײַער גענעראַל!"

דער שטאַב באַראַט זיך. אייניקע זאָגן: "קעמפֿן, צו דעם האָבן מיר זיך געגרייט". די אַנדערע: "די געטאָ וועלן מיר צום קאַמף ניט מיטרײַסן, נאָר פּראָוואָצירן דעם אומקום, אָדער אַ ברודערקריג אין געטאָ, דאָס טאָר מען ניט דערלאָזן". עס זײַנען געווען אויך אַזוינע, וואָס זײַנען געווען גרייט "אומקומען שטאָלץ, מיט געווער אין האַנט". די אַנדערע: "דאָס איז אומפּראָדוקטיוו, מען דאַרף רעאַגירן מיט שׂכל". אָבער קיינער וואַגט ניט אַרויסצוזאָגן די פּאָר ווערטער: וויטענבערג זאָל זיך אונטערגעבן. ס׳וואָלט געווען גוט זיך צו באַראַטן מיטן שטאָטישן קאָמיטעט, אָבער די געטאָ איז בלאָקירט — קיינער קען ניט אַרויסגיין. און די צײַט גייט; מען מוז אָננעמען אַ באַשלוס!

אָבער ווי קען מען באַשליסן דעם גורל פֿון קאָמאַנדיר און אפֿשר אַפֿילו פֿון דער גאַנצער אָרגאַניזאַציע אין זײַן אָפּוועזנהייט. סאָניע זאָגט, אַז מען מוז וויסן זײַן מיינונג. ווער זאָל גיין צו אים? פֿאַרשטייט זיך, אַז סאָניע מאַדייסקער. אין אירע עטלעכע און צוואַנציק יאָר האָט סאָניע שוין דורכגעמאַכט קאַלט און וואַרעמס. זי האָט דערפֿאַרונג, זי האָט שוין לאַנג מיט וויטענבערגן פּאַרטיייִשע קאָנטאַקטן.

אָנהייב מלחמה איז זי צו פֿוס געלאָפֿן קיין ווילנע. די דײַטשן זײַנען קיין ווילנע געקומען פֿריִער פֿון איר. די ערשטע באַגעגעניש אין געטאָ איז געווען מיט איציק וויטענבערגן. זיי האָבן געדאַרפֿט קלאָר מאַכן די וויכטיקסטע פֿראַגע: בײַ די איצטיקע באַדינגונגען און איבערלעבונגען פֿון דער לעצטער צײַט, ווען ס׳איז ניט שווער אַראָפּצוגיין פֿון וועג, צי זײַנען זיי פֿאַרבליבן קאָמוניסטן ווי פֿריִער? ביידנס ענטפֿער איז געווען: אָן צווייפֿל. אין געטאָ גייט אויך דורך דער פֿראָנט פֿון דער מלחמה. סאָניע האָט פֿאַרזיכערט, אַז זי וועט אין שטאָט זיך פֿאַרבינדן מיט דער ליטווישער פּאַרטיי־אָרגאַניזאַציע.

און אָט גייט סאָניע ווידער צו איציק וויטענבערגן מיט אַזאַ טראַגישער מיסיע. וועגן זייער באַגעגעניש האָט דער שרײַבער שלמה בעליס אַזוי געשריבן:

"...אין אַ געהיימער באַהעלטעניש, אין אַ פֿאַרוואָרפֿענעם קעלער, טיף אונטער דער ערד זיצן איינער אַנטקעגן דעם אַנדערן וויטענבערג און סאָניע מאַדייסקער. סאָניע האָט אים איבערגעגעבן די לעצטע ידיעות, דעם אינהאַלט פֿון די רייד און די מיינונגען פֿון די חבֿרים. און ער זיצט, קוקט אַרײַן אין סאָניעס בלויע אויגן, וואָס זעען אויס איצט שוואַרץ און פֿאַרנעפּלט. ביידע שווײַגן... ער הייבט אויף דעם בליק, קוקט אויף סאָניע פֿאָרשנדיק און פּלוצעם פֿרעגט ער זי דאָס, וואָס ער האָט זיך באַלד פֿון דער ערשטער מינוט געקליבן צו פֿרעגן:

— סאָניע, ווי וואָלסטו געהאַנדלט אויף מײַן אָרט?

