קהילה־לעבן, פּובליציסטיק, משפּחה
קאַל האָלצלער (לינקס) מיט דרײַ פֿון זײַנע 12 שוועסטער און ברידער, אין ניו־סקווער, נ״י, 1987
קאַל האָלצלער (לינקס) מיט דרײַ פֿון זײַנע 12 שוועסטער און ברידער, אין ניו־סקווער, נ״י, 1987
Kal Holzler

פֿאַראַכטאָגן דאָנערשטיק איז אינעם שטאַטישן העכסטן געריכט אין ברוקלין פֿאָרגעקומען אַ סצענע, וואָס וואָלט ביז לעצטנס פּשוט נישט מעגלעך געווען. אַַ 22־יאָריקער בחור, וועלכער שטאַמט פֿון אַ חסידישער היים, האָט באַשולדיקט אַ ברוקלינער רבֿ פֿון די מונקאַטשער חסידים, אין האָבן אים סעקסועל באַלעסטיקט אין אַן אויטאָ במשך פֿון די יאָרן 2004 און 2005.

(דעם פֿאַרגאַנגענעם דינסטיק איז דער רבֿ, ברוך ליבאָוויץ, טאַקע דערקלערט געוואָרן שולדיק, און עס דראָט אים איצט אַ שטראָף פֿון זיבן יאָר תּפֿיסה.)

הגם דער געריכט־זאַל איז געווען געפּאַקט מיט איבער צוואַנציק שטיצער פֿונעם רבֿ, און דער אַדוואָקאַט האָט אומברחמנותדיק געפּרוּווט געפֿינען "לעכער" אינעם בחורס גבֿית־עדות, זענען אויך בײַגעווען 15 פֿרײַנד און שטיצער פֿונעם בחור. צווישן זיי איז געזעסן, אין דער צווייטער ריי, קאַל האָלצלער, דער גרינדער און עקזעקוטיוו־דירעקטאָר פֿון "קולות פֿון ווירדע" (Voices of Dignity) — אַ נײַע אָרגאַניזאַציע, וואָס האָפֿט צו צעברעכן די קייט פֿון סעקסועלער און פֿיזישער באַלעסטיקונג אין די חרדישע קרײַזן.

קאַל (פֿאַרקירצט פֿון "קלמן") האָלצלער פֿאַרשטייט דעם ענין זייער גוט, ווײַל ער אַליין שטאַמט פֿון אַ חסידישער משפּחה — ער איז געבוירן אין ניו־סקווער, ניו־יאָרק, דאָס אויטאָנאָמע שטעטל פֿון די סקווערער חסידים, און אויך ער איז באַלעסטיקט געוואָרן, אָנהייבנדיק פֿון 7 יאָר אַלט.

אין דער אַלגעמיינער וועלט האָט מען שוין מיט יאָרן צוריק אָנגעהויבן טרענירן די לערער, דאָקטוירים און אַנדערע אויפֿפּאַסער פֿון קינדער און יונגטלעכע, ווי אַזוי צו דערקענען די סימנים פֿון סעקסועלער און פֿיזישער באַלעסטיקונג; מע האָט אין די שולן אַרײַנגעבראַכט עקספּערטן צו געבן די קינדער צו פֿאַרשטיין, וואָס איז דער אונטערשייד צווישן אַ "גוטן" פֿיזישן קאָנטאַקט און אַ "שלעכטן"; און אַז, אויב עמעצער רירט זיי אָן אויף אַ "שלעכטן" אופֿן, זענען זיי, די קינדער, בכלל נישט שולדיק אין דעם, און זאָלן זיי תּיכּף דערציילן די טאַטע־מאַמע, אַ לערער אָדער אַן אַנדער נאָענטן מענטשן.

אָבער אין דער חסידישער וועלט זענען ביזן הײַנטיקן טאָג נישטאָ אַזוינע מיטלען צו העלפֿן די מענטשן, וואָס זענען פֿאַרגוואַלטיקט געוואָרן אָדער וואָס מע האָט זיך סעקסועל געטשעפּעט צו זיי. בעת אַן אינטערוויו מיטן "פֿאָרווערטס", האָט האָלצלער דערציילט, אַז אין זײַן פֿאַל, איז דער אַטאַקירער געווען דווקא אַ הויך־ראַנגיקער אַסיסטענט פֿונעם סקווערער רבין אַליין, און ער, האָלצלער, איז ווײַט נישט געווען זײַן איינציקער "קרבן".

