רעצעפּטן

שוין איבער 14 יאָר וואָס מײַן חבֿרטע דזשודי און איך גייען יעדן זונטיק גאַנץ פֿרי אויף אַ שעה־לאַנגן פֿלינקן שפּאַציר איבער דער געגנט. נישט נאָר איז עס אַ גוטע פֿיזישע געניטונג, ס׳גיט אונדז אויך אַ געלעגנהייט זיך צו טיילן מיט פּלאָטקעס, זיך אַראָפּצורעדן פֿון האַרצן און זיך צו טיילן מיט אונדזערע באַליבטע רעצעפּטן.

אָט איז אַ רעצעפּט וואָס זי האָט מיר לעצטנס געגעבן: אַ פּרעכטיקער דיניע (pumpkin)-לעקעך. ס׳זעט אויס און האָט אַן ענלעכן טעם אויף האָניק־לעקעך, אָבער ס׳איז אַ סך געזינטער, ווײַל דיניע איז פֿול מיט בעטאַ־קאַראָטין, וואָס דער גוף פֿאַרוואַנדלט אין וויטאַמין A.

איר קענט אָפּבאַקן פֿרישע דיניע און עס צעקוועטשן מיט אַ גאָפּל, אָדער טוט ווי איך: ניצט די גרייט־געמאַכטע צעקוועטשטע דיניע פֿון אַ פּושקע.

שפּריצבוימל
2 טעפּלעך צעקוועטשטע דיניע
1 טעפּל קאַנאָלאַ־בוימל
1/4 טעפּל מאַראַנצן־זאַפֿט
1/2 1 טעפּל צוקער
4 אייער
3 טעפּלעך מעל
2 לעפֿעלעך באַקפּולווער
1 לעפֿעלע באַקסאָדע
1 לעפֿעלע זאַלץ
1 לעפֿל צימערינג
1/2 לעפֿעלע צעמאָלענער אינגבער
1/4 לעפֿעלע קאַרדאָמאָן

הייצט אָן דעם אויוון אויף 350 גראַד (177 צעלזיוס). באַשפּריצט צוויי לאַבן־בעקנס מיט שפּריצבוימל און באַשטויבט זיי מיט אַ ביסל מעל.

מישט צונויף די דיניע, בוימל, מאַראַנצן־זאַפֿט, צוקער און אייער. אין אַ באַזונדערער שיסל מישט צונויף די אַנדערע 7 באַשטאַנדטיילן, און דערנאָך גיסט עס צונויף מיטן דיניע־געמיש. גיט אַרײַן דאָס טייג אין די צוויי בעקנס.

באַקט דעם לעקעך 1 שעה. נאָך 45 מינוט גיט אַ קוק; אויב עס הייבט זיך אָן צוברוינען, דעקט עס צו מיט זילבער־פּאַפּיר אויף די ווײַטערדיקע 15 מינוט.