סאָניע לאָזט ניט אַראָפּ דעם בליק. דאָס איז דער שווערסטער מאָמענט אין איר לעבן.

— איך וואָלט אַרויס, — זאָגט זי שטיל, אָן שום אינטאָנאַציע.

— כ׳גלייב דיר, סאָניע, דיר גלייב איך. איך ווייס אַליין — אַזוי וואָלסטו געטאָן.

ער נעמט זי אַרום און קושט זי אין די ציטערנדיקע טרוקענע ליפּן...

— אַ שאָד, — האָט ער געזאָגט מיט טיפֿן צער, — כ׳האָב געחלומט צו שטאַרבן גאָר אַנדערש".

"...מען האָט אונדז אויסגעשטעלט אין אַ ריי אויף אָשמיאַנער־גאַס, — שרײַבט די געוועזענע מיטגלידערין פֿון פֿפּ״אָ און פּאַרטיזאַנקע רחל מאַרגאָליס אין איר בוך "אַ ביסל ליכט אין חושך", — פֿון אַ טיר איז אַרויס וויטענבערג, אַ בלאַסער, עטוואָס אײַנגעהויקערט, אין אַ מאַנטל מיט אַן אויפֿגעשטעלטן קראַגן. איך זע אים, פּונקט ווי דאָס וואָלט געווען הײַנט: ער גייט פֿאַרן סטרוי, יעדערן דריקט ער די האַנט. אָט גיט ער מיר די האַנט — אַ ווײַסע, אַ קאַלטע ווי אײַז, און קוקט מיר אין די אויגן. ער איז אַן אמתער העלד, — זיך אונטערגעוואָרפֿן דעם באַשלוס פֿון דער פּאַרטיי־אָרגאַניזאַציע, פֿון שטאַב, גייט אַליין צום טויט! אָט האָט ער זיך געזעגנט מיט אַלעמען, אַוועק אין דער זײַט פֿון 'יודענראַט’. עס גייען צו ייִדישע פּאָליציסטן. דערנאָך וועט מען אים אַרויספֿירן פֿון געטאָ דורכן הויף פֿון 'יודענראַט’, נאָר דאָס וועלן מיר שוין ניט זען".

אין בוך "פֿון ווילנער געטאָ" שרײַבט אַבֿרהם סוצקעווער, אַז אויפֿן פֿאַרהער אין "געסטאַפּאָ" האָט וויטענבערג ניט געשפּאָלטן די מויל. אויף מאָרגן איז דער 36־יאָריקער איציק וויטענבערג געווען טויט — זײַנע האָר זײַנען געווען פֿאַרברענט, די אויגן אויסגעשטאָכן און די געבונדענע הענט צעבראָכן.

* * *

סאָניע מאַדייסקער איז געווען פֿון די, וואָס האָבן אַ רויִק זאַט לעבן אויסגעביטן אויף טורמעס. פֿון דער עלטערער שוועסטער צעסיע האָט זי איבערגענומען דעם חוש פֿאַר גערעכטיקייט, סאָציאַלן יושר און זיך אָפּגעגעבן דעם קאַמף פֿאַר דעם — זי האָט געשטעלט אין קאָן איר פֿרײַהייט, איר יוגנט.

זײַענדיק אין אַכטן קלאַס פֿון גימנאַזיע, איז זי שוין געווען אַ גוטער קאָנספּיראַטאָר, געפֿירט אַגיטאַציע צווישן דער יוגנט. אין יאָר 1930 האָט מען זי אַרעסטירט. די 18־יאָריקע רעוואָלוציאָנערקע איז אָפּגעזעסן זעקס וואָכן אין דער לוקישער טורמע. ווי אַ מינדער־יאָריקע האָט מען זי אַרויסגעלאָזט "אונטערן אויפֿזיכט פֿון די עלטערן".

