|
משה אָלגין |
|
ווען מע לייענט דעם "פֿאָרווערטס" פֿאַר די יאָרן פֿון דער ערשטער וועלט-מלחמה, ווי אויך שפּעטער, ביז 1922, זעט מען גלײַך, אַז איינער פֿון די אַקטיווסטע שרײַבער פֿון דער צײַטונג איז געווען משה אָלגין (1878—1939). ענציקלאָפּעדישע אויסגאַבעס ברענגען אַ ביסל פֿאַרשיידענע דאַטעס פֿאַר וויכטיקע געשעענישן אין זײַן לעבן: זײַנע יאָרן פֿון שטודירן אין קיִעוו, הײַדעלבערג און — לסוף — ניו-יאָרק, וווּ ער האָט אין דעם קאָלומביע-אוניווערסיטעט פֿאַרטיידיקט אַ דאָקטאָר-דיסערטאַציע וועגן רוסישער ליטעראַטור.
מע ווײַזט אויך אָן פֿאַרשיידענע יאָרן פֿון זײַן אַרײַנטרעטן אין "בונד"; אָט איז ער אַ גרינדער פֿון דער ערשטער "בונד"-אָרגאַניזאַציע אין קיִעוו, און אָט ווערט ער אַ מיטגליד פֿון דער פּאַרטיי אין עטלעכע יאָר אַרום, שוין אין אַנדערע מקומות. לויט אייניקע קוואַלן, איז ער געקומען קיין אַמעריקע אין 1913, אָבער אַנדערע קוואַלן רופֿן אָן דאָס יאָר 1914.
פֿאַר וואָס איז ער געוואָרן אָלגין? ער האָט דאָך, אין דער אמתן, געטראָגן דעם נאָמען משה-יוסף נאָוואָמיסקי. בײַ מיר ליגט ערגעץ אַ דערציילונג פֿון אַ סאָוועטישן שרײַבער, אין וועלכער עס ווערט באַשריבן אַ ראָמאַנטישע געשיכטע פֿון אַ ליבע צו אַ מיידל מיטן נאָמען אָלגאַ. דאָס מיידל איז פֿרי געשטאָרבן, און ער איז פֿאַרבליבן איר געטרײַ. קיין משפּחה האָט ער אויך, וויפֿל איך פֿאַרשטיי, קיין מאָל ניט געשאַפֿן.
אַזוי צי אַזוי, אָבער די רייד גייט וועגן אַן אויסערגעוויינטלעכער פֿיגור אין ייִדישן לעבן. אָלגין האָט דאָך, חוץ אַ כּלערליי זשורנאַליסטישע פּראָדוקציע, געשריבן ליטעראַרישע ווערק. איך האָב געלייענט אייניקע פֿון זיי, אַרײַנגערעכנט דעם ראָמאַן "האַוורילע און יואל" (1927). מיר שײַנט, אַז דאָס איז בכלל געווען דער ערשטער פּראָלעטאַרישער ראָמאַן אויף ייִדיש, געשאַפֿן אין די קאָמוניסטישע קרײַזן. ער האָט עס געטאָן פֿריִער פֿון זײַנע סאָוועטישע קאָלעגן.
צו יענער צײַט איז אָלגין שוין אין משך פֿון פֿינף יאָר געווען אָפּגעזונדערט פֿון דעם "פֿאָרווערטס". אין האַרבסט 1922 איז ער, צוזאַמען מיט נאָך עטלעכע ליטעראַטן, אַוועק צו די לינקע. אויב די אינפֿאָרמאַציע וועגן זײַן שרײַבן פֿאַרן "פֿאָרווערטס" זינט 1907 איז אַ ריכטיקע, הייסט עס, אַז אין 1922 האָט זיך פֿאַרענדיקן אַ 15־יאָריקע תּקופֿה אין זײַן לעבן.
