זינט עס איז אויפֿגעקומען די איצטיקע קאָאַליציע־רעגירונג פֿון בנימין נתניהו מיט אַן ערך צען חדשים צוריק, איז דער שלום־פֿאַרמעסט אַראָפּגעפֿאַלן פֿון דעם הויכן שטאַפּל פֿון זײַן פֿאָרשריט צום סאַמע נידעריקסטן טיפֿפּונקט און איז געבליבן שטעקן אין זײַן טיפֿער אָפּהענטיקער אומבאַהאָלפֿנקייט — שיִער נישט אַזוי ווי אַריאל שרון אין זײַן באַוווּסטלאָזן לעטאַרגישן שלאָף: אַזוי ווי בעת נתניהוס פֿריִערדיקער ערשטער קאַדענץ מיט צען יאָר צוריק, איז אויך איצט מדינת־ישׂראל אַרײַן אין אַ תּקופֿה פֿון אַ "גאָלדענער איזאָלאַציע", צוליב דער פּאָליטישער אַנטיטעטיקייט און דעם עקשנותדיקן צוימען און פֿאַרהאַלטן דעם שטאַרק הינקענדיקן גאַנג צו שלום.
די דאָזיקע פּאָליטישע געפּלאַנטע בטלנות פֿון ביבי נתניהו, באַגלייט פֿון דער דיפּלאָמאַטיע פֿון סקאַנדאַלן פֿון זײַן אויסערן־מיניסטער אַבֿיגדור ליבערמאַן, וואָס האָט אײַנגעשלעפֿערט דעם געזעלשאַפֿטלעכן יאַריד און אַראָפּגענידערט די דערוואַרטונגען אין ישׂראל — האָט אָבער אויפֿגעוועקט די פּאָליטישע אַקטיוויטעטן פֿון דעם קעגנערישן צד. זי האָט דערמוטיקט דעם פֿאָרזיצער פֿון דער פּאַלעסטינער אינסטאַנץ, אַבו מאַזען, אַרויסצוקומען מיט זײַן ווײַטגייענדיקער איניציאַטיוו: פּראָקלאַמירן פֿון דאָס נײַ די פּאַלעסטינער מדינה, גענוי 20 יאָר נאָך דעם ווי יאַסיר אַראַפֿאַט האָט זי שוין געהאַט פּראָקלאַמירט אין טוניס, מיטן אויסברוך פֿון דער ערשטער אינטיפֿאַדע: "אַ סטאַבילע מדינה מיט אַ צײַטווײַליקער גרענעץ".
דאָס האָט אַרײַנגעפֿלאָסן אַדרענאַלין אין די אָדערן פֿון נתניהו און ליבערמאַן, און זיי האָבן, ווי אַן ענטפֿער אויף אָט דעם געגרייטן איינזײַטיקן שריט פֿון די פּאַלעסטינער דערקלערט, אַז זיי וועלן מבֿטל מאַכן די אָפּמאַכן פֿון אָסלאָ מיט אַלע פֿאַרפֿליכטונגען פֿון די פֿריִערדיקע רעגירונגען לגבי די פּאַלעסטינער.
אַזוי אַרום האָבן מיר מיט איין מאָל אַריבערגעהיפּעט די צענדליקער יאָרן פֿון דעם אָרטיקן און דעם אוניווערסאַלן אָנשטרענג צו דערגרייכן דעם שלום, און ווידער האָט זיך באַנײַט די פֿראַגע: וויפֿל מדינות זענען מסוגל דאָ אויפֿצוקומען אויף אָט דעם שטח? אַזוי ווי אין די אָנהייב־יאָרן פֿון דער מדינה.
פֿאַר די אָנהענגער פֿון דער "ארץ־ישׂראל השלמה", ווי אויך פֿאַר די פֿרומע טרוימער און די גלויביקע אין ביאת המשיח איז דאָס נישט געווען דעמאָלט, און איז אויך נישט הײַנט, קיין שאלה: פֿאַר זיי איז קיין ספֿק נישט, אַז אויפֿן שטח פֿון דער היסטאָרישער ארץ-ישׂראל, צווישן דעם מיטלענדישן ים און דעם ירדן איז פֿאַראַן אַן אָרט נאָר פֿאַר איין מדינה, און דאָס איז, פֿאַרשטייט זיך, די ייִדישע מדינה.
אַזוי האָבן געטענהט און טענהן אויך הײַנט די פּאַלעסטינער בראָש מיטן "כאַמאַס". אָבער די איינע מדינה איז, לויט זיי, פֿאַרשטייט זיך — פּאַלעסטינע, אָדער "פֿאַלעסטין", אין זייער לשון. די וועלטלעכע רעוויזיאָניסטן האָבן אַמאָל געגלייבט און געשטרעבט צו אַ מדינה פֿאַר ייִדן אויף ביידע זײַטן פֿונעם ירדן, און זייערע אידעאָלאָגישע קענגנער פֿון לינקס, די מפּ"ם, שומר הצעיר א"אַנד האָבן, ווי באַוווּסט, געגלייבט אין אַ "בי־נאַציאָנאַלער" מדינה, אַ שותּפֿות־מדינה פֿאַר ביידע פֿעלקער, ייִדן און אַראַבער.
