רונית תּמרי, איינע פֿון די ישׂראלים, וואָס האָט אַפּעלירט צום העכסטן געריכט אָפּצושטעלן דעם אויסבײַט פֿון סאָלדאַטן; מאָנטיק, אין ירושלים |
Getty Images |
דער נצחון איז געווען אַלעמענס, פֿון אַלע צדדים. נאָר דער חשבון איז נישט געווען קיין גלײַכער.
נאָך פֿינף און אַ פֿערטל יאָר פֿון דער שאַנטאַזש־געפֿאַנגעניש פֿון גלעד שליט און פֿון די דינגענישן איז די מדינה געצוווּנגען געוואָרן צו באַצאָלן דעם העכסטן שאַנטאַזש־פּרײַז אין איר געשיכטע פֿאַרן אויסלייזן דעם פֿאַרכאַפּטן צה"ל־סאָלדאַט: דעם סך־הכּל פֿון 1 פֿאַר 1027. איינעם קעגן 1000 מענער און 27 פֿרויען, אַרעסטירטע און פֿאַרמישפּטע פֿאַר אויספֿירן ברוטאַלן טעראָר, פֿאַר מאַסן־מערדערײַען און אַלערליי שווערע זיכערהייט־פֿאַרברעכנס קעגן ישׂראל און ישׂראלים.
אָן ספֿק — אַ הימלשרײַענדיקע עוולה. אַפֿילו די דזשיבריל־טראַנזאַקציע פֿון 1985, וואָס איז געווען אין יענער צײַט נישט ווייניקער הימל־שרײַענדיק, איז אויפֿן מענטשן־מאַרק געווען "ביליקער" ווי די איצטיקע, ווײַל פֿאַר 1050 צוריקגעקערטע טעראָריסטן האָט ישׂראל צוריקגעקראָגן אירע דרײַ פֿאַרכאַפּטע סאָלדאַטן, לויטן חשבון: איינער פֿאַר 350...
אין אַ קאַריקאַטור אין איינער פֿון די היגע צײַטונגען פֿרעגט אַ קינד זײַן טאַטן: "פֿאַרוואָס זשע האָבן מיר דאָס נישט געמאַכט מיט פֿינף יאָר צוריק?" — "ווײַל טויזנט פֿון הײַנט איז ווערט אַ העלפֿט פֿון די דעמאָלטיקע טויזנט", ענטפֿערט אים דער פֿאָטער. יאָ, דער פּרײַזן־אינדעקס אויפֿן מאַרק — אויך אויפֿן ווערטן־מאַרק האָט זיך געענדערט. אויך דער אינדעקס פֿון שלום: וואָס מער דו וואַרטסט, אַלץ מער פֿאַלט זײַן ווערט און עס שטײַגט זײַן פּרײַז.
אָבער ווי שטאַרק הימלשרײַענדיק די עוולה זאָל נישט זײַן, איז דאָס געווען די איינציקע ברירה. קיין אַנדערע איז נישט געווען און וואַרטן האָט מען מער נישט געטאָרט. סײַ צוליב דער מאָראַלישער אַחריות פֿון דער מדינה פֿאַר די בירגער, וואָס זי שיקט אין אַ מיליטערישער שליחות און סײַ מחמת דער ריטערלעכער אויפֿפֿירונג פֿון דער משפּחה, וועלכע האָט מצליח געווען צו מאָביליזירן די עמפּאַטיע און דעם דרוק פֿון דער מאַסיווער מערהייט פֿון דער עפֿנטלעכער מיינונג און דעם גאָר שטאַרקן דרוק פֿון דער געדרוקטער און עלעקטראָנישער פּרעסע.
