"די אַראַבישע ליגע" האָט אָנגענומען אַ באַשלוס: אָנהייבן די פֿאַרהאַנדלונגען צווישן ישׂראל און דער פּאַלעסטינער אַדמיניסטראַציע פֿון מאַכמוד אַבאַס, מיט דער פֿאַרמיטלונג פֿון אַמעריקע, און אין פֿיר חדשים קומען צו אַ הסכּם. די אַמעריקאַנער רעגירונג האָט געענטפֿערט: "אָ׳קיי!" — זיך אין דעם באַשלוס אָנגעכאַפּט, און באַלד געשיקט קיין ישׂראל אויף אַ באַזוך דעם וויצע־פּרעזידענט דזשאָו בײַדען, אַ שטויס צו טאָן דעם שלום־צוג און רירן אים פֿון אָרט.
אין משך פֿון די 16 יאָר זינט ס'איז אונטערגעשריבן געוואָרן דער שלום־אַקט אין אָסלאָ צווישן דער ישׂראל־רעגירונג און דער פּאַלעסטינער פֿירערשאַפֿט, איז אויף קיין טאָג נישט אָפּגעשטעלט געוואָרן די מלחמה פֿאַרן שלום. ביידע צדדים ציילן זייערע קרבנות, די שׂינאה — האַלט אין איין וואַקסן און דער תּהום פֿון נישט קענען געפֿינען אַ פּשרה, ווערט אַלץ טיפֿער און טיפֿער.
צי איז בכלל מעגלעך בײַ אַזאַ מצבֿ צו דערנענטערן זיך איינער צום אַנדערן, בפֿרט נאָך אין די ראַמען פֿון אַ קאָנקרעטן טערמין — 4 חדשים? צי איז דער תּנאַי פֿון דער "אַראַבישער ליגע" נישט מער ווי אַ פּאַסטקע, אויסגערעכנט, מילד גערעדט, אויף פּראָסטאַקעס? צי איז עס דען נישט קיין פּראָוואַקאַטיווער טריק, אַרויסצוּווײַזן די אומגעלומפּערטקייט און הילפֿלאָזיקייט פֿון דער אַמעריקאַנער אויסערן־פּאָליטיק, און די קאָמפּראָמיסלאָזע עקשנות פֿון דער ישׂראל־רעגירונג? און ווידער וועט דאָס פּאַלעסטינער פֿאָלק אויסזען אין די אויגן פֿון דער באַרעמהאַרציקער וועלט ווי אַ קרבן? און ווידער וועט די "יו־ען" — דאָס שפּיגעלע פֿון "גערעכטיקייט" און "אָבעקטיווקייט" — פֿאַראורטיילן ישׂראל?
איז דער אַמעריקאַנער וויצע־פּרעזידענט געקומען קיין ישׂראל, און האָט אויף אַ ברידערלעכן אופֿן (פֿאַרשטייט זיך, דער עלטערער ברודער) פֿאַרזיכערט די ישׂראלים, אַז זיי האָבן נישט וואָס מורא צו האָבן פֿאַר איראַנס נוקלעאַרע דראָונגען. און דערבײַ צוגעגעבן באַפֿליגלטע ווערטער: "די פֿאַראייניקטע שטאַטן וועט שטענדיק זײַן אויף דער זײַט פֿון די, וועלכע ריזיקירן צוליב דעם שלום!" פֿאַרשטייט זיך, אַז דער אַמעריקאַנער גאַסט האָט דיפּלאָמאַטיש נישט אָנגערופֿן, ווער דאַרף דאָ ריזיקירן — ישׂראל, צי די פּאַלעסטינער, צי אפֿשר די פֿאַראייניקטע שטאַטן גופֿא?
שוין אין דעם זאָג אַליין שמעקט מיט אַ שטיקל אַוואַנטורע. וואָס מיינט עס? אַז אין דער שפּיל ריזיקירט, קודם־כּל, ישׂראל, ווײַל אין קאָן ווערט געשטעלט נישט בלויז די זיכערקייט פֿון דער מדינה, נאָר איר גאַנצע עקזיסטענץ. מיט וואָס ריזיקירט די פּאַלעסטינער אַדמיניסטראַציע? אויף דעם איז אַפֿילו שווער צו געפֿינען אַן ענטפֿער, סײַדן די מאַכט איבער דער גאַנצער אויטאָנאָמיע וועט איבערנעמען דער "כאַמאַס". די דעמאָקראַטן אין אַמעריקע ריזיקירן צו פֿאַרלירן די וויילער, וואָס זײַנען שוין סײַ ווי סײַ אַנטוישט פֿון דער אינערלעכער פּאָליטיק, געפֿירט פֿון באַראַק אָבאַמאַס אַדמיניסטראַציע.
עס שאַפֿט זיך אַן אײַנדרוק, אַז דער באַשלוס אָנהייבן די פֿאַרהאַנדלונגען, קומט אַרויס פֿון דער "אַראַבישער ליגע", נישט אַזוי צוליב געפֿינען אַ לייזונג פֿון דעם פֿאַרשלעפּטן קריזיס, נאָר פֿאַרקערט — אים נאָך מער אויפֿצובלאָזן. ס'איז אַ מין "הומאַניסטישער בלאָף", וואָס וואַרפֿט זיך ממש אין די אויגן. די פּאַלעסטינער גייען אין פֿיר חדשים אַרום צו די וואַלן, און ס'איז שווער אַפֿילו צו זאָגן, ווער פֿונעם ייִנגערן דור אָנהענגער פֿון מאַכמוד אַבאַס וואָלט געקאָנט איבערנעמען די מאַכט אין ראַמאַלאַ. שוין אָפּגערעדט, אַז די וועלף פֿון עזה קריצן שוין לאַנג מיט די ציין.
די איצטיקע ישׂראל־רעגירונג האָט נאָך פֿריִער, איידער דער אַמעריקאַנער וויצע־פּרעזידענט איז אָנגעקומען קיין פֿליפֿעלד בן־גוריון, געמאָלדן, אַז זי דערלויבט אויפֿצושטעלן 112 וווינונג־איינסן מערבֿ דער "גרינער ליניע". אויב דאָס איז ווינציק, האָט אין די טעג פֿון בײַדענס באַזוך דער ישׂראלדיקער אינערן־מיניסטער אלי ישי פֿון ש"ס, באַשטעטיקט, אַז ישׂראל גייט בויען 1,600 וווינונגען אין מיזרח־ירושלים. צי האָט ער דערמיט געוואָלט אונטערשטעלן אַ פֿיסל דעם פּרעמיער נתניהו, צי ס'איז בלויז אַ "טעכנישער צונויפֿפֿאַל"? ווי עס זאָל נישט זײַן, האָט דער אָפּקלאַנג פֿון אַזאַ ברוך־הבא, זיך באַלד צעטראָגן איבער דער וועלט.
אַזעלכע ידיעות פֿון מיטעלן מיזרח ווערן אויפֿגעכאַפּט, ווי הייסע בלינצעס.