די פּאָליטישע ווירקלעכקייט האָט געגעבן דעם פּראַגמאַטיזם די אויבערהאַנט איבער די אידעאָלאָגיעס און, חוץ די שטײַפֿע פֿאַנאַטיקער פֿון ביידע זײַטן זײַנען די מערסטע פֿון זיי געוואָרן געצוווּנגען צו אָנערקענען און זיך אונטערצוגעבן דעם סטיכישן שטראָם פֿון דער היסטאָרישער אומפֿאַרמײַדלעכקייט. דער דאָזיקער היסטאָרישער געבאָט האָט געפּסקנט, אַז מיט דעם קליינעם שטח פֿון די בערך 28,000 קוואַדראַט־קילאָמעטער צווישן דעם מיטלענדישן ים און דעם ירדן־טײַך דאַרפֿן זיך טיילן די צוויי פֿעלקער, וואָס באַוווינען דעם דאָזיקן שטח.
לויט דעם־אָ לאָגישן כּלל פֿון צוויי מדינות פֿאַר די צוויי פֿעלקער, האָט די אָרגאַניזאַציע פֿון די פֿאַראייניקטע פֿעלקער אָנגענומען דעם 29סטן נאָוועמבער 1947 דעם היסטאָרישן באַשלוס וועגן דער צעטיילונג פֿון דער מאַנדאַטאָרישער פּאַלעסטינע — ארץ־ישׂראל צווישן די ייִדן און די פּאַלעסטינער אַראַבער.
היסטאָרישע דערשײַנונגען זײַנען געוויינטלעך אַ פּראָדוקט פֿון די אַקטועלע אומשטענדן, וועלכע האָבן דעמאָלט, נאָכן חורבן פֿון ייִדישן פֿאָלק און מיטן פֿאַרענדיקן דעם ענגלישן מאַנדאַט דיקטירט דער געשיכטע דעם דאָזיקן אורטייל. אין דעם וויכּוח, וואָס איז אָנגעגאַנגען אין דער אָנפֿירונג פֿונעם ייִדישן ייִשובֿ, האָט געזיגט די פּראַגמאַטישע שטעלונג פֿון בן־גוריון, וועלכער האָט אָנגענומען דעם באַשלוס, בעת די אָנפֿירונג פֿון דער אַראַבישער מערהייט אין לאַנד, ווי אויך די אַראַבישע לענדער, האָבן אים אָפּגעוואָרפֿן — און אין גאַנג פֿון דער אומאָפּהענגיקייט־מלחמה איז דעם 15טן מײַ 1948 אויפֿגעקומען מדינות־ישׂראל.
מיר האָבן דאָ נישט בדעה צו לערנען מיטן לייענער דעם פּרק געשיכטע פֿון דעם ישׂראל־אַראַבישן קריגס־קאַנפֿליקט, וועלכער דויערט שוין כּמעט טאָפּלט פֿון דער ייִדישער מלוכישער עקזיסטענץ. אין שײַכות צו דער טעמע פֿון אונדזער אַרטיקל, ווילן מיר אָבער אָנווײַזן דערויף, אַז דער אויפֿקום פֿון דער מדינה האָט נישט געברענגט מיט זיך דעם סוף פֿון דעם מלחמה־צושטאַנד מיט קורצע איבעררײַסן צווישן מלחמה און שלום, אין וועלכן עס לעבן די תּושבֿים פֿון דעם ראַיאָן, וואָס איז געוואָרן דער פּולווער־פֿאַס פֿון די אָרטיקע און אוניווערסאַלע קאָנפֿליקטן. די יערלעכע אומאָפּהענגיקייט־טעג, וואָס ווערן געפֿײַערט דורך דער ייִדישער באַפֿעלקערונג, ווערן דורך דער איבערגעבליבענער אַראַבישער מינדערהייט אין לאַנד אָפּגעצייכנט ווי דער טאָג פֿון "נאַקבאַ", פֿון זייער נאַציאָנאַלער קאַטאַסטראָפֿע, וואָס עס האָט אויף זיי געברענגט די פּאָליטישע טיפּשות, קורצזיכטיקייט און פֿאַרריסענע גאווה פֿון די קאָרומפּירטע אַראַבישע מנהיגים פֿון יענער צײַט, מיט איבער זעכציק יאָר צוריק.