"דער אַסיסטענט האָט געהאַט אַ גרינגן צוטריט צו אַ סך ייִנגלעך — האָט האָלצלער דערציילט — ווײַל אין דער נאַכט פֿאַר יעדער חתונה אָדער יום־טובֿ פֿלעגן אַ סך ייִנגלעך זיך פֿאַרזאַמלען בײַם הויז פֿונעם סקווערער רבין, צוהעלפֿן מיט די צוגרייטונגען."

ווען דער אַסיסטענט האָט פֿאַרבעטן איינעם פֿון די ייִנגלעך אין אויטאָ, אָדער אין אַ ליידיקן בנין, און זיך גענומען טשעפּען צו אים, האָט ער געוווּסט, אַז יענער וועט עס קיינעם נישט אויסזאָגן, ווײַל ווער וועט דען גלייבן, אַז אַ פֿרומער ייִד פֿונעם עלטערן דור, און נאָך אַזאַ אָנגעזעענע פֿיגור, קאָן אַזאַ זאַך טאָן?

אין די פֿרומע קרײַזן רעדט מען בכלל נישט וועגן סעקסועלע ענינים מיט די יונגע לײַט. פֿאַרקערט, מע באַמיט זיך מיט אַלע כּוחות צו באַשיצן זיי פֿון די נישט־געוווּנטשענע השפּעות פֿון דער וועלטלעכער געזעלשאַפֿט. טאַקע דערפֿאַר לאָזט מען זיי נישט קוקן טעלעוויזיע, הערן ראַדיאָ אָדער זיך פֿאַרבינדן מיט דער אינטערנעץ. "איידער די סקווערער בחורים האָבן חתונה, טאָרן זיי אין ערגעץ נישט פֿאָרן אַליין אָן אַ היתּר," האָט האָלצלער באַטאָנט. "זיי גייען אַפֿילו נישט אין קראָם אַליין, ווײַל מע וויל נישט, אַז זיי זאָלן זען די מיידלעך, וואָס גייען אַהין אײַנקויפֿן."

ווען איינער פֿון די ייִנגלעך פֿאַלט אַ קרבן פֿון אַ סעקסועלן אַטאַק, זעט עס אים אויס אַזוי פֿרעמד, אַז ער ווייסט נישט ווי דאָס אָפּצושטעלן. דערצו קאָן עס ווערן נאָך מער קאָמפּליצירט, דערקלערט האָלצלער, אויב דער בחור האָט שוין פּראָבלעמען אין דער היים; ווען ער קומט נישט גוט אויס מיט די ברידער און שוועסטער, די עלטערן און די מלמדים. "פּלוצלינג, באַקומט ער אַ פּאָזיטיוון אויפֿמערק פֿון עמעצן, ווי אויך מתּנות, געלט. ער פֿאַרשטייט אַליין, אַז אויב ער וועט אויסזאָגן עמעצן וועגן דעם, וועט ער פֿאַרלירן דעם איינציקן מענטש, וואָס ווײַזט אים אַרויס 'ליבשאַפֿט’."

אָבער אַפֿילו אויב אַ קינד דערציילט שוין יאָ טאַטע־מאַמע וואָס ס׳האָט פּאַסירט, און אַפֿילו אויב זיי גלייבן אים, וואַקסן אָן צוויי אַנדערע זאָרגן: אויב די עלטערן גייען צום רבֿ אָדער צום בית־דין וועגן דעם ענין, וועלן אַ סך מיטגלידער פֿון דער קהילה זיי באַשולדיקן אין מסירה — איינער פֿון די ערגסטע חטאים אין די פֿרומע קרײַזן; און די צווייטע זאָרג — עס קאָן שאַטן צו די שידוכים, נישט בלויז פֿאַרן געליטענעם קינד, אָבער אויך פֿאַר זײַנע שוועסטער און ברידער.

