די שלושים צום זכר פֿון אַבֿרהם סוצקעווער, וואָס איז דורכגעפֿירט געוואָרן דעם פֿאָריקן פֿרײַטיק אין "צוותּא"־זאַל, תּל־אָבֿיבֿ, קאָן אין אַ געוויסער מאָס באַטראַכט ווערן ווי אַ תּיקון צו זײַן לוויה. דווקא פֿאַרקערט ווי אויף דער לוויה, וווּ ס׳איז נישט געווען קיין סימן אַפֿילו פֿון אַ היגער מלוכישער פֿאָרשטייערשאַפֿט, וואָס זאָל אָפּגעבן כּבֿוד דעם אָנדענק פֿון גרויסן פּאָעט — אויסער פֿון פֿרעמדע רעגירונגס־פֿאָרשטייער — האָבן זײַנע איבערגעגעבענע פֿאַרערעס און משפּחה־מיטגלידער, מיט אַ חודש צוריק באַגלייט דעם דיכטער אין זײַן לעצטן וועג.
עפּעס איז דאָך געשען אין משך פֿון דעם דאָזיקן חודש זינט דער לוויה, וואָס האָט פֿולשטענדיק געענדערט די באַציִונג; אַוודאי נישט צו סוצקעווערן — ער נייטיקט זיך דאָך אין גאַנצן נישט אין הכשר פֿון דעם עסטאַבלישמענט, וואָס האָט אים, אַגבֿ, יאָ אָנערקענט און אין 1985 אים באַלוינט מיטן געגאַרטן ישׂראל־פּרײַז; סוצקעווער האָט סײַ־ווי־סײַ דערגרייכט די אומשטערבלעכקייט ווי אַ ייִדישער דיכטער מיטן כּוח פֿון זײַן אייגענעם טאַלאַנט, מיט זײַן געשטאַלט ווי אַ מענטש, מיטן כּוח פֿון אַ קולטור־העלד. די ענדערונג וואָס איז געשען האָט זיך באַשײַמפּערלעך אויסגעדריקט בײַ די שלושים. דער ים פֿון מענטשן, געקומענע פֿון נאָענט און פֿון ווײַט, האָט ווײַט איבערגעפֿלאָסן דעם אַרײַננעם פֿון דעם "צוותּא"־זאַל און פֿון זײַן אַרום; צווישן די אָנוועזנדיקע נישט ווייניק אָפֿיציעלע פֿאָרשטייער: דער מדינה־פּרעזידענט, שמעון פּערעס, וועלכער האָט אַפֿילו — און דאָס איז יאָ געווען אַ נאָווינע — אַרײַנגעפֿלאָכטן אין זײַנע ווערטער עטלעכע זאַצן אויף ייִדיש; דער תּל־אָבֿיבֿער בירגערמײַסטער, רון חולדאַי, האָט נישט גערעדט אויף ייִדיש. ער האָט אָבער איבערגעלייענט (אויף העברעיִש) סוצקעווערס אַ ליד; נישט גערעדט נאָר געווען אָנוועזנדיק: גדעון סער, דער דערציִונגס־מיניסטער; די קולטור־מיניסטאָרין, לימור ליבֿנת; דער "יד־ושם"־פֿאָרזיצער, אַבֿנר שלו; דער וויצע־כּנסת־פֿאָרזיצער, אַלעקס מילער; די געוועזענע דערציִונג־מיניסטאָרין, יולי תּמיר.