אינעם טאָג פֿון אונטערשרײַבן אין די ראשי־תּיבֿות די אויסטויש־טראַנזאַקציע זײַנען די עיקרדיקע געניסער, די פּאַלעסטינער אין דעם עזה־שטרײַף און אויפֿן מערבֿדיקן ברעג, מאַסנווײַז אַרויס אויף די גאַסן און האָבן געיובֿלט מיט עקסטאַז זייער נצחון. און אין ישׂראל זענען די ייִדישע אײַנוווינער — נאָך פֿאַר שׂימחת־תּורה — אַרויס פֿון די כּלים פֿון שׂימחה און זיך געפֿרייט מיטן באַפֿרײַען ענדלעך פֿון דער געפֿאַנגענשאַפֿט בײַ די טעראָריסטן דעם פֿאַרכאַפּטן ישׂראלדיקן סאָלדאַט נאָך פֿינף מיט אַ פֿערטל יאָר זײַן פֿאַרמאַכט און פֿאַרשמאַכט אין אַ געהיימען קעלער אינעם עזה־שטרײַף. דער פּרעמיער נתניהו איז דעם טאָג געוואָרן דער אמתער מנהיג, דער מאַן פֿון דעציזיע. אויך אין ראַמאַלאַ און אין שכם, אין חבֿרון און אין אַנדערע שטעט אויף די פּאַלעסטינער שטחים האָבן די אײַנוווינער זיך געפֿרייט מיטן נצחון פֿון דער אָפּגעשלאָסענער טראַנזאַקציע, און די משפּחות פֿון די באַפֿרײַטע טעראָריסטן האָבן געוואַרט מיט אַ שטאַרקער עמאָציאָנעלער שפּאַנונג אויפֿצונעמען זייערע באַפֿרײַטע "גיבורים", וואָס אַ טייל פֿון זיי איז געווען פֿאַרמישפּט אויף צענדליקער מאָל אייביקער תּפֿיסה, מחמת דער גרויסער צאָל ייִדישע קרבנות פֿון זייערע טעראָריסטישע "דערפֿאָלגן".
לויט די לעצטע פּרטים פֿון דעם אָפּגעשלאָסענעם אויסטויש־אָפּמאַך, איבער וועלכן עס איז אָנגעגאַנגען אַ נערוון־צופּנדיקע דינגעניש, דאַרף גלעד שליט צוריקגעקערט ווערן מיט דער עגיפּטישער פֿאַרמיטלונג הײַנטיקע וואָך דינסטיק, אַ טאָג נאָך דעם, ווי די דאָזיקע שורות ווערן אָפּגעשיקט אין דער רעדאַקציע (אויב עס וועט נישט, חלילה, אויפֿקומען אין דער לעצטער רגע צווישן הײַנט און מאָרגן קיין אומגעריכטע שטערונג). אין דער זעלבער צײַט האָט אויך, בײַ דער פֿאַרמיטלונג פֿון עגיפּטישן מיליטער, געזאָלט איבערגעגעבן ווערן צו די פּאַלעסטינער אין עזה די ערשטע גרופּע פֿון 477 באַפֿרײַטע פּאַלעסטינער טעראָריסטן. די איבעריקע 550, וואָס די מערסטע פֿון זיי האָבן שוין במילא קלענערע טערמינען אָפּצוזיצן, וועלן באַפֿרײַט ווערן די אַנדערע וואָך.
לויטן אָפּמאַך, וועלן די באַפֿרײַטע טעראָריסטן בלײַבן אונטער אַ שטרענגן אינטערנאַציאָנאַלן קאָנטראָל, ווערנדיק אײַנגעטיילט אין פֿאַרשיידענע קאַטעגאָריעס און אויף פֿאַרשיידענע טערמינען. אַ טייל פֿון זיי וועלן צוריקגעשיקט ווערן אין זייערע היימען אין עזה, די אַנדערע — אויפֿן מערבֿדיקן ברעג; אייניקע קיין טערקײַ, קאַטאַר, סיריע און אין אַנדערע לענדער, וואָס וועלן גרייט זײַן זיי אויפֿצונעמען. און אויך 6 ישׂראלדיקע אַראַבער, וואָס דאַרפֿן צוריקגעקערט ווערן צו זייערע משפּחות אין לאַנד.