סאָניע איז שוין געווען אין שטראָם פֿון רעוואָלוציאָנערער אַרבעט און זיך אָפּשטעלן ניט געקענט. האַרבסט 1930 האָט מען זי ווידער אַרעסטירט. פֿאַר געהערן צו דער געהיימער קאָמיוג־אָרגאַניזאַציע, פֿאַרן באַטייליקן זיך אין אַ פֿאַרבאָטענער דעמאָנסטראַציע איז זי פֿאַרמישפּט געוואָרן צו צוויי יאָר אויסבעסערונגס־הויז. דעם 16טן מאַרץ 1933 איז סאָניע אַרויס פֿון תּפֿיסה, געקומען צוריק קיין ווילנע. זי האָט זיך ניט "אויסגעבעסערט", נאָר אַריבער אין גאַנצן אויף קאָנספּיראַטיווער אַרבעט, אַרומגעפֿאָרן אין פֿאַרשיידענע ראַיאָנען מיט פּאַרטיייִשע אויפֿגאַבעס.

אין צוויי יאָר אַרום איז סאָניע ווידער געזעסן אויף דער באַשולדיקונגס־באַנק פֿון ווילנער קרײַזגעריכט אין באַרימטן "פּראָצעס פֿון די 17" קאָמוניסטן. ווען אין זאַל איז אַרײַן דער פּראָוואָקאַטאָר סטרעלטשוק צו זאָגן עדות קעגן די באַשולדיקטע, האָבן זיך דערהערט שאָסן, וואָס האָבן אָפּגעהילכט אין גאַנץ פּוילן. דאָס האָט דער קאָמוניסט סערגיי פּריטיצקי אין געריכטזאַל געשאָסן סטרעלטשוקן. דער פּראָוואָקאַטאָר איז געפֿאַלן, די ריכטער האָבן זיך באַהאַלטן אונטער די טישן. פּריטיצקי איז אַרויס פֿון זאַל, נאָר אויף די טרעפּ האָט מען אים פֿאַרהאַלטן.

אויף מאָרגן, ווען סאָניע ווי אַ באַשולדיקטע האָט באַקומען דאָס לעצטע וואָרט, האָט זי געהאַלטן אַ רעדע, וווּ זי האָט פֿאַרטיידיקט ניט זיך, נאָר פּריטיצקין. זי איז פֿאַרמישפּט געוואָרן צו זעקס יאָר טורמע. געזעסן איז זי אין גראָדנע, און ווען אין סעפּטעמבער 1939 האָט די רויטע אַרמיי זיך דערנענטערט צו דער שטאָט און די תּפֿיסה־וועכטער זײַנען זיך צעלאָפֿן, האָבן די אַרעסטאַנטן זיך אַליין באַפֿרײַט.

אָבער אין שטאָט האָבן נאָך באַלעבאַטעוועט די פּוילישע אָפֿיצירן. זיי האָבן סאָניען מיט עטלעכע חבֿרים ווידער אַרעסטירט און אויף אַ מיליטערישן שנעלגעריכט פֿאַרמישפּט צום טויט. אַ נאַכט איז זי אָפּגעזעסן אין דער טויטקאַמער און געוואַרט אויפֿן טויט. אָבער אין דער פֿרי זײַנען געקומען ניט די הענקער, נאָר די רויט־אַרמייער. סאָניע מאַדייסקער האָט זיך דערוואַרט די פֿרײַהייט און אָנגעקומען לערנען אין גראָדנער פּעאַגאָגישן אינסטיטוט, כּדי, סוף־כּל־סוף, דערגרייכן איר ציל — ווערן אַ לערערקע.