אָבער נישט ווייניקער און נישט קלענער זײַנען די חטאים פֿון די ישׂראלדיקע מנהיגים, וואָס האָבן מיט זייער ענגהאַרציקער פּאָליטישער קורצזיכטיקייט נישט געהאָלפֿן, נישט דערמוטיקט און נישט דערלאָזט צו קיין פֿרידלעכער לייזונג פֿון דעם אָן אויפֿהער בלוטיקנדיקן סיכסוך און "האָבן נישט אַדורכגעלאָזט קיין געלעגנהייט נישט אַדורכצולאָזן קיין געלעגנהייט" — וואָס מיר פֿלעגן פֿריִער פֿאָרוואַרפֿן די אַראַבער, לויטן באַרימטן בליצווערטל פֿון אַבא אבֿן. זינט איר אויפֿקום, האָט די מדינה געבליט און געקרענקט און איז געוואַקסן, און צוזאַמען מיט איר זענען געוואַקסן די סאָציאַלע מחנות און פּאַרטיייִשע מחלוקתן, און עס מערן זיך די געפֿאַרן, וואָס באַדראָען איר עצם עקזיסטענץ.
נאָר די געשיכטע חזרט זיך איבער, און צוזאַמען מיט איר חזרט איצט זיך איבער דער אַלטער וויכּוח פֿון נאָכן אויפֿקום פֿון דער מדינה — דער וויכּוח אַרום דער פֿראַגע: וויפֿל מדינות קענען דאָ זײַן אויפֿן שטח פֿון ארץ־ישׂראל?
אָבער אויב עס האָט זיך דעמאָלט גערעדט וועגן איינער אָדער צוויי מדינות — רעדט מען שוין הײַנט נישט בלויז וועגן איינער, נאָר וועגן צוויי אָדער אַפֿילו דרײַ מדינות אויף דעם שטח פֿון די בערך 28 טויזנט קוואַדראַט־קילאַמעטער, פֿון וועלכע די "יו־ען" האָט מיט 62 יאָר צוריק געהאַט צוגעטיילט 45% פֿאַר ישׂראל און 55% פֿונעם שטח פֿאַר די פּאַלעסטינער (לויט דער פֿאַרטיילונג פֿון דער באַפֿעלקערונג אין יענע טעג: אַ מיליאָן אַראַבער און 600.000 ייִדן). היות ווי די אַראַבישע לענדער האָבן דעם צעטיילונג־פּלאַן געהאַט אָפּגעוואָרפֿן און האָבן "פֿאַרשפּילט" די מלחמה, וואָס זיי האָבן געעפֿנט קעגן ישׂראל — האָט זיך די פּראָפּאָרץ פֿון דער פֿאַרטיילונג פֿון דעם שטח געענדערט צום ערגערן פֿאַר די פּאַלעסטינער: זיי זײַנען געבליבן מיט בלויז 22% פֿונעם צוגעזאָגטן שטח קעגנאיבער 78% לטובת דער ייִדישער מדינה. דאָס, נאָך דעם ווי די אינטערנאַציאָנאַלע אינסטאַנצן האָבן אָנערקענט די ליניע פֿונעם וואָפֿנשטילשטאַנד פֿון אַפּריל 1949, די אַ"ג "גרינע ליניע", — ווי די באַזע פֿאַר דער טעריטאָריעלער פֿאַרטיילונג צווישן זיי אין דעם דערוואַרטן שלום־קאָנטראַקט, אין אײַנקלאַנג מיט דער רעזאָלוציע נומער 242 פֿונעם זיכערהייט־ראַט בײַ דער "יו־ען" פֿון 1969, צוויי יאָר נאָך דער זעקס־טאָגיקער מלחמה. די דאָזיקע "גרינע ליניע" איז נאָך דער זעקס־טאָגיקער מלחמה געוואָרן די צײַטווײַליקע גרענעץ צווישן מדינת־ישׂראל און די אָקופּירטע שטחים,
וואָס עס איז געוואָרן מיט דער רעזאָלוציע נומער 242 ווייסן מיר אַלע, כאָטש די פּאָליטישע אַנטוויקלונגען אין משך פֿון די 40 יאָר (אָנהייבנדיק פֿון דעם אַראַבישן חרם, די "דרײַ לא’ון פֿון כאַרטום", דורך די אויסמאַטערונג־מלחמות, יום־כּיפּור־מלחמה און דעם שלום מיט עגיפּטן, די צוויי מלחמות אין לבנון, די צוויי אינטיפֿאַדעס, די שלום־קאָנפֿערענץ אין מאַדריד, די איבערבעטונג מיט אַראַפֿאַטן און די אָסלאָ־אָפּמאַכן, דער מאָרד פֿון יצחק ראַבין, די צוויי קעמפּ־דייווידס, די "מאַפּע פֿון די וועגן", דער איבערקער פֿון אַריאל שרון, די "אָפּשיידונג" פֿון עזה, ביז דער "כאַמאַס"־איבערקערעניש אין עזה) און צו די צוויי פּאָטענציעלע מדינות אויפֿן שטח פֿון פּאַלעסטינע — ארץ־ישׂראל איז צוגעקומען אַ דריטע: די מדינה פֿון "כאַמאַס". חוץ מיט איראַן, סיריע און דעם "כעזבאָלאַ" אין לבֿנון, איז זי מיט אַלעמען צעקריגט און פֿון קיינעם נישט אָנערקענט. נאָך נישט קיין מדינה, איז זי שוין די איינציקע, וואָס האָט אַ זיכערע גרענעץ אויף אַ שטחל פֿון 360 קוואַדראַט־קילאָמעטער, די גרייס פֿון אַ גאַנץ קליינער מוניציפּאַלער אָרטשאַפֿט, לאָמיר זאָגן, אין אַמעריקע, אָבער די צום סאַמע געדיכט באַוווינטע געאָגראַפֿישע איינהייט אויף דער וועלט; מיט קרובֿ אָנדערטהאַלבן מיליאָן תּושבֿים, פֿון זיי כּמעט אַ מיליאָן נפֿשות אין די פּליטים־לאַגערן.
