טעאַטער
פֿון מרים שמולעוויטש־האָפֿמאַן (ניו־יאָרק)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
קעווין האַרט, קאַטערין פּילאַפֿאַס און עמי דיין
קעווין האַרט, קאַטערין פּילאַפֿאַס און עמי דיין
Eran Tari

ליבע פֿרײַנד, הײַנט וועל איך אײַך אָפּשילדערן אַ פֿאָרשטעלונג וואָס הייסט "איבערצײַגונג," אויף ענגליש — Conviction — וואָס שפּילט אין וויקטאָרי גאַרדענס טעאַטער אויף דער 59סטער גאַס, צווישן דער פֿיפֿטער און מעדיסאָן עוועניוס. געשריבן האָט די פּיעסע אורן נימאַן. ער האָט עס, זעט אויס, באַאַרבעט פֿון אַ נאָוועלע מיטן נאָמען "איבערצײַגונג," וועלכע איז פֿאַרפֿאַסט געוואָרן פֿון איינעם וואָס הייסט יונתן בן־נחום און אַדאַפּטירט געוואָרן פֿאַר דער בינע פֿון עמי דיין. ביז אַהער פֿאַרמאָגט די פֿאָרשטעלונג אַ קײַמא־לן פֿון דרײַ טאַטעס.

דאָ הייבט זיך אָן אַ געשיכטע פֿון דער אינקוויזיציע אין דער אַמאָליקער שפּאַניע פֿון יאָר 1486. אַ שווער שטיקל טעמע סײַ צו דראַמאַטיזירן און סײַ צו פֿאַרדייען. אַכיבע, מ׳איז שטאַרק באַהאַוונט אין יענער שווערער תּקופֿה פֿון גירוש־שפּאַניע. דערצו דאַרף מען זײַן אַ שטיקל פֿאָרשער אָדער היסטאָריקער וואָס ספּעציאַליזירט זיך אין יענער צײַט; אַ צײַט ווען מען האָט די ייִדן געצוווּנגען צום שמד אָדער געברענט זיי אויף שײַטער־הויפֿנס. די פֿאַרניכטונג פֿון אַ טייל פֿון ייִדישן פֿאָלק איז אָנגעגאַנגען סײַ אין שפּאַניע, סײַ אין פּאָרטוגאַל, וווּ נאָר די קאַטוילישע קירכע־טאַטעלעך האָבן איבערגעטראָטן די שוועל. דער עיקר אין דרום־אַמעריקע, און לאָמיר נישט פֿאַרגעסן מעקסיקע. דערצו דאַרף מען זײַן אַ דראַמאַטורג מיט אַ ייִחוס־בריוו.

די ערשטע טענה פֿונעם מחבר איז אַזאַ: מען שרײַבט, מ׳שטעלט פּיעסעס, מ׳שפּילט אויס אין פֿילמען און טעלעוויזיע דעם חורבן; אונדזער חורבן אין מיזרח־אייראָפּע. דאָס הייסט, אַז דער חורבן האָט אײַנגעשלונגען אַ גרויסן טייל פֿון אונדזער געשיכטע פֿון מאַרטירערשאַפֿט, און איז אַ כּסדרדיקע טעמע פֿאַר קינסטלער. האָט מען אַוועקגעמאַכט מיט דער האַנט דעם שדים־טאַנץ וואָס איז פֿאָרגעקומען אין שפּאַניע און מ׳פֿאַרנעמט זיך נישט גענוג מיט יענער תּקופֿה. דעריבער האָבן די דרײַ קינסטלער זיך אַרויפֿגעשאַרט די אַרבל און זיך גענומען צו דער אַרבעט. נעמלעך, אַרײַנדרינגען אין דער געשיכטע פֿון אונדזער גרויסן דערנער־מאַרשרוט און פֿאַרלוסט ווי אַ פֿאָלק — אין שפּאַניע.

איך ווידער, אַפּלאָדיר יענעם, וואָס פֿילט זיך בכּוח אַרויסצוברענגען אויף די בינע־ברעטלעך, אָדער אויפֿן עקראַן, די שפּאַנישע עפּאָכע, וווּ מען האָט געצוווּנגען די ייִדן צום שמד, וווּ מען האָט זיי געברענט און וווּ אונדזערע בני־ישׁראל האָבן געמוזט, מיט די קרייצן אויף די העלדזער, אָפּהיטן ייִדישע מינהגים און טראַדיציעס בשתּיקה. פֿאַרשטייט זיך, אַז מיר האָבן אין שפּאַניע אָנגעוווירן אַ גרויסן טייל פֿון אונדזער פֿאָלק.

