‫פֿון רעדאַקציע

"די אַראַבישע ליגע" האָט אָנגענומען אַ באַשלוס: אָנהייבן די פֿאַרהאַנדלונגען צווישן ישׂראל און דער פּאַלעסטינער אַדמיניסטראַציע פֿון מאַכמוד אַבאַס, מיט דער פֿאַרמיטלונג פֿון אַמעריקע, און אין פֿיר חדשים קומען צו אַ הסכּם. די אַמעריקאַנער רעגירונג האָט געענטפֿערט: "אָ׳קיי!" — זיך אין דעם באַשלוס אָנגעכאַפּט, און באַלד געשיקט קיין ישׂראל אויף אַ באַזוך דעם וויצע־פּרעזידענט דזשאָו בײַדען, אַ שטויס צו טאָן דעם שלום־צוג און רירן אים פֿון אָרט.

פּאָליטיק
פֿון יצחק לודען (‫ישׂראל)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

מיט אַ וואָך צוריק איז דער הויפּט־"סטאַר" פֿון דער פּאָליטישער טעאַטער־וואָך אין ישׂראל געווען אַבֿיגדור ליבערמאַן, דער מנהיג פֿון "ישׂראל ביתּנו". הײַנטיקע וואָך איז דער הויפּט־"סטאַר" געווען דער אַמעריקאַנער וויצע־פּרעזידענט דזשאָו בײַדען, וועלכער איז געקומען פֿאַרריכטן דאָס וואָס ליבערמאַן האָט, דירעקט אָדער אומדירעקט, קאַליע געמאַכט.

טעאַטער
פֿון מרים שמולעוויטש־האָפֿמאַן (ניו־יאָרק)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
קעווין האַרט, קאַטערין פּילאַפֿאַס און עמי דיין

ליבע פֿרײַנד, הײַנט וועל איך אײַך אָפּשילדערן אַ פֿאָרשטעלונג וואָס הייסט "איבערצײַגונג," אויף ענגליש — Conviction — וואָס שפּילט אין וויקטאָרי גאַרדענס טעאַטער אויף דער 59סטער גאַס, צווישן דער פֿיפֿטער און מעדיסאָן עוועניוס. געשריבן האָט די פּיעסע אורן נימאַן. ער האָט עס, זעט אויס, באַאַרבעט פֿון אַ נאָוועלע מיטן נאָמען "איבערצײַגונג," וועלכע איז פֿאַרפֿאַסט געוואָרן פֿון איינעם וואָס הייסט יונתן בן־נחום און אַדאַפּטירט געוואָרן פֿאַר דער בינע פֿון עמי דיין. ביז אַהער פֿאַרמאָגט די פֿאָרשטעלונג אַ קײַמא־לן פֿון דרײַ טאַטעס.

קהילה־לעבן, פּובליציסטיק, משפּחה
קאַל האָלצלער (לינקס) מיט דרײַ פֿון זײַנע 12 שוועסטער און ברידער, אין ניו־סקווער, נ״י, 1987

פֿאַראַכטאָגן דאָנערשטיק איז אינעם שטאַטישן העכסטן געריכט אין ברוקלין פֿאָרגעקומען אַ סצענע, וואָס וואָלט ביז לעצטנס פּשוט נישט מעגלעך געווען. אַַ 22־יאָריקער בחור, וועלכער שטאַמט פֿון אַ חסידישער היים, האָט באַשולדיקט אַ ברוקלינער רבֿ פֿון די מונקאַטשער חסידים, אין האָבן אים סעקסועל באַלעסטיקט אין אַן אויטאָ במשך פֿון די יאָרן 2004 און 2005.

(דעם פֿאַרגאַנגענעם דינסטיק איז דער רבֿ, ברוך ליבאָוויץ, טאַקע דערקלערט געוואָרן שולדיק, און עס דראָט אים איצט אַ שטראָף פֿון זיבן יאָר תּפֿיסה.)