ווען די דײַטשן זײַנען, דעם 22סטן יוני 1941, אָנגעפֿאַלן אויפֿן ראַטן־פֿאַרבאַנד, האָט סאָניע זיך אומגעקערט קיין ווילנע, זיך געטראָפֿן מיט איציק וויטענבערגן און זיך ווידער אַרײַנגעוואָרפֿן אין קאַמף.

אין יאָר 1992 האָט דער געוועזענער מיטגליד פֿון פֿפּ״אָ און פּאַרטיזאַנער, שלמה קאָוואַרסקי, אַרויסגעלאָזט אין ניו־יאָרק אַ זאַמלונג זכרונות "סאָניע מאַדייסקער, די העלדין פֿון ווילנער געטאָ". דאָרט שרײַבט ער:

"...סאָניע איז געווען די נשמה און דער געוויסן פֿון פֿפּ״אָ. אַז מען האָט געדאַרפֿט אַרײַנברענגען געווער אין געטאָ, איז סאָניע געווען גרייט. אַז מען האָט געדאַרפֿט אָרגאַניזירן אַן אונטערערדישן ראַדיאָ, האָט זי עס אָרגאַניזירט. האָט מען געדאַרפֿט געפֿינען ערטער צו באַהאַלטן געווער, האָט זי בײַ אירן אַ באַקאַנטן אין סקלאַד אונטער האָלץ געמאַכט אַ באַהעלטעניש... נאָך דער ליקווידאַציע פֿון געטאָ איז זי געבליבן אין ווילנע, אָנגעהאַלטן אַ שטענדיקן קאָנטאַקט מיט די פּאַרטיזאַנער... אונטער סאָניעס אָנפֿירונג האָבן זיי אויפֿגעריסן די ווילנער עלעקטראָ־סטאַנציע... די דײַטשן האָבן פֿאָרגעלייגט 5,000 מאַרק פֿאַר איר קאָפּ".

סאָניע מאַדייסקער האָט אַקטיוו מיטגעאַרבעט אין דער אומלעגאַלער צײַטונג ״Sztandar Wolnośći״ ("פֿאָן פֿון פֿרײַהייט"), אַרויסגעגעבן פּראָקלאַמאַציעס פֿאַר דער פּוילישער און ליטווישער באַפֿעלקערונג. ווען דער שטאַב פֿון פֿפּ״אָ האָט באַשלאָסן צו דערציילן דער וועלט וועגן די גרויזאַמקייטן פֿון די נאַציס, האָבן זיך סאָניע און צעסיע ראָזענבערג אַוועקגעלאָזט אין וועג אַריבערצוגיין די פֿראָנטליניע און זיך דערקלײַבן קיין מאָסקווע. אין וועליקיע לוקי האָבן די דײַטשן זיי אַרעסטירט און זיי האָבן קוים מיטן לעבן זיך דערקליבן צוריק קיין ווילנע.

דער געוועזענער מיטגליד פֿון פֿפּ״אָ און פּאַרטיזאַנער סיעניע רינדזיונסקי האָט געשריבן:

"...סאָניע איז געקומען צו אונדז ווי אַ קאָמאַנדיר פֿון אַן אָפּטיילונג, צו וועלכער עס האָבן געהערט פֿיר גרופּעס. אין די ערשטע מינוטן האָבן מיר דערשפּירט, אַז עס שטייט פֿאַר אונדז אַן אויסערגעוויינטלעכע פּערזענלעכקייט. מיר האָבן דערזען אַ יונג און שיין מיידל מיט איר צויבערדיקן שמייכל. אָבער אין איר האַלטונג, אין אירע קורצע, קלאָרע ווערטער, דורכגעדרונגענע מיט איר טיפֿן גלייבן אין אונדזער מיסיע, האָבן מיר דערזען אַ מוטיקע, שטאָלצע קעמפֿערין מיט אַ באַזונדערן גלאַנץ פֿון רעוואָלוציאָנערער ראָמאַנטיק, וועלכע איז אימשטאַנד צו פֿירן נאָך זיך באַגײַסטערטע דורך איר מאַסן".