וועל איך אײַך באַקענען מיט דער אויפֿפֿירונג. די אַקציע האָט צו טאָן מיטן פּראָפֿעסאָר חיים טאַל, אַ הײַנטיקער, מאָדערנער ייִד, וואָס זײַן נסיעה קיין שפּאַניע איז פֿאַרבונדן מיט אַ פֿאָרש־פּראָיעקט אין נאַציאָנאַלן אַרכיוו פֿון שפּאַניע. ער ווערט אַרעסטירט בײַם גנבֿענען איינס פֿון די קאַרטאָטעקעס מיט אַ געשיכטע פֿון איינעם, צו וועלכן ער פֿילט אַ קרובֿהשאַפֿט.

די ערשטע סצענע שפּילט זיך אָפּ אין תּפֿיסה, וווּ דער אויספֿאָרשער, אַ מין אינקוויזיטאָר, פֿאָדערט פֿון אים אַן אויפֿקלערונג, נעמלעך צוליב וואָס איז ער געקומען און וואָס זוכט ער אין די אַלטע, פֿאַרגעלטע קאַרטאָטעקעס פֿון די אַרכיוון. דער פּראָפֿעסאָר האַלט אין איין שווײַגן. דער אויספֿאָרשער קאָנפֿיסקירט זײַן פּאַספּאָרט און סטראַשעט אים מיט לענגלעכער תּפֿיסה אויב ער וועט נישט אויפֿקלערן די סיבה פֿון דער גנבֿה. זײַן אינקוויזיטאָר — אין הײַנטיקער, מאָדערנער קליידונג — נעמט אַרויס אַלטע, צעקנייטשטע דאָקומענטן פֿון דער טעקע און לייענט זיי:

"אויפֿן באַפֿעל און מאַכט פֿונעם פּויפּסט סיקסטוס דעם פֿערטן, וועלכער האָט אויטאָריזירט די טריבונאַלן פֿון דער אינקוויזיציע, באַשולדיק איך דיך, אַנדרעס גאָנזאַלעס דעם פֿופֿצעטן טאָג אין יולי, אין יאָר 1485, אין פֿאַרראַט קעגן דעם קלויסטער, קעגן דעם קעניג און קעגן דעם לאַנד..."

דער פּראָפֿעסאָר בײַט מאָמענטאַל זײַן קאָסטיום און פֿאַרוואַנדלט זיך אין אַ גלח און דער אויספֿאָרשער באַווײַזט זיך ווי כואַן דע סאַלאַמאַנקאַ, און ביידע שפּילן אויס די ראָלעס פֿון די גלחים. זיי טוען זיך מתוודה זײַן איינער פֿאַרן אַנדערן, אַז ביידע שטאַמען אָפּ פֿון ייִדן, וואָס האָבן אויסגעמיטן די אינקוויזיציע על־פּי נס. קיינער טאָר דערפֿון נישט וויסן. ביידע קרייצן זיי זיך איבער בײַ דער "קאָנפֿעסיע" און ביידע פֿאַרטרויען איינער דעם אַנדערן סודות פֿון זייער אינערלעך און אויסערלעך לעבן.

אין צווישן וועקט זיך איבער אַ שיין מיידל, וואָס איינער פֿון די גײַסטלעכע איז פֿאַרליבט אין איר. ער דערוויסט זיך, אַז זי שטאַמט אויך אָפּ פֿון ייִדן, אָבער ווען עס קומט צו ליבע איז עס נישט שייך. די בינע איז באַצירט מיט ברענענדיקע ליכטלעך, דאָס מיידל צינדט ליכט און זאָגט "שמע־שׂראל." און אַזוי ציט זיך דער טריומוויראַט אַ גאַנצע שעה און אַ האַלב און עס רירט זיך נישט פֿון אָרט. מײַן טעאַטראַלישער טעמפּעראַמענט קען נישט פֿאַרנעמען ווען אַלץ איז סטאַטיש. די פֿאָרשטעלונג ווערט פֿאַרגליווערט אין ווערטער און סצענעס, און די אַקציעס זײַנען מאָנאָטאָן און לאַנגווײַליק. די גאַנצע שפּיל באַשטייט פֿון רעציטאַציע ווי מען וואָלט זי געלייענט פֿון אַ בלאַט. בלײַבט זי שטעקן ערגעץ אין דער לופֿטן און רירט זיך נישט פֿון אָרט.