"קולות פֿון ווירדע" האָפֿט אויפֿצוקלערן די פֿירער פֿון די קהילות, אַז זיי מוזן אָנערקענען די פּראָבלעם, ווײַל אויב נישט, וועלן אַ סך אומשולדיקע ייִנגלעך (און מיידלעך) לײַדן פֿון די פֿאַרברעכער אין זייערע קרײַזן, וואָס דערפֿירט אָפֿט מאָל צו זייער "אַראָפּגיין פֿון דרך", שווערער דעפּרעסיע, אַלקאָהאָליזם, נאַרקאָמאַניע און, חלילה, זעלבסטמאָרד. איינער פֿון די בחורים, וואָס האָט נישט לאַנג צוריק דערציילט, אַז ר׳ ליבאָוויץ האָט אים באַלעסטיקט, איז צוויי טעג נאָך דער חופּה באַגאַנגען זעלבסטמאָרד.

"זיי מוזן פֿאַרשטיין, אַז די פּראָבלעם וועט נישט פֿאַרשווינדן, אויב אַ קינד האָט חתונה, אָדער לערנט תּורה מיט מער התמדה, אָדער טוט מער מיצוות," האָט האָלצלער געזאָגט. "מיר דאַרפֿן, פֿאַרקערט, זיך צוהערן און גלייבן דאָס קינד, אַפֿילו אויב ער האָט שוין פֿאַרלאָזט די קהילה; נישט באַטראַכטן אים ווי אַן אויסוואָרף אָדער ווי 'קאַליע־געוואָרענע סחורה’. מע דאַרף אים אַרויסווײַזן מיטגעפֿיל, און פֿאַרזיכערן אים, אַז מע וועט דעם אַטאַקירער מער נישט צולאָזן צו אים אָדער צו אַנדערע יונגע לײַט; און אַפֿילו באַשטראָפֿן; ווײַל מיר ווייסן שוין גאַנץ גוט, אַז בלויז וואָרענען דעם אַטאַקירער איז נישט גענוג."

האָלצלער רעדט מיט אַ יונגן סאַטמערער חסיד פֿון וויליאַמסבורג, נאָכן אָפּהאַלטן אַ לעקציע וועגן "קולות פֿון ווירדע" בײַם קלוב "טשאָלנט"
האָלצלער רעדט מיט אַ יונגן סאַטמערער חסיד פֿון וויליאַמסבורג, נאָכן אָפּהאַלטן אַ לעקציע וועגן "קולות פֿון ווירדע" בײַם קלוב "טשאָלנט"
Levi Stolove

מיט צוויי יאָר צוריק האָט דבֿ הײַקינד, דער אַסעמבלע־מאַן פֿון באָראָ־פּאַרק, אָנגעפֿירט אַ שמועס אויף זײַן ראַדיאָ־פּראָגראַם אויף דער טעמע, סעקסועלע באַלעסטיקונג פֿון קינדער אין דער אָרטאָדאָקסישער וועלט. צום סוף, האָט ער פֿאַרבעטן די צוהערער, וועלכע האָבן איבערגעלעבט אַזאַ זאַך, אָדער ווייסן פֿון עמעצן וואָס האָט עס איבערגעלעבט, זיי זאָלן קומען אין זײַן ביוראָ און דערציילן וועגן דעם. און זיי זענען טאַקע געקומען... לויט אַ באַריכט אין דער "ניו־יאָרק טײַמס" האָט הײַקינד דערציילט, אַז ער האָט פֿאַרשריבן מער ווי 1,000 אָנקלאָגן, און באַקומען די נעמען פֿון 60 מענטשן, וואָס מע האָט באַשולדיקט אין סעקסועלע אָנגריפֿן.

"איך בין שאָקירט צו זען ווי גרויס די פּראָבלעם איז", האָט הײַקינד, אַליין אַ פֿרומער ייִד און אַ דעמאָקראַט, געזאָגט. "עס רעדט זיך דאָ וועגן סעקסועלע אַטאַקן מצד די לערער און רבנים אין די שולן, פּעדאָפֿילן אויף דער גאַס, און אייגענע קרובֿים אין דער היים."