ייִדיש־וועלט, ליטעראַטור
פֿון פּעסיע פּאָרטנוי (‫ישׂראל)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

די שלושים צום זכר פֿון אַבֿרהם סוצקעווער, וואָס איז דורכגעפֿירט געוואָרן דעם פֿאָריקן פֿרײַטיק אין "צוותּא"־זאַל, תּל־אָבֿיבֿ, קאָן אין אַ געוויסער מאָס באַטראַכט ווערן ווי אַ תּיקון צו זײַן לוויה. דווקא פֿאַרקערט ווי אויף דער לוויה, וווּ ס׳איז נישט געווען קיין סימן אַפֿילו פֿון אַ היגער מלוכישער פֿאָרשטייערשאַפֿט, וואָס זאָל אָפּגעבן כּבֿוד דעם אָנדענק פֿון גרויסן פּאָעט — אויסער פֿון פֿרעמדע רעגירונגס־פֿאָרשטייער — האָבן זײַנע איבערגעגעבענע פֿאַרערעס און משפּחה־מיטגלידער, מיט אַ חודש צוריק באַגלייט דעם דיכטער אין זײַן לעצטן וועג.

פֿונעם אייביקן קוואַל
פֿון מ. אַלקין
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

"ויקהל" — משה רבינו האָט צונויפֿגערופֿן די ייִדן, כּדי זיי ווידער צו וואָרענען, אַז שבת טאָרן זיי נישט טאָן קיין מלאָכה. די חז״ל דערקלערן, אַז די ייִדן האָבן געקאָנט מיינען, אַז צוליב דער גרויסער קדושה און וויכטיקייט פֿון מלאכת־המשכּן מעגן זיי ממשיך זײַן די אַרבעט אויך אום שבת; דערפֿאַר האָט משה ספּעציעל אָנגעזאָגט, אַז מע האָט געמעגט צוגרייטן דעם משכּן בלויז אין דער וואָכן. אין פֿאַרגלײַך מיט עבֿודת־המשכּן, וואָס די כּהנים האָבן יאָ אויסגעפֿירט שבת, האָט מען נישט געטאָרט דורכפֿירן די צוגרייט־אַרבעט בעת דעם הייליקן יום־המנוחה.

אויף די ראַנדן פֿון אַ פֿאָרש־אַרבעט
פֿון גענאַדי עסטרײַך (ניו־יאָרק)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
משה אָלגין

ווען מע לייענט דעם "פֿאָרווערטס" פֿאַר די יאָרן פֿון דער ערשטער וועלט-מלחמה, ווי אויך שפּעטער, ביז 1922, זעט מען גלײַך, אַז איינער פֿון די אַקטיווסטע שרײַבער פֿון דער צײַטונג איז געווען משה אָלגין (1878—1939). ענציקלאָפּעדישע אויסגאַבעס ברענגען אַ ביסל פֿאַרשיידענע דאַטעס פֿאַר וויכטיקע געשעענישן אין זײַן לעבן: זײַנע יאָרן פֿון שטודירן אין קיִעוו, הײַדעלבערג און — לסוף — ניו-יאָרק, וווּ ער האָט אין דעם קאָלומביע-אוניווערסיטעט פֿאַרטיידיקט אַ דאָקטאָר-דיסערטאַציע וועגן רוסישער ליטעראַטור.

געזעלשאַפֿט
פֿון מיכאל קרוטיקאָוו (ען־אַרבאָר)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
ד״ר מאַרק טולץ

דאָס פֿאַרגאַנגענע יאָרהונדערט האָט זיך אָנגעהויבן און פֿאַרענדיקט מיט צוויי ריזיקע כוואַליעס פֿון ייִדישער עמיגראַציע פֿון מיזרח־אייראָפּע. די רעזולטאַטן פֿון דער ערשטער עמיגראַציע קיין אַמעריקע זײַנען שוין גוט באַקאַנט, ווײַל דווקא יענע כוואַליע האָט געהאַט אַ וויכטיקע השפּעה אויפֿן אויספֿורעמען דעם אַמעריקאַנער ייִדישן ציבור. אָבער די לעצטע כוואַליע, דער עיקר, קיין ישׂראל, האָט נאָך ניט באַקומען אַ געהעריקע היסטאָרישע אָפּשאַצונג.