דאָ וויל איך דערמאָנען זײַן אַרטיקל: "׳זשאַרגאָן׳: צום שפּראַך-שטרײַט אין דער ייִדישער גאַס", וואָס איז געווען פֿאַרעפֿנטלעכט אין "פֿאָרווערטס" מיט אַ יאָרהונדערט צוריק, דעם 5טן פֿעברואַר 1910. צו יענער צײַט האָט אָלגין שוין געזען, דווקא פֿון זײַנע מאַרקסיסטישע קלאַסן-פּאָזיציעס, אַז עס האָט זיך אָנגעהויבן אַן ערנסטע קאָנקורענץ צווישן ייִדיש און העברעיִש. אָט וואָס ער שרײַבט אין דעם אַרטיקל:
"זשאַרגאָן" און דעמאָקראַטיזם זײַנען איצט געוואָרן איינס. "קעגן זשאַרגאָן" הייסט פּונקט אַזוי פֿיל, ווי "קעגן סאָציאַליסטן", קעגן רעוואָלוציאָנערן, קעגן דעמאָקראַטישע מאַסן. אַזאַ כאַראַקטער האָט איצט אָנגענומען דער קאַמף — די ערשטע געפֿעכטן פֿון דער גרויסער מלחמה, וועלכע ס׳וועט אונדז נאָך אויסקומען צו פֿירן, בײַ פֿרײַערע פּאָליטישע באַדינגונגען, פֿאַר אַ דעמאָקראַטישער שול, פֿאַר נאַציאָנאַלער דערציִונג.
די בורזשואַזיע האָט דערפֿילט, אַז דאָ האָט זי אַן ערנסטן שׂונא. און אַ קאַמפֿס-מיטל איז בײַ דער בורזשואַזיע — די "קלינגערס".
"מיר וועלן קיין געלט ניט געבן!" — הערט איר שוין איצט אומעטום, וווּ ס׳איז דאָ אַ סכּנה פֿון "זשאַרגאָן".
די שטאָטישע "פּני", די קהלס-לײַט, ווילן ניט שטיצן אַזוינע שולן, וווּ מען לערנט "זשאַרגאָן". די בורזשואַזע "חבֿרה-מפֿיצי-השׂכּלה" וויל ניט אונטערהאַלטן אייניקע שולן, כּל-זמן מען וועט אין זיי ניט פֿאַרבײַטן "זשאַרגאָן" אויף העברעיִש. אין די תּלמוד-תּורות וויל מען פּשוט ניט אַרײַנלאָזן קיין זשאַרגאָנישע לימודים. אין עפֿנטלעכע ביבליאָטעקן, וווּ די בורזשואַזיע איז די רעדל-פֿירערין, קוקט מען קרום אויף זשאַרגאָנישע ביכער. אין פֿיל ביבליאָטעקן ("ייִדישע" ביבליאָטעקן!) וועט איר געפֿינען אַלצדינג, נאָר ניט קיין ייִדישע ביכער.
און אַזוי גרויס איז דער האַס צום "זשאַרגאָן", אַז פֿאַרברענטע נאַציאָנאַליסטן ווילן שוין בעסער רוסיש, איידער ייִדיש!
אונדז האָט מען שוין אָנגעהויבן צו האַסן. דאָס איז אַ גוטער סימן. פֿריִער מיט צוואַנציק, פֿריִער אַפֿילו מיט צען יאָר האָט מען דעם "זשאַרגאָן" אָדער גאָר ניט באַמערקט, אָדער געקוקט אויף אים מיט פֿאַראַכטונג. איצט דערוועקט ער שוין בײַ אונדזערע "כּלל-טוער" אַ שׂינאה. איצט איז ער זיי אַ דאָרן אין די אויגן.
און דאָס איז דער בעסטער סימן, אַז ער וואַקסט און ווערט שטאַרקער.
מיר וועלן נאָך זען גרויסע, לײַדנשאַפֿטלעכע מלחמות.
און ווייניקער פֿאַר אַלץ האָבן מיר מורא פֿאַר אַזוינע מלחמות, וואָרעם אין דעם קאַמף גופֿא וועט שטאַרקער ווערן די קראַפֿט פֿונעם פּראָלעטאַריאַט, וועט קלאָרער ווערן זײַן געדאַנק, וועט מענטשלעכער ווערן זײַן געמיט, וועט ער זיך אויסלערנען צו ליבן און צו אַכטן זײַן אַלט-יונגע ייִדישע שפּראַך.
אַזוי האָט עס אויסגעזען אין אָלגינס אויגן מיט אַ יאָרהונדערט צוריק, ווען דער מצבֿ אין דער ייִדישער גאַס איז געווען לחלוטין אַן אַנדערער. וווּ איז הײַנט דער ייִדישער פּראָלעטאַריאַט? ווער רעדט שוין וועגן זײַן ליבע צו ייִדיש? אין אָלגינס צײַטן האָבן די ייִדישיסטן געפֿילט, אַז זיי זײַנען געשטאַנען פֿעסט אויף דער ערד, בעת די העברעיִסטן האָבן געשוועבט אין די הימלען. פֿון דעמאָלט אָן איז די ערד אָדער פֿאַרברענט געוואָרן, אָדער האָט זיך אין גאַנצן איבערגעדרייט.