האָלצנער איז אָבער נישט איבערראַשט, און האַלט, אַז ס׳איז געקומען די צײַט אַרויסצוברענגען די צרה אין דער עפֿנטלעכקייט. ער האָט לעצטנס אָנגעהויבן רעדן מיט אַ צאָל אָנגעזעענע רבנים, אַזוי ווי הרבֿ בנציון וואָזנער, דער הויפּט פֿונעם בית־דין "שבֿט לוי" אין מאָנסי, און אַנדערע רבנים, וואָס האָבן נישט געוואָלט אָנגעבן זייערע נעמען, כּדי צו אַרגאַניזירן אַ וועד, וואָס זאָל העלפֿן איבערצײַגן די פֿירער אין די חרדישע קרײַזן, ווי וויכטיק עס איז צו באַקעמפֿן די פּראָבלעם אין זייער קהילה.

אַרבעטנדיק אין איינעם מיט דזשאָו לאַזאַר, אַ קאַנדידאַט פֿאַר דעם ניו־יאָרקער שטאָטראַט און אַ לאַנג־יאָריקער שטיצער פֿון פּראָגראַמען לטובֿת די פֿרומע קהילות אין ניו־יאָרק, האָט האָלצלער אָנגעהויבן אַנטוויקלען אַ קוריקולום פֿאַר די תּלמידים אין די חדרים, אויף ייִדיש און אויף ענגליש, צו לערנען זיי, וואָס פֿאַר אַ מין פֿיזישער קאָנטאַקט איז פּאַסיק, און וואָס איז נישט פּאַסיק — איבערגעגעבן אויף אַן אופֿן וואָס רעספּעקטירט די תּורה־ווערטן און קולטורעלע טראַדיציעס. זיי שטעלן אויך צונויף אַ פֿרעג־בויגן, אויסצוטיילן צו די תּלמידים. די קינדער וועלן נישט אָנווײַזן זייערע נעמען — בלויז פֿאַרצייכענען, צי עמעצער האָט זיך אַ מאָל געטשעפּעט צו זיי. אַזוי וועט "קולות פֿון ווירדע" אויסקלאָרן, ווער זענען די מעגלעכע פֿאַרברעכער.

האָלצנער אַרבעט אויך מיט מיט אַנדערע אָרגאַניזאַציעס, ווי למשל SOVRI — אַ טעלעפֿאָן־ליניע וווּ פֿרומע ייִדן, וואָס זענען סעקסועל אָדער פֿיזיש באַלעסטיקט, קאָנען אָנקלינגען. טרענירטע פֿרומע וואָלונטירן ענטפֿערן אויף די טעלעפֿאָנען, הערן זיך צו צום אָנקלינגער, און גיבן אים עצות, וועמען צו קלינגען, כּדי צו באַקומען פּסיכאָטעראַפּיע. דער טעלעפֿאָן פֿון דער הילף־ליניע, 1-888-613-1613, און איז גרינג פֿאַר פֿרומע ייִדן צו פֿאַרגעדענקען (די תּורה באַשטייט פֿון 613 מיצוות). SOVRI געפֿינט זיך אונטער דער השגחה פֿונעם "בית־ישׂראל שפּיטאָל" אין מאַנהעטן.

אויב דער אָנקלינגער וויל גיכער רעדן אויף ייִדיש, פֿאַרבינדט מען אים מיט דער דירעקטאָרין פֿון SOVRI, חיה מערמערשטיין, אַ היימישע ייִדיש־רעדערין. פֿרוי מערמערשטיין האָט דערציילט דעם "פֿאָרווערטס", אַז זינט מע האָט געגרינדעט די הילף־ליניע אין אויגוסט 2008, האָבן זיך שוין אָפּגערופֿן בערך 250 מענטשן.

"עס קלינגען אונדז נישט בלויז די געליטענע, אָבער אויך לערער, שכנים, און אַפֿילו די אַטאַקירער אַליין," האָט זי געזאָגט. אין ס׳רובֿ פֿאַלן, האָבן די מענטשן וואָס באַלעסטיקן קינדער, קינדווײַז אַליין געליטן פֿון באַלעסטיקונג.

אַלע וואָלונטירן בײַ SOVRI מוזן, צו ערשט, דורכמאַכן אַ ספּעציעלע פּראָגראַם: 40 שעה פֿון טרענירונג מצד רבנים, פּסיכאָלאָגן, און סאָציאַלע אַרבעטער. די וואָלונטירן פֿאַרשטייען גוט די פּראָבלעם מיט שידוכים, און פֿאַרשטייען אויך פֿאַר וואָס אַ סך פֿון די אָנקלינגער ווײַזן אָן בלויז זייער ערשטן נאָמען.