נאָכן צוביסלעכווײַזן אײַנשטילן זיך פֿון דעם מאַסן־פּסיכאָז, אין דער צײַט ווען אין דער פּרעסע און אין די נײַעס־פּראָגראַמען אין דער טעלעוויזיע גייט ווײַטער אָן דער באַפֿרײַונגס־פֿעסטיוואַל, ווי אויף דער וועלט וואָלט אין די טעג קיין זאַך מער נישט פּאַסירט, האָט זיך אָנגעהויבן אין לאַנד די צווייטע פֿאַזע פון דער באַפֿרײַונג: די קריטיק. אין דער רעגירונג האָבן דרײַ פֿון די 29 מיניסטאָרן: אַבֿיגדור ליבערמאַן, עוזי לאַנדאַו (ביידע פֿון "ישׂראל ביתנו") און משה ("בוגי") יעלון ("ליכּוד") — געשטימט קעגן באַשטעטיקן די טראַנזאַקציע, דאָס הייסט, קעגן באַפֿרײַען די פֿאַרמישפּטע טעראָריסטן; אינעם עזה־שטרײַף, וואָס געפֿינט זיך אונטער דער הערשאַפֿט פֿון "כאַמאַס", האָבן די משפּחות פֿון די נישט באַפֿרײַטע טעראָריסטן אָנגעהויבן אַרויסווײַזן זייער אַנטוישונג. אויפֿן צענטראַלן פּאַלעסטינער שטח, אויפֿן מערבֿדיקן ברעג, וואָס געפֿינט זיך אונטער דער שליטה פֿון אַבו מאַזען, און, דער עיקר, אין די רייען פֿון "פֿאַטאַך", איז, מיטן פֿאַרעפֿנטלעכן די רשימה פֿון די באַפֿרײַטע אויסגעבראָכן אַ כּעס קעגן דעם "כאַמאַס" און דער טראַנזאַקציע, וואָס האָט נישט באַפֿרײַט די וויכטיקע מנהיגים פֿון "פֿאַטאַך", כאָטש אַבו מאַזען האָט געזאָלט, צוזאַמען מיטן פֿירער פֿון "כאַמאַס" און פּרעמיער פֿונעם עזה־שטרײַף מקבל־פּנים זײַן די 477 באַפֿרײַטע טעראָריסטן. דרײַ אַקטיוויסטן פֿון "כאַמאַס" אין דער פּאַלעסטינער "אינסטאַנץ" זײַנען געוואָרן אַרעסטירט בעת זיי האָבן פּרובירט אָרגאַניזירן אַ נצחון־מאַרש לכּבֿוד דער טראַנזאַקציע.
אין ישׂראל האָט "אלמגור" (אַלמאַגאָר"), די אָרגאַניזאַציע פֿון די קרבנות פֿונעם טעראָר און עטלעכע משפּחות פֿון די דאָזיקע קרבנות אַרײַנגעטראָגן אַן אַפּעלאַציע אין העכסטן בית־דין של צדק, פֿאַרלאַנגענדיק אויפֿצוהאַלטן און בטל מאַכן די אויסטויש־טראַנזאַקציע, און די אָנקלאַגע איז באַהאַנדלט געוואָרן דורכן געריכט דעם מאָנטיק, אַ טאָג פֿאַרן דורכפֿירן דעם אויסטויש.
דער פּרעמיער נתניהו, ווי מיר האָבן שוין אויבן אָנגעוויזן, איז פּלוצעם דערשינען ווי אַ דעציזיע־פֿעיִקער מנהיג. די ליבעראַלע צײַטונג "האָרץ", וועלכע האָט נאָך ביז איצט וועגן אים קיין גוט וואָרט נישט געזאָגט, איז דאָס מאָל אַרויס מיט אַ לייט־אַרטיקל אונטערן קעפּל: "אַ מנהיג איז געבוירן געוואָרן". דאַקעגן שרײַבט דער מיליטערישער קאָמענטאַטאָר פֿון "ידיעות אחרונות", אַלעקס פֿישמאַן, אַז "לויט די אָנגאַבן פֿון שב"כּ קערן זיך אום 60 פּראָצענט פֿון די באַפֿרײַטע טעראָריסטן צוריק צום טעראָר", און אַז נאָך פֿאַרן אויספֿאַרטיקן די פּרטים פֿון דער שליט־טראַנזאַקציע זאַמלען זיך אָן אין די זיכערהייט־אינסטאַנצן וואָרענונגען וועגן פּרוּוון פֿון קידנעפּונגען און טעראָר־אַקטן. אָבער נתניהו און ברק האָבן באַשלאָסן אַריבערצוטרעטן די רויטע ליניע קעגנאיבער דעם "כאַמאַס" און זיך קאָצענטרירן אויף די פֿראָנטן, וואָס באַאומרויִקן זיי מער: למשל איראַן ... נתניהו, וועלכער דעקלאַרירט זיך ווי אַ מומחה אין די ענינים פֿון טעראָר און האָט אויף דער טעמע פֿאַרעפֿנטלעכט צוויי ביכער, אין וועלכע ער לערנט ווי אַזוי דעם טעראָר צו באַקעמפֿן, האָט אָבער באַשלאָסן, זעט אויס, אײַנצוגיין אויף אַ פּשרה מיטן "כאַמאַס", כּדי זיך צו ווידמען אין זײַן באַגער צו עפֿענען אַ פּרעווענטיוון פֿראָנט קעגן אַכמעדינעדזשאַד, דעם הערשער פֿון איראַן.