אַגבֿ, איך האָב מיט יאָרן צוריק געזען אַ פּיעסע און, דאַכט זיך, אַז געשריבן האָט זי דער ייִדישער היסטאָריקער מאַקאָבי פֿון ענגלאַנד. די פּיעסע האָט זיך קאָנצענטרירט אויף די דיספּאָזיציעס אין אַראַגאָן, באַרצעלאָנאַ און טאַרטאָסאַ. דאָרט האָט די קירך אויף כּוח געוואָלט באַווײַזן פֿאַר דער קריסטלעכער וועלט, אַז די ייִדן זײַנען פֿאַרפֿירט געוואָרן פֿון זייער גמרא. ס׳רובֿ משומדים האָבן דעמאָלט געפֿירט די דיספּוטאַציעס פֿאַררופֿנדיק זיך אויף פּסוקים פֿון דער גמרא, פֿון תּהילים און פֿון די נבֿיאים מיטן געדאַנק, אַז מ׳קען געפֿינען אין אונדזערע הייליקע שריפֿטן באַווײַזן, אַז משיח איז שוין דאָ, אינעם געשטאַלט פֿון "גאָטס זון," וועלכער איז געקרייציקט געוואָרן פֿאַר אונדזערע זינד, און אַז אָט־אָט וועט קומען זײַן צווייטער אויפֿקום און ער וועט אויסלייזן די וועלט.

מיט דעם אַלעם האָט מען געפּאַשעט, נעבעך, אונדזערע ייִדן וואָס אין האַרצן האָבן זיי זיך אויסגעלאַכט פֿון אַזאַ באָבע־מעשׁה. פֿון יענער צײַט איז אונדז געבליבן אײַנגעקריצט אין זכּרון דער נאָמען טאָרקוועמאַדאַ. פֿאַרשטייט זיך, אַז פֿאַרנומען מיט דער אינקוויזיציע זײַנען געווען דורכויס די פֿראַנציסקאַנער און דאָמיניקאַנער קירכע־טאַטעלעך. די משומדים ווידער, האָבן אײַנגעלייגט וועלטן צו באַווײַזן ווי פֿאַרפֿירעריש עס זײַנען די ייִדישע הייליקע ספֿרים וואָס ווילן נישט אָנערקענען די טרויקע — גאָט, דעם זון און דעם הייליקן גײַסט. די אָנקלאַגע האָט דערפֿירט דערצו, אַז אומשולדיקע ייִדן האָבן באַצאָלט מיטן לעבן. אָנגעזעענע רבנים זײַנען אַרויסגערופֿן געוואָרן צו האַלטן די דיספּוטאַציעס און צווישן זיי דער הרבֿ משה בן־נחמן (נאַכמאַנידעס). דער ייִד האָט נישט געטאָרט פֿרעגן, דער משומד האָט געשטעלט די פֿראַגעס און ר׳ נחמן האָט זיי געמוזט פֿאַרענטפֿערן. די דיספּוטאַציע האָט זיך קאָנצענטרירט, דער עיקר, אויף דער נאַטור און אויף משיחן, מיטן ציל צו באַווײַזן, אַז משיח איז שוין געקומען. יענע פּיעסע איז מיר געבליבן שטעקן טיף אין זכּרון, אויף אַזוי פֿיל קינסטלעריש איז זי געווען אָנגעשריבן און אויפֿגעפֿירט.

נאָך דער פֿאָרשטעלונג האָב איך אָפּגעשטעלט מענטשן און געוואָלט וויסן ווי איז זיי געפֿעלן די פּיעסע "איבערצײַגונג." איין ייִד אין די מיטעלע יאָרן האָט מיר געענטפֿערט:

"דעם אמת געזאָגט, האָב איך קיין מאָל נישט געהערט פֿון יענער תּקופֿה. ס׳האָט געמוזט זײַן אַ שווערע תּקופֿה. אַ סימן, אַז ס׳איז אַ שווערע פּיעסע."

אַן עלטערע פֿרוי האָט זיך באַקלאָגט:

"צו שווער פֿאַר מיר. איך האָב נישט קיין כּוח צו אַזעלכע זאַכן."

צו שטעלן און אויסשפּילן די שפּאַניש־ייִדישע תּקופֿה פֿון יענער צײַט, מוז די פּיעסע געשריבן ווערן טעאַטראַליש, באַגלייבעריש, און מיט דיאַלאָגן און מאָנאָלאָגן וואָס מוזן זיך קלעפּן. פֿון דער אַנדערער זײַט, מוז אַזאַ שווערע פּיעסע צוציִען צו זיך ערשטקלאַסיקע אַקטיאָרן וואָס זאָלן זײַן בכּוח אויסצופֿירן אַזאַ ספּעקטאַקל. איז אויף די צוויי געביטן הינקט די פּיעסע אונטער. זי דרשנט, זי חזרט איבער וואָס ס׳איז געשריבן אין די ענציקלאָפּעדיעס אָדער געשיכטע־ביכער, אַנשטאָט צו ברענגען פֿאַרן עולם אַן אייגענעם נוסח און בליק אויף יענער תּקופֿה. די פּיעסע איז פֿאַרפֿאַסט געוואָרן אייבערפֿלעכלעך און קינסטלעריש נישט באַגלייבלעך און איבערצײַגעריש. וואָס זאָל איך אײַך זאָגן, די גאַנצע פּיעסע האָט מיך נישט איבערצײַגט.