סאָניעס שוועסטער דינה, האָט געשריבן: "סאָניע האָט האָלט געהאַט פֿײַן זיך אָנצוטאָן, זיך האַלטן זייער ריין, די האָר שטענדיק פֿאַרקעמט... זי האָט געהאַט קאָלאָסאַלע דראַמאַטישע פֿעיִקייטן, שיין געזונגען. אַלע האָבן געזאָגט, אַז זי וועט זײַן אַן אַרטיסטקע... דער טאַטע האָט געהאַלטן, אַז קיין שענערע, בעסערע און קליגערע טאָכטער האָט קיינער ניט".

סוף־כּל־סוף, איז די "געסטאַפּאָ" געפֿאַלן אויף אירע שפּורן. דאָס איז געווען אין מאַרץ 1944. אַ גרופּע געסטאַפּאָ־לײַט האָט אַרומגערינגלט דאָס הויז אויף זאַרעטשע נומ׳ 3, וווּ סאָניע האָט זיך אויסבאַהאַלטן. סאָניע האָט אין איר רעוואָלווער געהאַט פֿיר קוילן. דרײַ האָט זי אויסגעשאָסן אין די היטלעריסטן, די פֿערטע אין זיך. ווי מען זאָגט, האָט אַ היטלעריסט באַוויזן זי צו כאַפּן פֿאַר דער האַנט, און זי האָט זיך בלויז פֿאַרוווּנדעט. מען האָט זי געהיילט און געפּײַניקט. זי האָט געשוויגן ביזן סוף. ווען די היטלעריסטן האָבן זיך איבערצײַגט, אַז זיי וועלן פֿון איר ניט אַרויסציִען קיין איין וואָרט, האָבן זיי זי אַרויסגעפֿירט אויפֿן הויף פֿון דער ווילנער לוקישער טורמע און דערשאָסן. איר איז געווען 29 יאָר. אין עטלעכע טעג אַרום האָט די רויטע אַרמיי באַפֿרײַט ווילנע.

סאָניעס עלטערן האָבן די פֿאַשיסטן אומגעבראַכט בעתן ליקווידירן די ווילנער געטאָ, אין יאָר 1943. דעם עלטערן ברודער שמעון האָבן זיי דערהרגעט אין בעניאַקאָן, צווישן ווילנע און לידע. די עלטערע שוועסטער צעסיע איז אומגעקומען אין יולי 1942, בעת אַן אַקציע אין מינסקער געטאָ צוזאַמען מיט איר איין יאָריק טעכטערל.

אָט איז אַ מענטש, וואָס האָט ניט געהאַט קיין זאָרגלאָזע יוגנט, קיין פּערזענלעכן לעבן, קיין קינדער, נאָר אַ דערהויבענע אידעע און אַ שטאַרקן ווילן זי צו פֿאַרווירקלעכן. אין 20סטן יאָרהונדערט האָט די דאָזיקע אידעע באַהערשט הונדערטער טויזנטער מענטשן אין אייראָפּע און ניט נאָר אין אייראָפּע. הײַנט לעבן הונערטער טויזנטער בכלל אָן קיין שום אידעע. צי איז סאָניע געווען גליקלעך — דאָס ווייס איך ניט. איך ווייס נאָר, אַז איר וועג האָט זי אויסגעקליבן אַליין.

דער אַמאָליקער ייִנגסטער פּאָליטישער אַרעסטאַנט אין דער ווילנער לוקישער טורמע איז געווען סימקע אייכערט. ער איז אַוועק קיין שפּאַניע קעמפֿן קעגן פֿאַשיזם און געקומען אַהיים אָן אַ האַנט. האָט ער זיך פֿאַרנומען מיט בלומענצוכט און אויסגעהאָדעוועט אַ וווּנדערלעכע בלום — ער האָט איר אַ נאָמען געגעבן "סאָניע".