אַלץ וואָס איז געקומען שפּעטער איז געווען אַ זעלטענע קולטור־קינסטלערישע איבערלעבונג. די פֿאַראַנטוואָרטלעכקייט פֿאַר דער פֿרימאָרגנדיקער טרויער־אונטערנעמונג איז געלעגן אין די הענט פֿון דער רעזשיסאָרין דורונה (דאָראָנאַ) בן־דור. איר צוגאַנג איז געווען אַז דער עיקר פֿון דער טרויער־אַקאַדעמיע איז צו דערמאָנען און אַנטפּלעקן סוצקעווערס לידער אויף ייִדיש און אויף העברעיִש, ווי אויך באַרירן פֿאַרשיידענע פּעריאָדן פֿון זײַן לעבן אויף אַ פּערזענלעכן ניוואָ. זי האָט אויסגעקליבן דאָס ליד "ווער וועט בלײַבן, וואָס וועט בלײַבן" ווי אַ קאָנצעפּט פֿון דער אונטערנעמונג וואָס איז אין איר וועזנטלעכקייט די אַזכּרה צו די שלושים פֿונעם פּאָעט. זי האָט באַשטעלט די באַזונדערע איבערזעצונגען פֿון דעם דאָזיקן ליד און אַזוי האָבן מיר געהערט איבערזעצונגען אין זיבן שפּראַכן: דײַטש, שוועדיש, שפּאַניש, רוסיש, אונגאַריש, ענגליש, און פּויליש. אײַנגעשלאָסן איז אויך געווען דער ווידעאָ וווּ מ׳זעט סוצקעווערן אַליין, לייענענדיק דאָס ליד מיט זײַן קול. אויך די בינע־אויסשטאַטונג איז געווען אינספּירירט אין סוצקעווערס לעבן און שאַפֿונג: די אַרבעטן פֿון שאַגאַל און פֿון באַק, די צוויי מאָלערס וואָס האָבן אילוסטרירט זײַנע ביכער, און אויפֿן שוואַרצן פֿאָרהאַנג פֿון דער הינטערשטער וואַנט האָבן די גאַנצע צײַט געשוועבט שטערנס — איינער פֿון די דערקענונגס־צייכנס אין סוצקעווערס ווערק.
צונויפֿגעטראָפֿן אויף דער זעלבער בינע האָבן זיך פֿאַרשיידענע קינסטלער און שאַפֿער — עלטערע און ייִנגערע — וואָס יעדער איינער אויף זײַן באַזונדערן אופֿן האָט בײַגעטראָגן צו געשטאַלטיקן סוצקעווערס רײַכע און פֿאַרשיידנאַרטיקע שאַפֿונג. דער פֿאָרשער פֿון ייִדישער ליטעראַטור, באַהאַוונט אין סוצקעווערס ווערק, פּראָפֿ׳ אַבֿרהם נאָווערשטערן, פֿון העברעיִשן אוניווערסיטעט אין ירושלים, טרעט אויף מיט אַ קורצער לעקציע, וואָס ער האָט אָנגערופֿן "סוצקעווער: דער דיכטער־אַרכיטעקט".
דאָס ליד "אונטער דײַנע ווײַסע שטערן" האָט סוצקעווער געשאַפֿן אין ווילנער געטאָ אין 1943, צו וועלכן דער קאָמפּאָזיטאָר בראָדנאָ האָט צוגעפּאַסט די מוזיק. דאָס ליד איז פֿאַרשפּרייט געוואָרן אין געטאָ און אין די לעצטע חדשים פֿאַר דער ליקווידאַציע פֿון געטאָ איז עס פֿאַרוואַנדלט געוואָרן אין אַ סימבאָל. די אַקטריסע ליאורה ריבלין זינגט דאָס ליד אויף ייִדיש מיט איר באַזונדערן סטיל; איר זון שאול בעסער באַגלייט זי אויף פּיאַנע. רבֿקה באַסמאַן בן־חיים, וואָס האָט אָפּגעהיט די פֿרײַנדשאַפֿט מיט סוצקעווערן ביז זײַנע לעצטע טעג, האָט געבראַכט איר פּערזענלעכע דערמאָנונג ווען אין ווילנע, אין געטאָ, האָט זי איבערגעלייענט פֿאַר סוצקעווערן אירע ערשטע לידער און ער האָט איר באַפֿוילן זי זאָל דיכטן בלויז אויף ייִדיש. דער ישׂראל־דיכטער דאָרי מאַנאָר האָט איבערגעגעבן מיט לײַכטן הומאָר זײַן ערשטע באַגעגעניש מיט סוצקעווערס פּאָעזיע ווען ער איז אַלט געווען 19 יאָר און האָט אַפֿילו נישט געצווייפֿלט, אַז דער מחבר, אַ פּאַרטיזאַן וואָס האָט איבערגעלעבט דעם חורבן — איז אַוודאי שוין נישט צווישן די לעבעדיקע; ווי גרויס אָבער איז געווען זײַן וווּנדער ווען אין אַ געוויסן טאָג האָט געקלונגען אין זײַן שטוב דער טעלעפֿאָן און אויף דער צווייטער זײַט פֿון דער ליניע איז געווען נישט קיין אַנדערער ווי אַבֿרהם סוצקעווער. דאָס איז געווען דער אָנהייב פֿון אַ נאָענטער פֿרײַנדשאַפֿט צווישן יונגן שוואַרצהאָריקן פּאָעט מיטן דערפֿאַרענעם בכּבֿודיקן מײַסטער. דאָרי מאַנאָר האָט אויך דערציילט, אַז נאָכן באַקענען זיך מיט סוצקעווערס איבערגעזעצטע לידער איז ער געגאַנגען זיך לערנען ייִדיש, כּדי צו לייענען די לידער אויף דער שפּראַך אויף וועלכער זיי זײַנען געשאַפֿן געוואָרן.