אין דעם שלום־קאָנטראַקט מיט עגיפּטן איז אַרײַנגעשריבן געוואָרן די פֿאַרפֿליכטונג צו רעאַליזירן דאָס רעכט אויף זעלבסטבאַשטימונג פֿאַר דער פּאַלעסטינער באַפֿעלקערונג. ערשט אין יאָר 2009 האָט דער פּרעמיער פֿון ישׂראל זיך פֿאַרפֿליכטעט צו דעם פּרינציפּ פֿון צוויי מדינות פֿאַר ביידע פֿעלקער. אָבער זײַנע מאַנעוורירונגען, די תּירוצים און דאָס טאָרפּעדירן זײַנע צוזאָגן דורך ממשיך זײַן דעם בוי אויף די אָקופּירטע שטחים, האָט פֿאַרשטאַרקט דעם יאוש און דעם פּעסימיזם, דאָס נישט גלויבן מער אין דער מעגלעכקייט צו דערגרייכן ווען עס איז אַ שלום און פֿאַרזיכערן דעם קיום פֿון דער מדינה אין דער צוקונפֿט.
אויף דעם באָדן האָט אַבו מאַזען אָנגעזאָגט, אַז ער וועט נישט קאַנדידירן אין די וואַלן, וואָס דאַרפֿן פֿאָרקומען אויפֿן מערבֿדיקן ברעג אין חודש יאַנואַר 2010 (אין עזה האָט דער הערשנדיקער "כאַמאַס" זיי פֿאַרבאָטן), און אויף דעם זעלבן גרונט האָט ער אויך אָנגעזאָגט דאָס פּראָקלאַמירן פֿון דאָס נײַ די פּאַלעסטינער מדינה און דערגרייכן דורך דעם די אינטערנאַציאָנאַלע אָנערקענונג. דאָס האָט שוין, ווי געזאָגט, געדינט פֿאַר נתניהו און פֿאַר דעם אויסערן־מיניסטער ליבערמאַן ווי אַ גוטער תּירוץ און אַ גוטע געלעגנהייט צו דראָען מיט מבֿטל מאַכן אַלע פֿריִערדיקע מלוכישע התחייבֿותן, אײַנגעשלאָסן דאָס מקיים זײַן די אָפּמאַכן פֿון אָסלאָ.
דער איצטיקער צושטאַנד קען אָבער נישט אָנהאַלטן, און מאַנכע זײַנען בײַ דער מײַנונג, אַז דאָס וועט מוזן פֿירן צו אַ בי־נאַציאָנאַלער מדינה מיט אַן אַפּאַרטהײַד אין די רעכט פֿון די בירגער, און מיט אַלע אייגנשאַפֿטן פֿון אַ מין דרום־אַפֿריקע — און, חלילה, אויך מיטן זעלבן גורל. די איצטיקע רעגירונג און איר פּרעמיער נתניהו האָבן אָבער נישט קיין צײַט זיך דערמיט צו פֿאַרנעמען. ער איז איצט באַשעפֿטיקט מיט פֿאַרמײַדן די געפֿאַר וואָס דראָט דער רעגירונג, נאָך דעם ווי זי איז נאָר וואָס איבערגעקומען בשלום דעם ערשטן רעגירונג־קריזיס, וואָס האָט געדויערט ווייניקער פֿון צוויי שעה. אָבער דאָס איז שוין גאָר אַן אַנדערע מעשה...
תּל־אָבֿיבֿ, 17טער נאָוועמבער, 2009