ס׳רובֿ פֿון די פּסיכאָטעראַפּעווטן, וואָס SOVRI רעקאָמענדירט, זענען פֿאַרבונדן מיטן Jewish Board of Family Services און "תּקנות" (Takanot) — אַן אָרגאַניזאַציע אונטער דער השגחה פֿון "מאַונט סײַנײַ שפּיטאָל". די טעראַפּעווטן זענען גוט באַקאַנט מיט די תּורה־ווערטן, דינים און טראַדיציעס.

פֿרוי מערמערשטיין איז שטאָלץ מיט דעם, וואָס SOVRI האָט דערווײַל אויפֿגעטאָן, אָבער זאָגט, אַז מע וואָלט געקאָנט טאָן אַ סך מער. "אַלע וואָלונטירן זענען פֿרויען, אָבער אַ טייל פֿון די מענער, וואָס קלינגען אונדז, פֿילן זיך נישט באַקוועם צו רעדן מיט אַ פֿרוי," האָט זי געזאָגט. אַוודאי וויל מען צוציִען מענער־וואָלונטירן, אָבער דערנאָך וועט מען מוזן, צוליב צניעות, אויסשולן די מענער און פֿרויען באַזונדער. שטעלט זיך די פֿראַגע: ווי טוט מען דאָס?

דערצו, נייטיקט זיך SOVRI אין פֿינאַנציעלער שטיצע, כּדי צו קענען בעסער פֿאַרשפּרייטן זייער באַדינונג. זיי האָבן שוין געשטעלט אַנאָנסן אינעם חרדישן זשורנאַל Hamodia און אין The Jewish Press, אָבער פֿרוי מערמערשטיין איז זיכער, אַז ס׳רובֿ פֿון די מענטשן וואָס דאַרפֿן הילף, ווייסן נאָך נישט פֿון דער הילף־ליניע.

פֿון דעסטוועגן, זעט האָלצלער אַ ממשותדיקע ענדערונג אין די חסידישע קרײַזן די טעג. מיט אַ חודש צוריק האָט ער געגעבן אַ לעקציע וועגן "קולות פֿון ווירדע" בײַ "טשאָלנט", דער קלוב, וווּ יונגע חסידים, געוועזענע חסידים און סתּם ייִדן טרעפֿן זיך יעדן דאָנערשטיק אויף דער נאַכט צו שמועסן און הערן מוזיק. נאָך האָלצלערס רעדע האָבן אַ צאָל חסידים אים אָפּגעגעבן אַ יישר־כּוח. ער האָט אויך לעצטנס פֿאַרפֿירט אַ שמועס מיט אַ גרופּע יונגע סקווערער ייִדן אין די צוואַנציקער, וועלכע האָבן קינדווײַז געליטן פֿון סעקסועלע אַטאַקן. אַלע גייען הײַנט אויף פּסיכאָטעראַפּיע — אַ טייל אויף ייִדיש, אַ טייל אויף ענגליש. "אָבער דאָס אינטערעסאַנטסטע איז — האָט ער געזאָגט — אַז די יונגע לײַט האָבן חתונה געהאַט און זענען פֿאַרבליבן סקווערער חסידים."

דערצו האָבן געוויסע רבנים און מחנכים זיך געוואָנדן צו האָלצנער, זאָגנדיק: "מיר קענען טאַקע עמעצן מיט אַ פּראָבלעם, אָבער וואָס זאָלן מיר טאָן וועגן דעם?"

"דאָס איז אַ גרויסער אויפֿטו — האָט האָלצלער באַמערקט — "ווײַל אויב די חסידים וועלן אָנהייבן אַליין באַקעמפֿן די פּראָבלעם ווי ס׳באַדאַרף צו זײַן, וועלן די יונגע לײַט נישט מוזן זוכן הילף פֿון דער דרויסנדיקער וועלט.

"די קהילות האָבן רעכט אויפֿצוהאַלטן זייער שיינעם לעבנס־שטייגער און טראַדיציעס," האָט ער צוגעגעבן. "אָבער די קינדער האָבן אויך רעכט צו וויסן, אַז מע באַשיצט זיי."