שאלות און תּשובֿות אין "הלכות ליבע"

טײַערע חזנטע,

איך וווין און אַרבעט אין זייער אַ רײַכער קהילה. מײַן פֿרוי און איך זענען נישט אָרעם, און נישט רײַך. מיר האָבן צוויי קליינע קינדער — אַ זון אינעם צווייטן קלאַס און אַ טאָכטער אין קינדערגאָרטן. מיר גייען אויף אַ סך געבוירן־טאָג־שׂימחות, וווּ מע שטעלט ספּעציעל אָן פֿאַרווײַלער, קעלנער און מע פֿאַרבעט מער ווי הונדערט געסט. אויף חנוכּה באַקומען יענע קינדער יעדעס מאָל נײַע טשאַטשקעס — "אַײַ־פּאָדס", מאָביל־טעלעפֿאָנען און כּלערליי אַנדערע עלעקטראָנישע אַפּאַראַטן. דאָס יאָר האָט אונדזער זון אונדז געפֿרעגט, פֿאַר וואָס האָט ער ניט די זעלבע זאַכן ווי זײַנע חבֿרים. מיט אַ וואָך צוריק, האָבן מיר געפּראַוועט אַ געבוירן־טאָג פֿאַר אונדזער טאָכטער — אַ פֿײַנע שׂימחה אין פּאַרק. נאָך דעם האָט זי אונדז געפֿרעגט, ווען די אמתע שׂימחה וועט פֿאָרקומען! מיט אַ פּאָר טעג שפּעטער, האָט איר חבֿרטע אונדז געפֿרעגט, אין וועלכן צימער שלאָפֿט די דינסט? מיר ווייסן נישט, צי זאָלן מיר ווײַטער בלײַבן אין דער קהילה. אויב יאָ, ווי אַזוי קענען מיר באַשיצן אונדזערע קינדער פֿון פֿילן, אַז זיי זענען נישט אויף דער זעלבער מדרגה ווי די אַנדערע קינדער?

ניט קיין ראָטשילד


טײַערער ניט קיין ראָטשילד,

עס איז שווער פֿאַר מיר צו מישפּטן, צי איר זאָלט בלײַבן אין דער קהילה, צי נישט, ווײַל איך ווייס נישט וואָס עס זענען די מעלות פֿון בלײַבן. אפֿשר האָט אײַער פֿרוי און איר גוטע שטעלעס, גוטע־פֿרײַנד, אַ גוטע שול פֿאַר אײַערע קינדער. אויב ניט, וואָלט איך טאַקע גענומען אין באַטראַכט אַן אַנדער אָרט צו וווינען; דאָרטן, וווּ אײַערע קינדער וועלן ניט מיינען, אַז אַזאַ רײַכקייט איז נאָרמאַל. אויב איר באַשליסט יאָ צו בלײַבן, דאַרפֿט איר וויסן: דאָס וואָס מען איז רײַך, מיינט נישט דווקא, אַז מע דאַרף האָבן צעבאַלעוועטע קינדער. ס'איז נישט קיין ענין פֿון רײַכקייט, נאָר אינעם געפֿיל, אַז "ס'קומט מיר אַלץ". עס וואָלט אויך געווען גוט אויסצומײַדן סיטואַציעס ווען איר ווייסט, אַז דאָס עשירות וועט זיך וואַרפֿן אין די אויגן. אויב אײַערע קינדער וועלן וויסן ווער זיי זענען, וועלן זיי נישט זוכן קיין מאַטעריאַליסטישע ענטפֿערס.


טײַערע חזנטע,

איך בין געגאַנגען אויף אַ גרויסער פּורים־שׂימחה מוצאי־שבת. עס זענען געקומען אַ טויזנט מענטשן. ווי תּמיד, בין איך געגאַנגען מיט דער האָפֿענונג, אַז איך וועל זיך טרעפֿן מיט אַ פֿײַן מיידל. און ווי תּמיד, ווי באַלד איך בין אַהין אָנגעקומען, האָב איך געפֿונען אַ ווינקל און דאָרטן געשטאַנען די גאַנצע נאַכט. איך האָב נישט געטאַנצט, נישט געגעסן, אַפֿילו נישט געגאַנגען אין וואַשצימער! איך בין געשטאַנען אינעם ווינקל, ווי אַ גולם. איך וויל זיך באַקענען מיט אַ פֿרוי — זי מעג זײַן אַ שעמעוודיקע ווי איך — אָבער איך ווייס נישט ווי אַזוי.

באַשיידן


טײַערער באַשיידן,

אַפֿילו ווען צוויי שעמעוודיקע מענטשן באַקענען זיך, דאַרף איינער פֿון זיי נעמען די איניציאַטיוו אין זײַנע הענט... אויב איר ווילט אַ שעמעוודיק מיידל, טאָ פֿאַר וואָס גייט איר אויף אַזוינע גרויסע שׂימחות? בעסער צו גיין אויף ליטעראַרישע שׂימחות, קאָנצערטן, מנינים, קאַווע־הײַזער און אַזוי ווײַטער. פֿון איצט אָן — ווינקלען זענען פֿאַרווערט!


טײַערע חזנטע,

מײַן טאָכטער לערנט זיך אין אוניווערסיטעט דאָס ערשטע יאָר. זי וויל אַרבעטן דעם זומער, אָבער איך וואָלט געוואָלט, זי זאָל זיך אָפּרוען און פֿאַרברענגען לעבן שווימבאַסיין יעדן טאָג צוזאַמען מיט מיר. זי אַרבעט דאָך אַזוי שווער אַ גאַנץ יאָר אין די קלאַסן. איך האָב איר דערציילט, אַז איך וועל איר באַצאָלן די זעלבע סומע, וואָס זי וואָלט פֿאַרדינט במשך פֿונעם זומער, אָבער זי זאָגט זיך אָפּ פֿון דעם פּלאַן. וואָס דאַרף איך זאָגן, זי זאָל מסכּים זײַן אויף מײַן פֿאָרלייג?

עלנטע מאַמע


טײַערע עלנטע מאַמע,

איר האָט אויפֿגעכאָוועט אַ קינד וואָס טראָגט אויף זיך אַן אַחריות, און וויל אַרבעטן און פֿאַרדינען איר אייגן געלט. אַ מיידל אין אוניווערסיטעט טאָר נישט מבֿטל זײַן אַ גאַנצן זומער לעבן שווימבאַסיין. איך בין זיכער, אַז אָן אַרבעט וועט איר ווערן דאָרטן פּוסט. זאָגט איר בעסער, אַז איר האָט זיך מישבֿ געווען, און, אַז איר זענט שטאָלץ דערמיט, וואָס זי האָט נישט נאָכגעגעבן און גייט אָן ווײַטער מיט איר שׂכל.

* * *
איר האָט שאלות אין "הלכות־ליבע?" שיקט אַ בריוו — אויף ייִדיש אָדער ענגליש — צו חזנטע סלעק:
HazzanAri@yahoo.com
אָדער
Cantors Office
10400 Wilshire Blvd
Los Angeles, CA 90024