דורכן קאָנטראַסט צווישן דער קלינגענדיקער פּשוטקייט פֿון דעם ליד "אַ וואָגן שיך" און דאָס וואָס עס באַדײַט, שאַפֿט זיך אַ געפֿערעלכער אָפּגרונט און דאָס איז אָפּגעשפּיגלט געוואָרן אין דער דראַמאַטישער איבערחזרונג פֿון די ווערטער: "די רעדער יאָגן, יאָגן,/ וואָס ברענגען זיי מיט זיך?/ זיי ברענגען מיר אַ וואָגן/ מיט צאַפּלענדיקע שיך". איין מאָל לייענט דאָס ליד אין אַ רעקאָרדירונג סוצקעווער אַליין, דאָס צווייטע מאָל לייענט עס דער אָנפֿירער פֿון פֿרימאָרגן איציק ווײַנגאָרטן אויף העברעיִש און צום דריטן מאָל זינגט אויף ייִדיש דער קאָמפּאָזיטאָר־זינגער אהוד כיטמאַן.
רועי גרינוואַלד, פּאָעט, לעקטאָר, ליטעראַטור־פֿאָרשער און אַ געבענטשטער איבערזעצער פֿון סוצקעווערס לידער אויף העברעיִש, לייענט זײַן געלונגענע איבערזעצונג און באַלד דעם ייִדישן אָריגינאַל פֿון דעם ליד "בײַ טאָג אַ לוויה, בײַ נאַכט אַ קאָנצערט".
אין דער ברייטער מאָזאַיִק פֿון סוצקעווערס שעפֿעריש ווערק און זײַנע איבערלעבונגען האָט אויף זײַנע שלושים נישט געקאָנט פֿעלן דער באַוווּסטער היסטאָרישער עפּיזאָד, וווּ ער טרעט אויף ווי איינער פֿון די אָנקלאָג־עדות אויף דעם נירנבערגער פּראָצעס; זײַן עדות־זאָגן האָט אויפֿגערודערט די ייִדישע וועלט, ווײַל דאָס איז געווען איינער פֿון די איינציקע עדות־זאָגער אויפֿן נירנבערגער פֿראָצעס, וועלכע האָבן אויפֿגעדעקט די שרעקלעכע פֿאַרברעכנס בעת די חורבן־יאָרן. עס ווערן געוויזן טיילן פֿון זײַן עדות־זאָגן. דאָס איז געשען אין יאָר 1946.
דער אַקטיאָר־מוזיקער אַבֿי גרייניק זינגט מיט זײַן אייגענער פּיאַנע־באַגלייטונג די שאַפֿונג "אַש־בלעטער".
סוצקעווערס אייניקל, די אַקטריסע הדס קאַלדעראָן, פֿירט אויס אַ פֿראַגמענט פֿון סוצקעווערס דערציילונג "די צווילינג־שוועסטער", צוגעגרייט פֿאַר דער בינע דורך דער רעזשיסאָרין דורונה בן־דור, מוזיק — דניאל גלאַי, באַגלייט דורך דער פֿידלערין חיה ליבֿני, פֿון ישׂראלדיקן קאַמער־אָרקעסטער.
די אייגנאַרטיקע טרויער־אַקאַדעמיע איז שוין נאָענט צום סוף, עס וועט נאָך אויפֿטרעטן דער זינגער־קאָמפּאָזיטאָר שלומי שבן (שאַבאַן) מיט זײַן שאַפֿונג "דער טאַנץ־געזאַנג" און נאָך דעם "איך שרײַב מײַנע בריוו" — געלייענט אויף העברעיִש דורכן אַקטיאָר אוהד קנאַלער.
הדס קאַלדעראָן דערציילט זכרונות פֿון איר זיידן און באַדאַנקט דעם עולם פֿאַר אָנטייל נעמען אין דער טרויער־אונטערנעמונג צום אָנדענק פֿון ייִדישן דיכטער, אַבֿרהם סוצקעווער.
די שלושים נאָך אַבֿרהם סוצקעווער