פּערל פֿון ‫ייִדישער פּאָעזיע
‫צונויפֿגעשטעלט פֿון חנה מלאָטעק

צו זײַן 30סטן יאָרצײַט

די לעצטע וואָכן, ווען מיר טרויערן אויפֿן טויט פֿון דער באַליבטער אַקטריסע און זינגערין, מינאַ בערן, געדענקען מיר די לידער וואָס זי האָט געזונגען און האָט אויפֿגעלעבט אויף דער טעאַטער־בינע און בײַ קאָנצערטן. צווישן די דיכטער איז געווען יצחק פּערלאָוו, צו וועלכן זײַן פֿרוי לאָלאַ פֿאָלמאַן האָט געשאַפֿן חנעוודיקע מעלאָדיעס. מיר דערמאָנען למשל די לידער "דאָס בײַטשל קרעלן", "כ׳קען ניט שלאָפֿן אַ גאַנצע נאַכט" און "דער קאַשטנבוים", וואָס ביידע געפֿינען זיך אין אונדזערע לידער־אַנטאָלאָגיעס, ווי אויפֿגענומען פֿון מינאַ בערן.

ישׂראל, פּאָליטיק
פֿון מרדכי דוניץ
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

ס׳קומען שוין ווידער פֿאָר צוזאַמענשטויסן צווישן די פּאַלעסטינער און ישׂראל־כּוחות אַרום דער "מערת־המכפּלה" אין חבֿרון און אויפֿן הר־הבית אין ירושלים, און ס׳זײַנען שוין ווידער פֿאַראַן צענדליקער אַרעסטירטע און פֿאַרוווּנדעטע אויף ביידע זײַטן. מיר האָבן געהאָפֿט, אַז אפֿשר וועט זיך אײַנשטעלן, סוף־כּל־סוף, אַ געוויסער שטילשטאַנד אויף די דאָזיקע פֿראָנטן און עס וועט קומען די ישועה צו דער אָנגעווייטיקטער פּראָבלעם, וואָס הערשט צווישן די פּאַלעסטינער און די ישׂראלים שוין העכער 60 יאָר.

ביאָגראַפֿיעס, רעליגיע, פּערזענלעכקײטן
פֿון סערגאָ בענגעלסדאָרף (מאָלדאָווע)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
הרבֿ לייב צירעלסאָן

די קעשענעווער קהילה האָט לעצטנס דורכגעפֿירט אַ ריי אונטערנעמונגען, אין אָנדענק פֿונעם 150סטן געבוירן־טאָג פֿונעם גרויסן ייִדישן רעליגיעזן און געזעלשאַפֿטלעכן טוער הרבֿ לייב־יהודה־משה צירעלסאָן. ער איז געווען דער הויפּט־רבֿ פֿון בעסאַראַביע פֿון 1918 ביז זײַן טראַגישן טויט אין 1941.

הרבֿ צירעלסאָן איז געבוירן געוואָרן אינעם שטעטל קאָזעלעץ, טשערניגאָווער געגנט, אין אַ פֿרומער משפּחה. ער האָט באַקומען אַן ערנסטע רעליגיעזע און וועלטלעכע דערציִונג. פֿרי אַרויסגעוויזן זײַן פֿעיִקייט צו לערנען און אַ סך דערגרייכט — שוין צו 19 יאָר האָט ער באַקומען די שטעלע פֿונעם הויפּט־רבֿ אין פּאָדאָליע.

שאלות און תּשובֿות אין "הלכות ליבע"
פֿון חנה סלעק (לאָס־אַנדזשעלעס)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

טײַערע חזנטע,

איך וווין און אַרבעט אין זייער אַ רײַכער קהילה. מײַן פֿרוי און איך זענען נישט אָרעם, און נישט רײַך. מיר האָבן צוויי קליינע קינדער — אַ זון אינעם צווייטן קלאַס און אַ טאָכטער אין קינדערגאָרטן. מיר גייען אויף אַ סך געבוירן־טאָג־שׂימחות, וווּ מע שטעלט ספּעציעל אָן פֿאַרווײַלער, קעלנער און מע פֿאַרבעט מער ווי הונדערט געסט. אויף חנוכּה באַקומען יענע קינדער יעדעס מאָל נײַע טשאַטשקעס — "אַײַ־פּאָדס", מאָביל־טעלעפֿאָנען און כּלערליי אַנדערע עלעקטראָנישע אַפּאַראַטן.