אין זײַן ערשטן אויפֿטריט, אין וועלכן ער האָט געמאָלדן וועגן דער אָפּגעשלאָסענער אויסטויש־טראַנזאַקציע, האָט נתניהו פֿאָרגעוואָרפֿן זײַן פֿאָרגייער, דעם פֿריִערדיקן פּרעמיער אהוד אָלמערט, אַז צוליב זײַן נישט דעצידירטקייט און איבעריקער אומבויגעוודיקייט, האָט זיך די געפֿאַנגענשאַפֿט פֿון גלעד שליט פֿאַרזאַמט און זײַן לעבן איז געווען באַדראָט. אייניקע קאָמענטאַטאָרן דערמאָנען אָבער נתניהון, אַז ערשט מיט אַ האַלב יאָר צוריק האָט ער אין זײַן רעדע פֿאַר די כּנסת־דעפּוטאַטן פֿון "ליכּוד" פֿאַרזיכערט, אַז ער וועט נישט אריבערטרעטן די רויטע ליניע און וועט נישט אײַנגיין אויף קיין ווײַטערדיקע פּשרות מיט די טעראָריסטן, מיטן "כאַמאַס".
דער פּובליק־טעסט, דער אויספֿרעג פֿון דער עפֿנטלעכער מיינונג, וועלכן די צײַטונג "ידיעות אחרונות" האָט אַדורכגעפֿירט זונטיק און פֿאַרעפֿנטלעכט מאָנטיק, אַ טאָג פֿאַר דעם אויסטויש, ברענגט צום אויסדרוק די טאָפּלטע געפֿילן און די פֿאַרצווײַגטע מיינונגען פֿון דער ישׂראלדיקער עפֿנטלעכקייט בנוגע דעם אויסטויש. 79 פּראָצענט פֿון די געפֿרעגטע האָבן זיך אַרויסגעזאָגט פּאָזיטיוו צו דער אָפּגעשלאָסענער טראַנזאַקציע. צווישן די פֿרויען איז די שטיצע נאָך גרעסער — 86% "פֿאַר" און בלויז 5% "קעגן". אָבער 50 פּראָצענט פֿון די געפֿרעגטע מיינען, אַז די זיכערהייט פֿון די אײַנוווינער איז באַדראָט צוליב דער באַפֿרײַונג פֿון די טעראָריסטן (קעגן 48%, וואָס האָבן נישט מורא), כאָטש דער הויפּט־קאָמאַנדיר פֿון "מוסד" פֿאַרזיכערט, אַז צה"ל איז גענוג שטאַרק אַזאַ געפֿאַר צו פֿאַרמײַדן. 44% זײַנען ממש צופֿרידן; אָבער בלויז 43% פֿון די געפֿרעגטע האָבן געזאָגט, אַז נתניהו האָט געהאַנדלט ווי אַ מנהיג, בעת 49% זײַנען בײַ דער מיינונג, אַז נתניהו האָט זיך אונטערגעגעבן דעם דרוק פֿון דער עפֿנטלעכער מיינונג. און, צום סוף — 65 פּראָצענט פֿון די געפֿרעגטע האַלטן, אַז אונטער די זעלבע אָדער ענלעכע באַדינגונגען האָט מען שוין לאַנג פֿריִער געקענט שליסן די טראַנזאַקציע און פֿאַרקירצן דעם שאַנטאַזש און די לײַדן פֿון דעם געפֿאַנגענעם און פֿון זײַן משפּחה.
דאָ קומען מיר צוריק צו דער פֿראַגע פֿון דעם קינד אין יענער קאַריקאַטור: פֿאַרוואָס מיר האָבן דאָס נישט געמאַכט פֿריִער — ווײַל מאָרגן וועט דער פּרײַז זײַן טאָפּלט פֿון הײַנט.
אַזוי ווי מיטן שלום, וואָס ווערט אָן אויפֿהער אָפּגעלייגט און פֿאַרפּאַסט. און וואָלט מען די געלעגנהייטן פֿון מאַכן שלום נישט פֿאַרפּאַסט ווען ער איז געווען "ביליקער", וואָלט מען זיך מסתּמא אויך פֿאַרשפּאָרט דעם טעראָר און די פֿאַרכאַפּענישן, און די געפֿאַרן אין דער צוקונפֿט.
תּל־אָבֿיבֿ, אָקטאָבער 17, 2011